אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 141: שורה 141:
זיין ערשטער בוך ''ריזשאוס או יוט'' האט א גרויסער פובלישונג פירמע [[פעלדהיים]] נישט געוואלט פובליקירן צוליב די שארפע לאזונגען קעגן די פרייע אידן און ארץ ישראל. איין אויסשניט וואס האט דאן ארויסגערופן גרימצארן ביים אלגעמיינעם אידענטום איז געווען זיין סטעיטמענט אז ''די כותל מערבי וועלט בעסער געווען וועין עס בלייבט אין אראבישע הענט צוליב זייער צניעות און צוליב די אידישע אויסגעלאסענקייט וואס פארשוועכט היינט צוטאגס דעם מקום קדוש''.
זיין ערשטער בוך ''ריזשאוס או יוט'' האט א גרויסער פובלישונג פירמע [[פעלדהיים]] נישט געוואלט פובליקירן צוליב די שארפע לאזונגען קעגן די פרייע אידן און ארץ ישראל. איין אויסשניט וואס האט דאן ארויסגערופן גרימצארן ביים אלגעמיינעם אידענטום איז געווען זיין סטעיטמענט אז ''די כותל מערבי וועלט בעסער געווען וועין עס בלייבט אין אראבישע הענט צוליב זייער צניעות און צוליב די אידישע אויסגעלאסענקייט וואס פארשוועכט היינט צוטאגס דעם מקום קדוש''.


===האלאקאוסט - אלס הצלה פון אידישקייט אין אמעריקע===
===האלאקאוסט - אלס הצלה פון אידישקייט קיין אמעריקע===
ער פלעגט זאגן שטענדיג אז מען דארף אנקוקן דעם האלאקאוסט אלס יד ה'. א [[שטראף]] זיך צו [[לערנען]] דערפון א [[מוסר]] וויבאלד גאט טוט נישט גארנישט סתם אזוי ווער רעדט נאך פון רציחה. ווי די נביא שרייט (אין ירמיהו ב,ל) ''לשוא הכיתי את בניכם מוסר לא לקחו'' אז השי"ת איז זיך מתמרמר אז זיינע שטראפן זענען אומזינסט ווייל מ'לערענט זיך נישאט אפ פון די שטראפן אויף זיינע באליבטע קינדער.
ער פלעגט זאגן שטענדיג אז מען דארף אנקוקן דעם האלאקאוסט אלס יד ה'. א [[שטראף]] זיך צו [[לערנען]] דערפון א [[מוסר]] וויבאלד גאט טוט נישט גארנישט סתם אזוי ווער רעדט נאך פון רציחה. ווי די נביא שרייט (אין ירמיהו ב,ל) ''לשוא הכיתי את בניכם מוסר לא לקחו'' אז השי"ת איז זיך מתמרמר אז זיינע שטראפן זענען אומזינסט ווייל מ'לערענט זיך נישאט אפ פון די שטראפן אויף זיינע באליבטע קינדער.



רעוויזיע ביי 18:14, 1 מײַ 2008

נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.



טעקע:Avigdor rmiller.jpg
הרה"ג ר' אביגדור הכהן מילער זצוק"ל
טעקע:Avigdor rmiller2.jpg
אויף די עלטערע יארן

הרב אביגדור מילער זצ"ל, (1908-2001 ר"ח אלול תרס"ח -- י"ז ניסן תשס"א) איז געווען פון די לעצטע בעלי מוסר נאך חורבן אייראפע אין אמעריקע און איז געווען באקאנט אלס א מגיד נפלא.[פֿעלט אַ מקור]

ער איז געבוירן געווארן אין באלטימאר און דארטן זיך געהאדעוועט ביז די 17 יאר וואס ער איז דאן געפארען קיין ניו יארק צו לערנען אין די איינציגסטער ישיבה אין יענע יארן אין אמעריקע ישיבת רבינו יצחק אלחנן. ער איז דערנאך געפארן אויף סאלבאדקע לערנען אין די לעגענדארער סאלאבאדקער ישיבה.

ער האט חתונה געהאט אין קאוונע צו די טאכטער פון דעם ארטיגן רב. ביי די אויסברעך פון צרות איז ער אנטלאפן און אויסגעפלוגט פון אייראפע מיט זיין רעביצען קיין אמעריקע צוריק צו זיין היים-לאנד.

ער האט געדינט ברבנות אלס רב אין שטאט טשעלסי, באסטאן און שפעטער אין בראנסוויל, ניו יארק און דערנאך אין פלעטבוש

ער איז דורכאויס זיין לעבן געווען טעטיק אין חינוך דורך זיין א לערער יארן לאנג אין בית יעקב און א משגיח אין ישיבת חיים בערלין. זיין שול איז סוף ימיו געווען אויף אוישען פארקוועי. קעגן איבער מיר ישיבה וואס דער מירער ראש ישיבה פון יענע צייט הרב אברהם קאלמאנאוויטש ז"ל האט אים געמאכט זאגן זיינע לעגענדארע מוסר שיעורים וואס האט אים באקאנט געמאכט אין די וועלט.[פֿעלט אַ מקור]

ער האט געפירט א קהילה פון בעלי תשובה וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין אים דורכאויס זיינע לאנגע יארן וואס ער האט געדינט ברבנות און בהרבצת התורה. און איז באקאנט געווען מיט זיינע דרשות פון מוסר וואס די טעיפס און ספרים ווערן געהערט און געלערנט ביי טויזענטער. אפילו ער איז געווען א מוסר'ניק און קאלטע ליטוואק האבן זיך ביי זיינע מוסר רייד סוף ימיו געווייקט מייסטענס חסידישע אידן.[פֿעלט אַ מקור]

זיין שארפע פעדער און אריטארישן קראפט איז געווען א געוואלדיגער אייגענארטיגקייט אין זיין דור,[פֿעלט אַ מקור] ער האט פארמאגט א קונסטליכער טאלאנט צו מאכן אינטערסאנט זיין שפראך. וואס ער האט גענוצט צו שטארקן די אמונה און ליבשאפט צו גאט און צו די מסורה ביי די מאסן.

די אלגעמיינע חרדישע גאס האט אויף אים געקוקט אלס מאדנער בעל השקפה וואס איז געווען צו עקסטרעם קעגן גואישע פירצות[פֿעלט אַ מקור] און אויך זיין נאכאנאנדיגע זיך קאכן אין נפלאות הבורא אלס יסוד אין אידישקייט[פֿעלט אַ מקור] און אויך צוליב דעם וואס ער איז אנטלאפן פון כבוד כמתכוי קשת.[פֿעלט אַ מקור] - אבער ווען ער איז פארשטארבן האבן אלע קרייזן אים אנערקענט אלס ריז אין השקפה און מוסר וואס זיינס גלייכן איז נישט געווען דורות.[פֿעלט אַ מקור]


איגגנט

ווייניג פאקטן איבער אים פון זיין יוגנט זענען באמת באקאנט. סיי צוליב דעם וואס זיין סביבה, איז - אדער לא עלינו געווארן אפגעפארן אין רוסלאנד פון קאמוניזם, - אדער פארטיליגט פיזיש דורך היטלער - אדער זענען זי געווארן פריי אין יענע רוחניות'דיגע שווערע יארן אין אמעריקע צו פארבלייבן אידן.

ער איז פון קינד-ווייז אן געווען א מער דורכגעטראכטער פאזיטיווער שטילער כאראקטער[פֿעלט אַ מקור]. ער האט שפעטער פארציילט ביי זיינע שיעורים אז די פאזיטיווקייט טייל איז אין גרויסן חלק צושטאנד געקעומען דורך די השפעה פון א פערטער קלאס פרויען טיטששער אין באלטימאר ווען ער איז בלויז אלט געווען 9 יאר, פלעגט זי אים מקבל פנים זיין יעדן טאג אין קלאס מיט אלע קינדערליך ווי גוט די טאג איז האט ער זיך אויסגעפארעמט א פאזיטיווער דרך אין זיין עבודת ה' וואס האט לויט אים געטריבן די רעשטע פון די עטליכע ניינציג יאר רייכער לעבן.[פֿעלט אַ מקור]

פריילעכקייט

די דאזיגע מידה איז געווען דער גאנצער יסוד און נאכאנאנדיגער באשעפטיגונג פון זיין לעבן. ער האט אויפגעטאן א שיטה אין אידישקייט אז א נרגן [בלשון המקרא: א קאמפלעינער] איינער וואס איז נישט פארטאן אין גוטס איז א פארדארבענער מענטש און א בעל עבירה און האט נישט קיין זכות קיום אויף די וועלט.[פֿעלט אַ מקור]

אלס ליטוואק איז ער געווען פון נאטור אויס זייער אן אויסגערעכענטער קאלט בלוטיגער טרוקענער מענשט און נישט געווארן עקסייטעט פאר צופיל. בטבעו איז ער נישט געווען א מענטש וואס האט זיך געלאזט ווערן אויפגעהייטערט און בשמחה פון זאכן און מענטשן ארום זיך, - מכוח שלעכטע מידות וואס ער האט געזאגט אז ער מיינט נישט חלילה קיין שלעכט און ער איז געבוירן א קאלטער. ער האט דאס אנערקענט פיל מאל און געזאגט אז ער ארבייט דערויף און האט טאקע מעורר געווען אנדערע שטענדיג צו טאן פאר אנדערע לפנים משורת הדין.[פֿעלט אַ מקור]

זיין דאזיגער גרונט צו אידישקייט איז באקאנט אין מוסר מיטן טערמין שמחת החיים, איינצוזעהן אז דאס לעבן איז באשאפען געווארן מיטן איין-איינציגן ציל להטיב עם בריותיו,[פֿעלט אַ מקור] ווי עס שטייט עולם חסד יבנה[פֿעלט אַ מקור]. - ער האט דאס אפגעשפיגעלט אין פערזענליכען לעבן, ווען ער פלעגט שרייען און וויינען פאר שמחה ביי די 90 יאר ווי א קליין בעיבי פרייענדיג זיך איבער די בריאה. עס איז געווען א מחזה הוד, ווען ער פלעגט אויפהייבן דעם עפל ביי זיינע שיעורים און זיך קאכן בפרטי פרטים ווי גוט טיעף און געשמאק דאס איז צו זעהן שמעקן און עסן. זיין בארד איז קיינמאל ווייס געווארן. און ביזן לעצטן טאג האט ער אויסגערעכנט אלע נסים פון זיין לעבן. אנגעהויבן פון די 9 יאר ווען ער איז אראפגעפלאן אויף א שטעקן און דאס האט פארפעלט מיט א סענטימיטער אים בלינד צו מאכן דעם אויג. אדער ווען ער פלעגט גיין שפאצירן יעדן טאג און זיך אפשטעלן פאר מיר ישיבה ווייזן און מסביר זיין פאר די בחורים ווי אינטערסאנט דער דענדערליין ארבייט. איבער און איבער, פלעגט ער הייסן פאר יעדן בחור, נאכן פרעגן צו ער האט פארשטאנען ער זאל דאס איבעזאגן פאר זיין חבר... ער אנגעהאלטן אזוי ביז די סאמע לעצטע מינוטן פון זיין לעבן ווען ביי די גסיסה האט ער מיט א שמייכל געזאגט אז ער האט געהאט א מוראדיגע געשמאקע לעבן וואס קיינער האט נאך נישט געהאט לויט אים און דעריבער קען ער נישט זיין טרויעריג אפילו ער ווייסט אז אלעס ענדיגט זיך אין א סעקונדע.

ספעציעל איז זיין עבודה פורים און ביי חתונות געווען א שם דבר. ער פלעגט זיך אנטאן קלאוני העטס און אלע מינע פאני קליידער צו מאכן לאכן דעם עולם און טאנצן שעות אויף שעות צוריקציוועגס און קלאפן מיט די הענט אויף די טישן מיטן גאנצען כוח עס איז כמעט געווען א נס ווייל געווענליך א 90 יאריגער איד האט נישט די כוחות, אויך האט ער געהייסן זינגן לאנג די זעלבע ניגונים נישט לויפן שנעל פון איינס צום צווייטן נאר זיך פארטיפן און לאזן די זעלבן הרגש ווערן מער און מער אויפגעהייטערט און איינגעגלידערט אין די הערצער.

זיין באליבטסטער ניגון איז געווען אנא אנא אנא עבדא דקודשא בריך הוא וואס אויף דעם האט ער געטאנצן די לענגסטער.

א אייניקל איז אמאל אריינגעקומען אין קאך אומגעראכטן טרעפט ער זיין זיידע ר' אביגדור איינגעטונקן זיין קאפ אין א סינק פיל מיט וואסער, פרעגט ער אים וואס איז פשט? זאגט ער: איינער האט זיך אפגערעדט פאר מיר אז די לופט איז פארפעסטיגט און איך האב פארלוירן די ריכטיגע אהבת ה' פון די לופטן האב איך מיך געמוזט איינהאלטן דעם אטעם פאר א לאנגע צייט אונטערן וואסער און דערנאך אויסשרייען מיט א אמת'דיגער געפיל ווי גוט די לופט איז...[1]

איינמאל איז זיין אייניקל א טאטע פון א שטוב מיט קינדער און א אנפירער פון די הצלה געשטארבן אין זייער מיאוסן טראגישן עקסידענט ווען יענער איז געפארן צום כותל מיט זיין זוהן פאר די בר מצוה. דאס איז געווען הארט פארן שיעור דאנערשטאג, און א צעטל איז געהאנגן איבערן אנזאג ווי די לוויה וועט פארקומען, ווען ער איז אראפגעקומען האט ער דאס באמערקט און געהייסען אראפפליקן. און פארגעלערנט דעם שיעור איבערחזארענדיג די יסודות פון זיין השקפה איבער שמחת החיים. דערנאך אויף די פריוואטע שאלה פארוואס אזא שטארקייט בשעת ווען די אברים פון זיין אייניקל ווערן נאך צאמגעקליבן פון די סצענע צו ווערן געברענגט צו די טהרה, האט ער געזאגט אז רוב אידן האבן נאך נישט געוויסט און די צעטל וואלט זיי צושטערט די שמחה און ער זעלבסט איז באמת געווען מער פרייליך דאנקענדיג גאט פאר אז טייערע מתנה פון זיין אייניקל וואס האט געלעבט עטליכע דרייסיג יאר, און קיין איין אנדערע אייניקל איז נאך נישט געשטארבן.[2]

איינמאל ווען ער האט געהאט א באלון אפאראציע אויף די אדערן פון הארץ און מען האט אים ארויסגעפירט פון אפערעיטינג רום, האט ער באמערקט זיינע 3 טעכטער מיט פארוויינטע אויגן איבערן תהלים זייענדיג באזארגט איבער זיין עתיד ווייל ער איז שוין געווען גאר אלט דאן, האט ער זיך אנגערופן אז ווען ער איז געווען אינג האט ער נישט געחלומט פון האבן פרומע קינדער נאר אזוי ווי די שטייגער פון אמעריקע אז די קינדער זענען דאן געווארן גוים, זעהנדיג ווי ערליך זיינע קינדער זענען פרייט ער זיך אז ער האט יסורים ווייל בלויז אזוי וועט ער נאך האבן עפעס עולם הבא. [3].

התעוררות

אויך איז ער געווען א מוראדיגע ביישן, און האט ביי די פופצען יאר געזאגט א דרשה פאר איבער טויזענט אידן כדי זיך צו ברעכן די מידת הבושה.[4]

ער האט געהאלטן אז עס איז דא א געוויסער פונקט וואס אלע חשבונות דארפן ווערן אויס צוליב די הרגש וואס ברויך איבערפאוערן די שכל.

אבער ווען עס איז געקומען צו זיינע אויסגערעכענט פרינציפן אז דא איז עפעס לגבי גאט האט ער געטאן קרימינאלע אקטן ווי דער נידעריגסטער פארברעכר און געעקט ווי א קליין קינד.

ער פעלגט טאקע נישט גיין צו קיין חתונות אדער טאמער איז ער געגאנגען ווי למשל בלויז צו אייניקלעך, האט ער זיך טאקע בלויז אויפגעהאלטן דארטן פאר פופצען מינוט און אפגעטאנצען מיט זיין מאנטל אין האנט מיט אזא הופקע אז אינגע בחורים קענען נישט אזוי טאנצן ווי א קלאון זיך נאריש געמאכט און געמאכט לאכן דעם עולם מקיים צו זיין די שמחה.

זיין פארפלאמקייט פאר שמחה האט אים אסאך צרות און שפאט פארשאפן און פארמיאוסט ביי די מאסן, יעדן טאג פלעגען מענשטן שטיין און לאכן פון אים אויף זיין מאדנער התנהגות'ער. ווי למשל צו זיך אפשטעלן אויפן גאס ביי א פרוכט געשעפט און לאכן צו זיך אלייןס...

איין אזא אנעקדאוט איז געווען באשריבן אין די צייטונגען בשעתם און האט אנגעמאכט לויט טייל א חילול ה' ווען ער איז געווארן ארעסטירט פארן אנרייסן א ראביי ביי א אוי.יו. קאנווענשאן אין פארענט פון טויזענטע פרייע און מאדערענע איד ווייל די רב האט גערעדט קעגן ר' אהרן קאטלערס כוונה צו אריבערפלאנצן די ישיבה קאלטור פון אייראפע קיין אמעריקע. ער האט זיך אויסגעריסן פון הונדערטע אידן וואס האבן געוואלט אפהאלטן אויפן וועג ארויף צום פאדיאום וואס ער האט נישט געוואלט זיך זעצן אין אנפאנג צוליב תערובות כאטשיג ער איז געווען א יונג איזריאל רב.

די אייניקליך האבן זיך שטארק געשעמט מיט דעם אבער ער האט זיי פרובירט צו בארואיגן און געזאגט אז ער האט געהאט א צוואה און שליחות פון ר' אהרן קאטלער דאס צו טאן איידער ר' אהרן איז געשטארבן אין שפיטאל אז ער זאל זיך אנעמען פאר די כבוד פון זיין פראיעקט און דאס באקעמפן מיט אלע מעגליכקייטן.

לויט ווי די משפחה פארציילט האבן די פאר פרומע רבנים וואס זענען געזעצן אין בעק פון זאל מיט אים, געווען אין א גרויסן פארלעגנהייט ווייל ער האט זיי אויפגעפאדערט צו מיטגיין מיט אין אנרייסן די ביינער פון דעם ראביי אויבן אן אבער זיי האבן געציטערט פארן לעבן פון דעם המון וואס וועט זיי דערווערגן, זיי זאגן אז ער האט זיי געזאגט איבערלאזן די היט און ברילן און גיין אן די קליידונג און ער האלט זיך פאר א גיבור וואס וועט נישט לאזן הארגענען קיינעם. אבער זיי האבן פארט מורא געהאט ער האט זיך שיינערהייט און רואיגערהייט צאמגעלייגט די ברילן און זיך אנגעגארטעלט און ארויפשפארצירט אן לויפן צו טאן זיין אקט.

די אייניקלעך האבן דערנאך פארציילט אז זיי האבן שוין געוויסט אז עפעס גייט דא זיין צרות מיטן זיידן בעפאר ער איז געגאנגען ווייל זיין מנהג איז געווען צו גיין אויף קיין שום קאנוועשאן און קיין שום צוזאמקנופט פון אידן כדי נישט צו נעמען כבוד.[5]

רבנות

און 1938 ווען אייראפע האט אנגעהויבן צו ברענען האט ער איבערגעלאזט אלץ און אנטלאפן מיט זיין ווייב קיין אמעריקע אין א סובארב פון באסטאן מיטן נאמען טשעלסי וואס איז דאן געווען אן עיר ואם בישראל, ער האט געדינט ברבנות מיט מסירת נפש אויף אן אינטערסאנטן וועג, קודם גראד ווען ער איז אנגעקומען האט ער זיך ערקלערט אלס פריוואטער מלמד, און אויסגערופן אין שול נאכן דאווענען שבת צופרי, אז ער שטייט גרייט פאר ווער עס וויל לערנען אן קיין געלט. און קיינער האט זיך נישט אנגערופן נאר איין זוהן פונעם קצב פון דער שטאט וואס האט אים שפעטער געהאלפן רעקרוטירן נאך קינדער פאר תורה[6].

אמעריקע

זייענדיג אין אמעריקע פאר די מלחמה האט ער געזעהן ערשט האנטיג און זעלבסט געקעמפט די מלחמה קעגן

געלערענט בחברותא מיט הרב משה ביק אבד"ק מעזשביזש, וואס זיי זענען שפעטער געווארן גדולים פונעם כור הברזל אמעריקע און גאר געדינט ברבנות אין אייראפע, א דאנק די השפעה פון הרב יעקב יוסף הערמאן.

ער האט נאך הייסקול אין בלאטימאר געקומען קיין מאנהעטן דאן אין די לאוער איסט סייד לערנען אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן, היינט באקאנט אלס ישיבה יוניווערסעטיואס איז דאן געווען די איינציגסטע בית מדרש פאר בחורים אין אמעריקע, דארטן האט ער זיך אויסגעצייכענט אלס מתמיד און פלייסיגער ענערזשעטישער אינגער מענטש וואס וועט וואקסן צו גדלות, ער איז געווען ערוועילט דורך רוב שטימעס צו פארטרעטען דער סטודענט פאראיין אלס איר פרעזידעט [7], און אויך געדינט אלס בעל קורא.

זייענדיג אן עדוקירטער חרדי וואס נישט אלע געדולים האבן באקומען א קאלעזש חינוך האט ער טאקע מקדיש געווען זיין לעבן צו באקמעפן די אמעריקע פראבלעם.

ער פלעגט אייביג הייסן געבן צדקה אביסל מער פאר אמעריקאנע צוועקן ווי מ'געט פאר ארץ ישראלדיגע.

אויך פלעגט ער נישט לאזן גיין קיין בחורים און קיין אינגעלייט לערנען קיין ארץ ישראל, ווען זיי האבן זיך פארעקשענט אז דאס צוליב שידוכים אז טאמער מען גייט דארטן הייסט מען א בעסערע בחור האט ער זיך נאך אלטס קעגן געשטעלט און האט יענעם פרובירט מאכן פילן אז מיט דעם וואס ער וועט דא בלייבן לערנען אין אן אמעריקאנע ישיבה בויט ער תורה אין אמעריקע.[8]

לוקסוס

ער פלעגט שטנדיג זאגן אז די שורש פון די שווערע נסיון צו זיין א איד אין אמעריקע איז בעיקר וועגן לוקסוס.

ער איז געווען א גרויסער לוחם דערקעגן. ער איז געשלאפן זעכציג יאר אויף א ברעיט ווייל א מאטראץ פעילט זיך נישט אויס, און עס איז ווארשיינליך בעסער פארן רוקן א ברעיט. ער האט געהאט די זעלבע בענקלעך און פוירניטשאר אין זיין קהילה און הויז פאר איבער זעכציג יאר.

דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן ווען זיין זון האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי בשמחה מען דארף דאך זיין ערענסט ווען מען גייט ארויף צום בית דין של מעלה מקבל פנים זיין די שכינה און געבן א דין וחשבון האט ער זיך צושריגן מיט אלע זיינע לעצטע כוחות, איך בין דאך נישט געווען קיין איין וועקעישאן מיין גאנצער לעבן![9]

ער האט קיינמאל נישט געוואלט לייגן א בעל ביי זיין דירה אויף אוישן פארקוועי וואס ער האט געוואונט אויפן צווייטן שטאק און די קינדער האבן געבעטן אז א ניינציג יעריגער איד דארף זיך נישט אראפשלעפן שטענדיג ווען איינער וויל אריינקומען צו עפנען די טיר. ער האט געזאגט אז דאס אן אמעריקאנער לוקסוס.[10]

סאטמאר

ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרערן אין די אויגן, און קוויטשעדיגער קול, אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף קינגס הייוועי די גאלדן פלאו טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן סאטמאר אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. אז די גרויסע ווערטער חלב ישראל אויף א מאשין אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. און ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם און באוויזען צו אויפשטעלן עשירים אדירים מיט פיאות פולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע. מיט דעם האט מען ענדגילטיג געטוישט היסטאריע אז גאט האט יא א מקום אין דעם טמאנעם לאנד. [11]

ער פארציילט אז די שטאלץ פון אידישקייט וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט איז אים פערזענליך אויך צוניץ געקומען ווייל אלס רב פלעגט ער זיך פירן מיט די שווארצע טראגע און פולן בארד, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען א בחינה פון זיך רייצן מיט די גוים אויסרופן אנטיסעמיטעזם. איינמאל ווען ער איז געווען אינג האט גאר א אידענע אים אנגעשפיגן אויף א סאבוועי מיינענדיג אז ער איז א סאטמארע האט זי געשריגן אויף אים עטס סאטמארע האטס גורם געווען היטלער מיט ענקער אנדערשטיגער פיראכץ און לבוש. ער האט איר אנגעכאפט ביי די האר און ארויפגעשלעפט צום גאס ביז פאליציי איז אנגעקומען און אפגעשריבן פאר איר א טיקעט פארן שפיי...[12]

בעיקר פארוואס ער האט אזוי זיך פארליבט אין סאטמאר איז ווייל דער געבורט ראטע פער פאמיליע אין וויליאמבורג איז געווען אין זיין צייט דאס העכסטע, און ער האט אין דעם געזעהן א נקמה אויף היטלער, און אויך די ערשטע מצוה אין די תורה פון פרו ורבו[13], און אויך ווייל אנדערשט ווי די ליטוויקעס און רוב חסידים האבן זיי געשטופט דעם עולם צו גיין ארבייטען און נישט מאכן א קאריערע פון כוללים, וואס כידוע סאטמאר רב איז בכלל נישט געווען צום הארצן א כולל.[14]

ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר.[15]

איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער באקאנטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין דער ראש הקהל פון די ארונים. [16]

ער פלעגט זיך כסדר בארומען מיט זיין אייניקל ר' שמחה בונם אלס איינער וואס האט געברענגט די סאטמאר השקפה פון ארבייטען און אז בעלי בתים זענען פונקט אזוי חשוב ווי כולל אינגעלייט קיין לעיקוואוד אין דאס איז די סוד פון זיין הצלחה אז אלע עשירים און פראפעשענעלס און בעלי בתים פון לעיקוואד האבן געטראפן א רב וואס האט זיי געמאכט האבן שיעורים ביידערנאכט און געמאכט פילן אלס חשובע אידן און אראפגענומען פון זיי די שאנדע וואס הערשט ביי ליטוואקעס אז מ'קוקט אראפ א בעל הבית.[17]

דער אייניקל הרב שמחה בונם קאהן איז טאקע געווען זיין נאנטסטער אייניקל, [18]וואס איז געווען א גבאי ביי ר' משה פיינשטיין און אים איבערגעלאזט אויפן הסכמה פון ר' משה און זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' מילער נאך פאר ער איז געווארן זיין אייניקל.[19]

ער פלעגט שטענדיג וויינען מיט התרגשות ביי זיינע דרשות אז טייל מאל כאפט זיך אים אן א רייץ צו נעמען א טעקסי בלויז דורכפארן בעדפארד ענוועניו אין וויליאמסבורג צו זעהן די סאטמאר באחנטע אינגעלעך מיט זייער לבוש און זיי בלויז זיי בענטשן פון טיפן הארץ. [20]

א חשובער איד פון וויליאמסבורג א.ז. (פון די בני יואל קרייזן) פארציילט אז ער איז געווען א שליח פון ר' אביגדור פאר איבער צוואנציג יאר צו טראגן יעדן ערב פסח קמחא דפסחא געלט פאר א צאל משפחות וואס זיי דרייען זיך דווקא אין סאטמאר און וואונען דווקא אין וויליאמסבורג האבן מער ווי זעקס קינדער. און דער סכום האט יערלך באטראפן מער ווי פופצען טויזענט דאלער. ער האט דערביי אנגעווארענט יענעם נישט צו פארציילן פאר קיינעם. יענער האט עובר געווען אויף דעם ציווי בלויז נאכדעם וואס ר' אביגדור איז שוין פארשטארבן. [21]

ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג איין שמחת תורה מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזעהן ר' יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם.[22]

ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז ר' יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמאר רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים שרייען און ברוקענען אלייןס אין צימער זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל ווייל ער האט מער פאשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען.

ר' אביגדור האט קיין איינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם דערוועגן. און אויך נישט געגעבן פאר ר' סענדער רשות דאס צו באשרייבן דערווען אין זיין ספר, ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די דאזיגע טראסט און חיבה יתירה וואס ר' יואל האט אים ארויסגעוויזן אחוץ איינמאל ווען ער האט גערעדט פון אמונת צדיקים האט ער בלויז געזאגט אז ווען מען האט אים אמאל געלאזט רופן פון סאטמאר רבס שטוב, אז דער רעבי רופט האט ער נישט געקענט שלאפן פון גרויס פחד... (ער האט נישט פארציילט אז דאס איז געווען א רעגולארע זאך ווי ר' סענדער האט געזאגט) ער זאגט אז ער האט זיך געשפירט ווי די אידן פאר קבלת התורה.

ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די בני יואל אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים און זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם ברך משהס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע עני סאטמאר אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה.

יידיש

די קינדער און אייניקלעך פארציילן אז פאר ער איז געשטארבן, האט ער געלאזט צוואה און געבעטן אז מען זאל נאר רעדן אידיש, אפילו זיינע טויזנטע טעיפס זענען בעיקר אויף ענגליש, האט ער אבער אייביג מוסר מודעה געווען אז דאס איז די סיבה ווייל זיינע שיעורים איז בעיקר געצילט פאר בעלי תשובות וואס רעדן נישט, און קענען נישט, קיין אידיש. אינדערהיים פלעגט ער טאקע נאר רעדן בלויז א ריינע אלטמאדישע אידיש. ווארשיינליך אנצוהאלטן דעם דרך ישראל סבא פון אמאל מיט איר ארגינעלן פארעם.

זיי זאגן עדות אז במשך זינט די געבורט פון עלטסטן בכור א צירקע זעכציג יאר האט ער אין שטוב נישט גערעדט קיין איין ווארט ענגליש צו קיינעם בלויז ווען איינער האט נישט געקענט קיין אידיש. און דאך אויף די טעיפס רעדט ער אן ענגליש וואס איז זייער הויך און קונסטלעריש.

קנאות

ער פלעגט הייסן גיין מוחה זיין קעגן די דעמאקראטישע פאליטיקער וואס האבן געשטיצט תועבה, געיז און אבוארטען. אויף דער בימה אין זיין שול פלעגט אייביג זיין אנגעפילט מיט פעטישענס פאר כל מיני מוחאות אפצושיקן וועכענטליך צו די געזעץ געבער קיין וואשינגטאן אדער אלבאני אדער סיטיהאל. זיין עקסטרעימקייט האט אים באליבט אויף די סאטמארער מאסן און ביי סתם אידישע קנאים. זיינע ספרים און טעיפס זענען פיל מיט לאזונגען און שארפע ווערטער וואס ווערן פארנוצט ביי די אויבענדערמאנטע לטובת זייערע מערכות אין אידישקייט.

ער איז אמאל געווען דער איינציגסטער איד ביי א צוזמאנקנופט פון גלחים קעגן די טעלעוויזיע פראבעלם, ער פלעגט דאס שטענדיג דערמאנען וואסארא חילול ה' דאס איז געווען אז קיין איין איד האט זיך נישט דארטן באטייליגט אחוץ אים. ער האט כסדר גערעדט פון יענעם מעמד און דאס באצייכענט אלס א קידוש ה' אז מען האט פארברענדט דארטן טעלעוויזיעס.[23]

ווען משה גבאי איז געווארן איבערגעפארן דורך אייזעק לעפקאוויטש און מען האט געמיינט נאך אז ער וועט דאס נישט איבערלעבן, האט איינער געפרעגט פארוואס אזא מיאסע טויט שטראף האט ער געזאגט צוליב דעם וואס סאטמאר האט יענע צייט אינדארסט קאטש ווא איז געווען פאר תועבה קעגן אנדערע מער קאנסערוועטיוו קאנדידאטן, און דער חילול ה' דערפון אז סאטמאר דער פרומסטער קרייז ביי אידן זאל גאר דאס טאן איז געווען אן היסטארישער מרידה במלכות שמים, וואס טאקע די רבנים האבן נישט מיטגעשטימט אבער די אדמו"ר האט זיך אויסגעלאכט פון די רבנים מיטן הילף פון זיין גבאי, וואס כידוע האבן דאן קאשוי רב מיט ר' אברהם לייטנער זיך געבעטן ביים ברך משה נישט דאס טאן און גארנישט האט געהאלפן. [24]

ער האט פארציילט אז ווען וויליאם קונסטלער דער לויער פאר די מאפיע איז געשטארבן פון קענסער, האט ער אנגעצינדען די ניו יארק פאוסט אויף אושען פארקוועי און געמאכט א טאנץ ארום דעם פייער, אלס'ן ענין פון זיך משריש זיין דעם אמונה חושית פון ושולימת רשעים תראה.[25]

זיין אייניקל האט אים אמאל געפרעגט פארוואס ער פארפירט אזוי קעגן די היימישע מוסדות וואס נעמען געלט פאר די תועבה קאנדידאטן מ'בויט דאך דערמיט פון זייערע געלטער און ליבעראלע פראגראמן אויף תורה אידישקייט, האט ער זיך צושריגן וויאזוי קען מען בויען תורה מיט אזאלכע געלט הקב"ה ערקלערט דאך אני ה' שונא זימה, מ'מאכט א יד אחת מיטן זימה און מ'בויט נאך דערמיט תורה. האט ער אויסגעפירט אז ער האט פשוט באמת פיינט אלע שונאי ה' און ער קען זיך נישט איינהאלטען פון רעדן און פארפירן קעגן זיי אפילו דאס שטערט די מוסדות און פארטייען.[26]

ציונות

ער איז געווען פייער קעגן אידישע שטרעמונג אן תורה אלס איר איינציגער ציל, און די ציונות באוועגונג איז אויך נישט געווארן אפגעשוינט פון זיינע דרשות מוחאות.

על אף וואס ער האט געהאט גרויס סימפאטיע צו סאטמאר איז ער אבער דירעקט נישט נאכגעגאנגען אין זייער שיטה.

ער פלעגט אפט זאגן אז ער פארשטייט נישט די חילוק צווישן א אידישע רעגירונג אין ארץ הקודש ביז א אידישער רעגירונג אין אפסטעיט מאנרוי קרית יואל, - בתנאי אויב פרומע תורה אידן פירן דאס זענען ביידע הייליג און טייער.

ער פלעגט באיינפלוסן זיינע צוהערער צו גיין שטימן אין ארץ ישראל, און ארויסוואוטן די לינקע ליבעראלע פרייע אידן פון פאוער.

זיין ערשטער בוך ריזשאוס או יוט האט א גרויסער פובלישונג פירמע פעלדהיים נישט געוואלט פובליקירן צוליב די שארפע לאזונגען קעגן די פרייע אידן און ארץ ישראל. איין אויסשניט וואס האט דאן ארויסגערופן גרימצארן ביים אלגעמיינעם אידענטום איז געווען זיין סטעיטמענט אז די כותל מערבי וועלט בעסער געווען וועין עס בלייבט אין אראבישע הענט צוליב זייער צניעות און צוליב די אידישע אויסגעלאסענקייט וואס פארשוועכט היינט צוטאגס דעם מקום קדוש.

האלאקאוסט - אלס הצלה פון אידישקייט קיין אמעריקע

ער פלעגט זאגן שטענדיג אז מען דארף אנקוקן דעם האלאקאוסט אלס יד ה'. א שטראף זיך צו לערנען דערפון א מוסר וויבאלד גאט טוט נישט גארנישט סתם אזוי ווער רעדט נאך פון רציחה. ווי די נביא שרייט (אין ירמיהו ב,ל) לשוא הכיתי את בניכם מוסר לא לקחו אז השי"ת איז זיך מתמרמר אז זיינע שטראפן זענען אומזינסט ווייל מ'לערענט זיך נישאט אפ פון די שטראפן אויף זיינע באליבטע קינדער.

דעריבער פלעגט ער זאגן אז די 6 מיליאן טויטע אין אושיוויץ זענען גארנישט קיין קדושים ווי רוב אידן רופן זיי, ווייל דאס מאכט חלילה האבן טענות אויף גאט אז ער זאל האבן געהארגעט היייליגע לייט.

ער שרייבט אז די יצר הרע איז זיך מחיה און פארדינט גאר אסאך פון די אלע פרומע אידן וואס זאגן אז די פאר - די צווייטע וועלט מלחמה אידן זענען געווען הייליג. [27]

זיין מעסעזש וואס ער האט געזען אין היטלער אלס א גוטער זאך. ווייל ער האט געוואונט אין אייראפע פאר די מלחמה און לויט ווי ער האט דעמאלטס שוין מורא געהאט האט זיך כלל ישראל געדארפט ענדיגן צו עקזיסטירן דורך די פילע אפיקורסות און פרייהייט וואס האט דאן געבוזשעוועט, ער פארציילט אז אין סאלאבאדקע די שטעט פון די ישיבה ווי ער האט געלערענט האט יעדע 5 מינוט דפארטעט א געפאקטער באס פון אידן זיי צוטראגן צו די ארבייט בעצם יום השבת. און די שטאט האבן געוואנט רוב אידן און די צענדליגע טויזענטע און עס איז שוין כמעט נישט געווען קיין מנין שומרי שבת.

ער האט שטענדיג גאזאגט אז היטלער ימ"ש איז גאטס שליח צו ראטעווען די אידישקייט דורך סאטמאר רב ר' יואל טייטלבוים און אנדערע גדולים וואס האבן זיך יא געראטוועט און פון דאס ניי צורק אויסגעפארעמט אידישקייט מער לויטער און ארגינעל מיט די רעליגיע לויט די תורה. ער האט אפילו איינמאל אנגעכאפט א מלחמה איבערלעבער און אים ארויסגעפירט פון זיין שול ווען יענער האט זיך פרובירט איינטענה'נען מיט אים אז די זעקס מיליאן טויטע זענען יא געווען הייליג. זיינע מקרובים האבן דערנאך בארואיגט יענעם איד אז ער וואלט אים ווען אנגעבראכען די ביינער פאר דעם חטא און ער זאל זיך פרייען אז ער איז ארויס גאנץ... [28]

תורה

רוב לעבן האט ער מקדיש געווען צו לערנען גמרא רש"י תוספות איבער און איבער.

ער האט געהאט א געניעלען סטייל וויאזוי פארצולערנען און לערנען פאר זיך אז מען זאל דאס געדענקן, עפעס איין שורה אפאר מאל און דערנאך ערשט גיין צו די נעקסטע שורה.

ער איז געווען אבער א באהאלטענער תלמיד חכם אויף לומדות. ער זאגט אז ער האט געלערענט שב שמעתא אלס קינד ביים וואסער.[29] און אויך פארציילט אן אייניקל אז די לעצעט וואך אין שפיטאל האט ער זיך פארהערט מיט אים אין קצות החושן.[30]

דאס איז זיכער אז ער פלעגט פארמיאוסן אין די לומדים און די לומדישע לייף סטייל ישיבות. וואס מ'לערנט נישט געהעריג אגדתא ווייל זייענדיג א מוסרניק האט ער געזען אין אגדתא דער עיקר ויסוד חלק צו תורה.[31]

אבער ער פלעגט פארלערנען קצות החושן איינמאל א וואך אין זיין זוהן'ס ישיבה.[32]

הרב מרדכי וויינבער די ראש ישיבה פון ישיבה גדולה ד'מאנטריאל האט אמאל ערקלערט פאר זיינע תלמידים: איך שטים נישט אלעס מיט וואס ראביי מילער זאגט, אבער ווער בין איך זיך צו קריגן אויף א איד וואס ענדיגט ש"ס יעדע איינציג יאר נאכאמאל און נאכמאל.[33]

מוסר

ווען ער איז שוין געווען א גרויסער בחור, האט זיך זיין לעבן דראסטיש געטוישט אונטער דער השפעה פון ר' יעקב יוסף הערמאן זצ"ל, וואס האט פארגעלערנט אן אומערלויבטער מוסר שמועס פאר 5 סעלעקטירטע מבקשים אין די דארמיטארי פון זיין צימער בין הסדרים אין ישיבה אוניווערסיטעט אין דעם ספר מסילת ישרים וואס בלויז ער פון די פינעף האט באקומען רשות זיך צו אריבערקריכן באהאלטענערהייט א ווינדאו פון א פייער עסקעיפ אז קיין איין בחור זאל אים נישט נאכטאן, ער איז דערנאך געפארן לערנען אונטער זיין השפעה קיין אייראָפּע. [34]

די מוסר האט אים שטארק אויסגעפארעמט זיין לעבן, און די דאנערשטאג נאכט שיעור איז געווען די הויך פונקט פון זיין לעבן פאר איבער פערציג יאר וואס כלל ישראל האט זיך איינגעהערט ווי ער רעדט צום באשעפער פאר איבער א שעה ווי א קליין קינד רעדט צו זיין מאמען.

דאס איז צושטאנד געקומען נאכער וואס ר' שרגא משה קאלמאנאוויטש מירער ראש ישיבה האט אויפגעפאדערט פון א גרופע אינגע ספרדים וואס זענען געקומען דאן פון סיריע זיי זאלן זיך ווענדן צו ר' אביגדור זיי ווייזן די ערשטע טרעפ אין אידישקייט, די ספרדישע בחורים האט מיט חוצפה געזאגט פאר ר' אביגדור אז אידישקייט אינטערסירט זיי ווייניג האט ר' אביגדור אנגעהויבן צו רעדן פון די ניקס און אזוי אריינגפארן ביזן רמב"ם, די שיעור איז געווארן איינגעפירט אין מירע ישיבה און אשכנזים האבן זיך צוגעכאפט דערצו. .[35]

ער האט נישט געהאלטן פון קיין מעשיות און כמעט קיינמאל גארנישט פארציילט קיין דראמא ווי די רעדענער נאר פשוט געהייסן מאכן עקסערסייז ער האט געהייסן מען זאל שווייגן אינמיטן און איבערגעדרייט די טעיפ אויף די אנדערע זייט. אזוי אויך האט ער געהייסן נאכזאגן אדער נאכטן נאך אים, ווי גוט דער באשפער איז, אדער אז מען זאל זאגן הויך און קלאר איך האב דיך ליעב גאט'. ער האט געהייסן עפענען די פענסטער ביים שיעור אז די זשערמס פון אזויפיל מענטשן זאלן ארויסגיין טאמער איז געווען ווינטער האט ער אנגעצינדן הויך די סטיעם און נאכאלטס געפענט די פענסטר.


סלאבאדקע

אין 1932 ביי די 24 יאר אלט האט ער זיך איינמאל געגאנגן צוהערן צו א שמועס פון ר' אייזק שעהר אן איידעם ביים אלטן פון סלאבאדקע וואס איז געקומען דאהי קיין ניו יארק זאמעלן געלט, דעם שמועס אין א מאנהעטען האטעל לאבי איבער די מוסר מהלך איז אים זייער געפאלן און נאך די התייעצות מיט הרב דעוויס האט ער זיך געפאקט פעק און געפארן לערנען קיין סאלאבאדקע. ר' אייזעק שעהר האט דערנאך זיך אויסגעדרוקט אז קיין געלט האט ער נישט געמאכט אין זיין וויזיט קיין אמעריקע צוליב די דיפרעסיע יארן אבער א תכשיט פארן ישיבה האט ער זיך יא איינגעהאנדעלט און די נסיעה האט זיך אויסגעצאלט דורך ברענגן ר' אביגדור קיין סאלאבאדקע. [36] שפעטער אין זיין לעבן האט ער געזאגט אז אלעס וואס ער זאגט און רעדט איז פון זיין רבי ר' אייזק שער [37]

ר' אייזעק שעהר'ס איידם הרב שולמאן דער שפעטערער ראש ישיבה און ווידער איבערפאלנצער פון סאלאבאדקע אין בני ברק איז אויך געווען זיין שדכן. און האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון א רב אין גלילות פון קאוונע וואס איז געווען א גרויסער מוסרניק אין 1935.

זיין גורל צו פארן קיין אייראפע האט ער אבער אייביג געגעבן דאס דאנקבארקייט פאר דעם תורה ריז הרב יעקב יוסף הערמאן וואס דאן געווען טעטיק צו מוטיגען בחורים צו גיין לערנען קיין אייראפע זיי אפצוראטעווען פון אמעריקעס חורבן. צווישען זיי זיין חברותה ר' משה ביק און הרב דעיוויס זצ"ל, פון פיקסוויל, און ר' מרדכי גיפטער זצ"ל, פון טעלז קליבלאנד, ר' ברוך קאפלאן דער שפעטערדיגע גרינדער פון בית יעקב נעץ שולס איבערפלאנצונג אין אמעריקע. און ר' נתן וואכטפויגל דער לעיקוואודער משגח, און נאך וואס איך געדענט ניטש זענען געווען די פינעף.[38]

קבלה

זייענדיג א ליטוואק, און אויך א פיליזאף, על דרך ושיטת הרמב"ם און בעל חובת הלבבות, איז ער געווען א גרויסער חסיד פון שכל. ער פלעגט נאר רעדן זאכן וואס האט געהאט מיטן שכל, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים קיין קבלה'דיגע באגריפן פון זוהר, אבער זיינע זאכן דורכן שכל, האבן כמעט אלע געשטימט מיטן זוהר, די חסידים וואס פלעגן קומן צו זיינע שיעורים פלעגן אים אייביג פרעגן איבער העכערע מיסטישע באגריפן פון חז"ל, פלעגט ער רוב מאל ענפערן אז די זאכן זענען משלים און רעיונות נישט פאקט.

א גערער חסיד דרוקט היינט איבער זיינע ספרים אויף עברית און פארפעלט נישט אין קיין איין שטיקל אנצוצייכענען א זוהר הקדוש אדער מדרש אדער אפילו לעצטיגע קבלה רעיונות, וואס דער דרוקער אלס חסיד איז שטארק באהאווענט אין די ספרים און לייגט דאס אלס פערעפערענצן צו יעדע רעיון פון ר' אביגדור אז דאס איז שוין געשטאנען אין קבלה. כאטשיג וואס בשעת ער האט געלעבט פלעגט ער זאגן אז ער איז נישט עוסק אין קבלה.

ער האט טאקע געשריבן און אוועקגענומען פון זיינע קינדער און אייניקלך די רשות צו איבערזעצן זיינע ספרים פון ענגליש אויף העברעיש און דאס פארשריבן אז בלויז יענער גערער חסיד מעג דאס טאן.

חסידות

ער האט זיך נישט געפירט בחסידות און אפט מאל מבזה געווען קעגן זייער התנהגות אבער ער פלעגט אייביג זאגן אז די אמת איז ביי די חסידים. מיטן משל פון חפץ חיים אז ווען מען איז געקומען צו אים זיך אפרעדן אז די חסידים טרעטן אויפן שלחן ערוך און דאווענען שפעיט, האט דער חפץ חיים גענטפערט: זיי דאווענען שפעיט טאקע אבער מיר ליטוואקעס דאווענען שוין נישט בכלל.[39]

פרישות

פאר איבער דרייסיג יאר וואס מען ווייסט זיכער אז ער האט נישט געגעסן קיין מזונות, בלויז געשלאפן אויף א ברעט אונטערן ריקן. און געגעסן נאר פרוכט, און פלייש אויב די ווייב האט דאס ספעציעל געקאכט און אליינס כשר געמאכט.[40]

מורא

ער האט געהאלטן אז די תכונה פון פחד איז דער חשבסטער יסוד אין הלכות נזיקין. און אזוי אויסגעטיישט אדם המבעה.[41]

ער פלעגט אראפבאגלייטן יעדן איינעם נישט קיין חילוק א קינד פרוי און אפילו זיין אייגענע זינען פון זיין הויז אויף די עלטערע יארן ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער מאכט זיך אזוי משוגע צו מקיים זיין די מצווה פון לוויה, האט ער גענטפערט מיט א רעש, פארוואס מען טייטשט אים אויס פאלטש, ער ציטערט פשוט אז זיי וועלן אראפפאלן באגלייט ער זיי.[42]

א חסידישער סאטמארער אינגערמאן פון בארא פארק האט אמאל אריינשפאצירט צו אים קיין פעלטבוש פאר א תפילה פרייטיג צונאכטס, ר' אביגדור האט אים נאכן דאווענען ברייט מקבל פנים געווען און געמיינט אז ער איז א ירושלימער גאסט אין געגענט פאר שבת. ר' אביגדור האט פארבעטן יענעם צו שלאפן און עסן ביי זיך ביז נאך שבת. ווען דער אינגערמאן האט זיך פרובירט ארויסדרייען אז ער וויל נישט מטריח זיין דעם צדיק, האט ער אים געזאגט אז ער מיינט נישט די מידת פון הכנסת אורחים ער האט פשוט מורה פאר יענעם אויפן לאנגן וועג צוריק צו זיין אכסניא, ווייל די מענטשן פון די העכערע אוישן פארקוועי גאסן וועלן אים נאכשרייען צוליב דאס אינטערסאנקייט פון אים אלס ירושליםער איד מיטן שטריימל און בעקיטשע, וואס די געגענט פרייע און מאדערענע אידן וועלן מאכן שפאס פון אים. דער אינגערמאן האט געגעסן ביי אים ווייל ער האט געוואלט צוזעהן זיין עבודה אבער דערנאך האט אים ר' אביגדור מפציר געווען אז ער זאל שלאפן ביי אים אויכט האט דער אינגערמאן אים ענדליך מגלה געווען אז ער וואונט אין בארא פארק און געזאגט אז זיין ווייב אין קינדער זארגן זיך פאר אים. האט ער אים נישט געלאזט אהיים גיין נאר אנעם שטריימל... [43]

ער פלעגט שטענדיג שרייען קעגן די עלטערן וואס זענען פרום און חסידיש אבער ווען זייערס א קינד געשענט עפעס זעהן זיי נישט אז זיי זענען פושעים נאר זאגן ה' לקח וה' נתן און מען דארף זיי הארגענען פארן לאזן די בליטש אדער די פייער אז קליינע קינדער קענען דערצו צוקומען.[44]

יראת שמים

ווען ער איז געווען אין שפיטאל האט ער נישט אריינגעלאזט קיין פרויען שוועסטער.ציטירן גרײַז: פֿעלט א שליסנדיגער </ref> פֿאַר <ref> טאַג

אן אייניקל איז אמאל דורכגעפארן אוישן פארקוועי זיין שול און הויז, האט ער געזעהן די טירן ברייט אפן, אזוי ווי ער האט געוויסט די סדר פון ר' אביגדור זיין זיידע איז צו זיין מוראדיג געווארענט אין יעדער זאך, איבערהויפט שמירה אויף דער שול, האט ער זיך אפגעשטעלט און אריין געגאנגען אין שול זעהן וואס איז געשען, ער קומט אריין זעהט ער א פרוי זיצן דארטן, ער פרעגט איר צו ער קען זי העלפן? הערט ער זיין זיידע זיך אנרופען ווער איז דארטן? גייט ער צו צום זיידן און זאגט אז איך בין דאס פארוואס איז דער טיר אפן? זאגט אים די זיידע זעהסטו נישט קיין אשה דא?[45]

די וועלט האט אויף אים געקוקט אלס מאדנע און מודה געווען צו אלעס וואס ער זאגט אבער מען האט זיך פארענטפערט אז ער איז א גרויסער בעל כוח וואס נאר ער קען טאן זיין דרך ה' ווייל ער איז א עקשן, ווען זיין אייניקל האט אים אמאל פארציילט אז די ליטווישע וועלט האלט גאר שטארק פון אים אבער זיי זענען נישט מסכים אז זיין דרך איז פאר יעדן ווייל בלויז ער האט כוח זיך צו פראגראמירן דאס לעבן אלס א מוסר'ניק. האט ער גענטפערט גלייב מיר אז עס קומט מיר אן שווערער ווי אלעמען, איך טוה נאר איין זאך וואס איז א טריק וואס זיי ווייסן נישט פון דעם טריק איך האב מיך ערקלערט אלס א קנעכט און שטענדיג ווי איך גיי און ווי איך שטיי אגאנצעטן טאג חזר איך איבער איך בין אן עבד ה' איך בין אן עבד ה'. און אזוי אפשר היינט צוטאגס פיל איך מיך נענטער ווי זיי צום באשעפער אבער נישט מכוח ראבאט נאר איך האב אזא ציטער אז איך קען שוין דאס נישט פארגעסן...[46]

מענטשן וואס האבן אים געקענט האבן געמיינט טאקע אז דאס איז אזא משוגעת, אז ער רעדט צו זיך אלייןס קיינער האט קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט אז ער האט דאן געזאגט פאר זיך אין בין אן עבד ה מיליאנען מאל דורכאויס זיין לעבן...

ער פלעגט האבן א מאדנער מנהג אויף די עלטער נישט אויסטאן די היט קיינמאל אפילו אין שטוב בעתן לערנען און עוסק זיין אין שרייבן זיינע ספרים און בשעתן עסן קיינמאל. ווען די קינדער האבן סוף ימיו אים געבעטן ער זאל דאס אויסטאן האט ער געזאגט אז ער פארגעסט שוין אביסל און דאס העלפט אים דערמאנען פון זיין פחד הבורא.

ער האט אייביג מקפיד געווען צו ארומגיין ציכטיג און זויבער אן קיין מינדעסטע פלעק אלס זיין סטאטוס ווי אן עבד פארן קעניג פון די וועלט.[47]

ליבע

כאטשיג ער איז געווען מטבעו א קאלטער מענטש האט ער זיך אפגעגעבן ארויסווייזן ליבשאפט און ווארעמקייט פאר אלעמען ארום זיך. און ער פלעגט שטענדיג מעורר זיין יעדן צו שמייכעלען צום שכן. ער פלעגט אפט מאל אינמיטן שיעור הייסן זיך אפשטילן פאר א מינוט און יעדער איינער זאל אנקוקן זיין שכן פרויען די פרויען און מענער די מענער און פראקטיצירן צו שמייכלן מיט מחשבות פון ליבשאפט צו יענעם.

  1. ער פלעגט האבן א קפידא אז ביי זיך יעדן שבת מוזן זיין געסט אייניקלך צו עסן אדער שלאפן. און זיי נישט געזאגט קיין תורה ביי די סעודה נאר בלויז געזינגן מיט זיי פאר לאנגע שעות, וואס ביי ליטוואקעס איז אראפגעקוקט זינגן זמירות צוליב זייער טאבו הארבע עבירה פון ביטול תורה אבער אין דעם האט ער זיך געפירט ווי חסידים.ציטירן גרײַז: פֿעלט א שליסנדיגער </ref> פֿאַר <ref> טאַג
  2. ער האט געגריסט יעדן איינעם מיט א שמייכל פון דא ביז קאנארסי.[48]
  3. ער האט זיך אראפגעשלעפט אויף די טרעפ פון זיין הויז אין די שווערסטע צייטן, און אראפגעזעצט ביי יעדן שנארער נעבן טיר אין פארצימער און אויסגעהערט פאר לאנגע צייטן יענעם'ס פראבלמען.[49]
  4. דער סיפור אונטער זיין זשאב אלס משגיח אין חיים בערלין איז גארנישט געהאט צוטאן מיט זיין פערזענליכקייט ווייל קיינער האט נאך דעמאלטס אים נישט געקענט ער האט געוואונט אין טשעלסי וויי אוועק פון די ישיבה. נאר דער ראש ישיבה ר' יצחק הוטנער האט איינמאל באקומען א רירנדער טעלעפאון קאל פון דערווייטענס פון אן אומבאקאנטער רב וואס האט זיך געבעטן מיט טרערן פאר אים ער זאל נישט ארויסווארפן עפעס א פרעמדער בחור. האט עים ר' יצחק הוטנער געשריגן אויפן טעלעפאון א איד וואס קען וויינען פארן פראבלעם פון א פרעמד בחור מוז זיין א משגיח. און ר' אביגדור האט אין דעם געזען א אצבע אלוקים אוועקמופן פון טשעלסי אז קיין חינוך וועט ער שוין נישט קענען צושטעלן דארטן פאר זיינע קינדער.[50]

אהבת ה'

ער פלעגט זיך ארום דרייען אין טאש שטענדיג מיט עפעל קערנדליך, ווען ער איז געשטארבן האט מען געטראפן איבער זעקס פילע פאטעיטא זעק אנגעפילט מיט עפל קערנדליך ביי אים אינדערהיים אין סטארעזש; דאס פלעגט ער זיך קאכן טאג אין נאכט אין די וואונדער פון באשעפערס וועלט. אין פארענט פון זיין שטענדער אין שול איז אייביג געלעגן א באטל ניו יארק סיטי סינק וואסער, אלס א שוויתי ה' לנגדי תמיד, זיך צו דערמאנען דעם טובת ה'.[51]

זומער פלעגט ער אייביג יעדן שבת רופן די אייניקלעך און שפילן מיט זיי א געים להשריש את אהבה לבוראם אין זייערע אינגע הערצער, אז מען האט געפליקט מעלאונע קערנדליך...ציטירן גרײַז: פֿעלט א שליסנדיגער </ref> פֿאַר <ref> טאַג

ער האט געזאגט אויף די פראגע פון סאטמארער אידן פארוואס ער האט נישט געדרוקט אין לשון קודש זיינע ספרים, אז ער קען טאקע גאר שיין שרייבן אין לשון קודש, און פאר זיך שרייבט ער אלעס קודם אין לשון קודש, אבער וויבאלד קיין איין תלמיד חכם וועט סיי ווי נישט קויפן זיין ספר וועט ער פארלירן געלט, דעריבער דרוקט ער דאס דווקא אין ענגליש נישט צו פארלירן אזויפיל געלט.[52]

איינמאל האט זיך אוועקגעשטעלט א גאנצע משפחה פון פאריז נאכן דאנערשטאג שיעור און מיט התרגשות זיך פארגעשטעלט אלס געווארענע בעלי תשובה דורך זיינע טעיפס, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט נאר ווייטער געגאנגען און געזאגט מיט א שמייכל שכוח פארן מאכן אן אלטן איד פרייליך.[53]

שתיקה

שווייגן איז געווען א גרויסער יסוד אין זיין לעבן. און שטענדיג אויפגעפאדערט אז מען זאל שווייגן. אז מען איז געקומען צו אים איבער שלום בית האט ער גארנישט געוואלט רעדן נאר איבער דעם.

ער איז געווען א מאדנער שותק, אז ווען מען האט אים עפעס געפרעגט נישט קיין חילוק ווער האט ער אפט מאל נישט געהאט קיין פראבלעם צו לאזן דעם שואל שטעקן מיט די שאלה און נישט ענטפערן...

ביי זיינע מסיבות און צוזאמענקומען וואס ריזן עולם פלעגן קומן צו אים געבן כבוד ווי למשל ביי זיין אייניקלעך'ס חתונה, אדער ביים יערליכען דינער פון זיין זון'ס ישיבה. האט ער זיך אוועקעגשטעלט ביים טיר, נישט אובן אן, און יעדן איינעם געשמייכלט און זיך באדאנקט פארן קומן מיט א ברכה, און קיין ווארט נישט מער.

אפט מאל פלעגט ער שפאצירן און מענטשן האבן זיך געוואלט צושארן צו אים אבער ער האט זיי איגנארירט...

רעדן

מיט דעם אלעם האט ער געהאלט אז יעדער איד מוז קענען רעדן מיט רעטאריק ער האט קיינמאל נישט חלילה וחס געהייסן לערנען ספרים חיצנוים אחוץ ביי מידות וואס דאס איז געווען חשבון הנפש וואס ר' ישראל סאלאנטער האט געהייסן איבערדרוקן און פארשפרייטן. און דער אנדערער בוך פון דעיל קאנארגי צו שארפן דעם צונג.[54]

זיינע ספרים זענען פיל מיט חכמות חיצונית, און איז באקאנט מיט יעדעס ווארט פון כפירה און מינות זיי אפציווענדען, זיין בית הכסא איז געווען א לייבערי פון אלע ביאלאגיע, פיזיקע, און וויסענשאטפט ביכער, זאגענדיג אז מען טאר נישט אין זיי אריינקוקען נאר ער ווייל ער טוט זיי אפווענדען און אויך נאר אין בית הכסא ווייל עס איז טמא. און אויך נאר צוליב דעם וואס ער האט אנגעפרעגט ביי גרויסע פסוקים און זיי האבן אים געגעבן א היתר.

על אף וואס זיינע ביכער זיינע געווידמעט גאנצעטע פרקים אפציווענדן כל מיני אפיקורסות, זענען רוב פון זיינע טעיפס און שיעורים נישט עוסק נאר אין אהבת ה' און חסד ה'. אחוץ ניטול נאכט וואס ער האט אויסגענוצט אפצושפעטן פון קריסטיענטום און אוואלאציע.

אבער בעיקר זעהט מען אז ער איז באקאנט געווען אין די אלע וויסענשאפטן אויסצינוצען דאס אנציווארימען הערצער פון זיינע צוהערער און זיך אליינס צו זיך פארוואונדערן און אויפלעבן צו די גוטע טיפע גוטס און גענדאדע און נפלאות הבורא פאר די וועלט.

זיינע קינדער פארציילן אז זיי האבן אים קיינמאל נישט געזעהן זיצען און קוקן עפעס אנדערשט ווי א גמרא אדער ספר און אלע זיינע סייענס פארשונגען וואס ער האט געהאט געלערענט אין בית הכסא האבן אנדערע פאר אים געברענגט כדי לוחם צו ווייזן די פירצות פונעם דור.[55]

זיין חכמה האט זיך דאס מערסטע ארויסגעוויזן ביי די וועג וויאזוי ער האט אייביג געקענט ענטפערן די לעצטע פופצען מינוט פון דאנערשטאג שיעור פאר מער ווי פערציג יאר און איז פארשפרייט אין די הונדערטע טויזענטע קאפיס בכל קצוות תבל.

קריטיק אויף אים

אין דער איד איז בשעתו געווען אפגעדרוקט וועכענטליכע העצערייען אז מען טאר נישט הערן זיינע טעיפס צוליב דעם חרם פון חתם סופר נישט זאגן דברי תורה בלשון הגוים.

אלס ענטפער צו דעם האט דער איד אפגעדרוקט אסאך בריוון וואס האבן עדות געזאגט אויף זיין גדלות נאר אז ער איז נישט קיין גדול וואס א יוצאי אונגערן זאל זיך מאכן פאר א רבי צוליב דעם חתם סופר'ס איסור.

מנהיג ישראל

נישטא קיין מדינה און שטאט ווי זיינע טעיפס זענען נישט אנגעקומען.

ער פלעגט ענטפערן שאלות 2 מאל א טאג אויפן טעלעפאן בשעת'ן עסן מיטאג און נאכטמאל.

אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פלעגן קומן צו פארן איבערהויפט צו זיין דאנערשטאג נאכט שמועס, ווי ר' בנציון פעלדמאן פון מאנסי, ר' שמחה בונעם קאהן פון לעיקוואד, דער ווינער דיין פון בארא פארק און אזוי ווייטער רבנים עסקנים און גרויסע תלמידי חכמים פון די נאנט און פון די ווייט האבן זיך נישט געוואלט פארפעילן אפילו איין שיעור און האבן זיך געשלעפט שעות מיטצוהאלטן די דברי אלוקים חיים.

ער האט אייביג געזאגט אז מען זאל אים נישט אויסהערן נאר יעדער איינער האט ער געזאגט וועמען צו פרעגן א שטאפן היט דעם ברך משה און א הויכער היט ר' שלמה באבובער און די ליטווישע אידן זייערע פירער און די ספרדים זייערע און פארן רוסישען אדער בעל תשובה טיפ ליבאווישטער רבין. א.א.וו.

ער פלעגט פארנוצען רוב צייט פון זיינע מוסר שמועסן ארום רעדן די מעלות פון אנדערע גדולי הדור, וו.צ.ב. דער ברך משה האט ער געזאגט אז אזא עניו און הכנעהדיגער מענטש פאר גדולי ישראל איז נישט באשאפן געווארן. אדער אז ער האלט אז דער ליבאוויטשער רבי קען זיין משיח. אדער אז דער באבאובער רבי איז א איש שלום און א זעלטענער בעל מידות וואס שאפט א פראכט און כבוד פארן אידישן פאלק. און אז אידן דארפן ווען זעהן צו משפיע זיין ביי די רעפובליקאנער פארטיי אז ר' אהרן קאטלער זאל ווערן פרעזידענט פון אמעריקע. קיינער איז נישט געקומען דארטן פון מאנסי מאנרוי וויליאמסבורג צו הערן אז אנדערע גדולים פון זיין'ס גלייכן זענען ערליך און מען זאל זיך ווייקן ביי זיי מען איז געקומען הערן וואס ער האט צו פארציילן אבער ער האט זיך געקשענט און כמעט נישט פארפעלט קיין איין וואך אויסצורימען א גדול אינעם דור וואס לעבט.

אפילו ער איז זיך געזעצן פארשפארט אין זיינע ד' אמות און זיין פארשטופט ווינקל אין א מאדערן נישט פרומען געגענט אין אוישן פארקוועי אוועק פון יעדן פירסום און פובליק.

האט ער באפוילן פאר אלע זיינע מענטשן צו מופן קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק אדער ארצפצו פון פלעטבוש ווא איז געווען פרומער, ער פלעגט אויך אויפאדען אז מען זאל זיך באטייליגן אין פרומע חרדישע צוזאמקנופטן אפילו דאס איז נישט ממש פאר תורה. ער האט באפוילען יעדן צו גיין צו די סיום השס און צו די בעלזע חתונה און צו די סאטמארע יערליכע כ"א כסליו מסיבות, זאגענדיג דייקא נישט צוליב די תורה נאר צוליב דעם אז איבעראל ווי עס איז דא א גרויס צוזאמקום פון אידן רוהט די שכינה אין מער פראפאראנץ ווי א קליינער צוזאמקום. און אויב איז דאס היסטאריש גרויס אין פאפולאציע איז דער שכינה דארטן אין היסטארישע פראפאראנצן.

זיין לוויה

בעמעד פון צענדליגע טויזענטע אידן האט מען ארויסבאגלייט זיין ארון פון זיין באשיידען הויז און שול'כל אפצופארן אויף וועג קיין קענעדי עירפארט עס האבן זיך באטייליגט און מספיד געווען ר' חיים פנחס שיינבערג, ר' יוסף ראזענבלום, ר' שמואל בירענבוים, אן אייניקל זיין ממלא מקום אלס רב אין זיין לעצטער שול, ר' יעקב פערלאוו נאוואמינסקער רבי וואס האט גערעדט בשם אגודת ישראל און ישיבת חיים בערלין. ר' שמואל מילער זיין עלטסטער זון, וואס האט געוויינט אז די וועלט האט נישט געוויסט זיין טאטענס גדלות בתורה בלויז זיין יראת שמים, און זיין אייניקל ר' שמחה בונם כהן פון לעיקוואד וואס האט געבעטען מחילה בשם כל ישראל אז מען האט נישט איינגעזעהן זיין גדלות און מען האט חוזק געמאכט פון אים איבעראל בשעת ער האט געלעבט דאס האט נישט איבערגעלאזט קיין איין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע און קולות ויללות האבן בוקע געווען רקיעים פון עלטערע אידן רבנים און קיינער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון וויינען אויף דעם צער פונעם שר וגודל בישראל שנפל בלמחמה וואס האט געליטן און נישט געהאט קיין מנוחה און תענוג פאר זיך אויף די וועלט.

ער איז געקומען לקבורה אויפן הר הזתים במעמעד פון טויזענטע אידן, עס האבן דארטן מספיד געווען ר' נתן צבי פינקל -מירער ראש ישיבה. ר' מתתיהו סאלאמאן וואס האט פונקט געוויילט אין ארץ ישראל און ר' משה שטערנבוך און תלמדים און די קינדער.

געקליבענע אנעקדאטן

ער האט ארויסגעראטעוועט די משפחה פון ר' אלי שוועי מיט זיין פאטער, ווייל אין קאוונע האט ער זיך באקענט מיט א אמעריקאנער אמבאסאדאר וואס איז געווען געבוירן אין בלאטימאר און יענער האט געלערנט אין די זעלביגע היי סקול, און ר' אביגדור האט אויסגעפועלט וויזעס פאר די שוועי משפחה.[56]

לוחם מלחמות ה'

ער איז געווען א פעלזן פעסטער מענטש זיך נישט גערורט פאר קיינעם אין די שטורמישסטע צייטן. געפירט קאמפן און אלעס מיט א רואיגקייט כאטשיג ביי אלע זיינע אישוס איז ער געווען איינער אלייןס. און די חרדישע וועלט האט אים נישט אקעצעפטירט און גאר געלאכט פון אים.

  1. ער איז געווען דער איינציגטער רב וואס האט געהויבן פויסטען אין פנים אריין אויב איינער האט גערעדט קעגן ה' ותורתו.ציטירן גרײַז: פֿעלט א שליסנדיגער </ref> פֿאַר <ref> טאַג

ער האט אויך אמאל זיך אפגעשטעלט אינמיטן זייןס א דרשה און געהייסן דעם ראש הקהל פון קהילה זיך אויפשטלען און ארויסגיין ווייל יענער האט געשמייכלט ווען ער האט גערעדט פונעם איסור פון טראגן קעריזשעס אין שבת אויף די גאס מחמת איסור הוצאה.[57]

  1. גערעדט טאג איין טאג אויס פון די געיס און לעסביעןס און אבארשען מגיפה. כאטשיג קיין איין רב בישראל אין זיינער צייט האט דאס נישט געטאן, צוליב זייער פחד אז אומ-חתונה געהאטע וועלן זיך פארטאן צוליב דעם מוסר אין דעם ענין.[58]
  2. מען האט אים אויפגעזאגט זיין אמט אלס משגיח אין חיים בערלין ווייל ער האט נישט געוואלט לאזן לערנען דארטן לימודי חול. טייל זאגן אז ער האט זיך אפגעזאגט אין פראטעסט און זיי האבן אים יא געוואלט האבן ווייטער.[פֿעלט אַ מקור]
  3. זיך משוגע געמאכט מיט פרוכט און וואסער נאכאנאנד כאטשיג פון דעם חובת הלבבות ביזן היינטיגן טאג איז דאס נישט דער סדר פון קיין איין רב אז דאס זאל זיין א יסוד אין אידישקייט.[פֿעלט אַ מקור]
  4. נישט גענטפערט קיינעם נאר געזאגט שטענדיג געב מיר צייט זיך איבערטראכטן.[פֿעלט אַ מקור]
  5. נישט געלאזט קיין שנארערס גיין אין זיין שול אינמיטן דאווענען. כאטשיג דאס איז קעגן דער מנהג פון יעדן שול אין די וועלט, כדי נישט צו שטערן דאווענען. ער האט געהאט א סדר אזא זמן ווען יא צו קומען.[פֿעלט אַ מקור]
  6. שטארק פארשעמט אויב איינער האט געהיסט אין זיין שול אן ארויפלייגן די הענט אויפן מויל.[פֿעלט אַ מקור]
    1. געטאן אנדערשט ווי די שולחן ערוך
    2. ביי נטילת ידים אבער האט געזאגט אז ער האט א טעם כמוס. (ער האט טאקע געגעסן מיט א הענטשקע צוליב דעם און די וועלט האט זיך איינגערעדט אז דאס איז צוליב זשערמס זאל נישט ארויפגיין פון די הענט צו די עסן.) אבער ער האט זיך געזייפט אנשטאט א טעפל.[59]
    3. שמונה עשרה האט ער אויסגעלאזט אסאך שטיקער. עס איז אין מחלוקת וועלכע, ווייל די סדר איז געווען אז ער האט דאך נישט גערעדט פון גארנישט אבער וויבאלד ער פלעגט דאווענן גאר לאנג, ד.ה. ער האט אנגעהויבן שמונה עשרה ווען דער מנין האט געהאלטן ביי הודו, און געענדיגט ווען זיי האבן געענדיגט דאווענען, און ער פלעגט זאגן יעדע ווארט ווי א קינד רעדט צו זיין מאמען מיט געפיל, שיין גראד ווי א האלץ און ארויסזאגן יעדעס שטיקל מיט א אמת'קייט וואס אפילו ער האט דאס געטשעפטשעט גאר שטיל זענען געווען פארזאמלט ארום אים חסידים זיך אונטערהערן.[פֿעלט אַ מקור]
  7. נישט געוואלט ארויסגיין קעגן סאטמאר רבי דעם ברך משה כאטשיג ער האט אראפגענומען די מזוזות פון קרית יואל סקול דיסטריקט, ער האט גאר אפגעשריבן גאר א לאנגער בריוו אים צו שטיצן און אים ערקלערן אלס מנהיג הדור קעגן די מיינונג פון רוב חסידישע רבנים.[60]
    1. ער האט אפילו אויסגעצאלט די קאר סערוויס פאר ר' יצחק לייב וויינגארטען אהיים קיין וויליאמסבורג און נאך עסקנים מיט אים וואס ער האט געהייסן קומן זיך דורכרעדן וועגן דעם ענין און דורכטאן, ווען ער האט זיי געגעבן דעם ענוועלאופ האבן זיי געמיינט אז דא ליגט באהאלטן אן איסור אויפן סקול דיסטריקט, ער האט זיי אבער באפוילן שטרענג זיי זאלן נישט עפענען דעם בריוו ביז זיי זענען אין וויליאמסבורג, אין קאר האבן זיי שוין געפענט דאס און געזעצן די 30 דאלער האבן זיי פארשטאנען זיין פקחות, אז ער האט זיך נישט געוואלט טענה'ען מיט זיי. [61]
  8. זיין טאטע און מאמע זענען נישט געווען קיין רבנים, נאר פשוטע ארבייטארער, און ער האט געלערנט אין פובליק סקול און זיינע אלע איגענט חברים און ברודער און שוועסטער האבן פארלאזט אידישקייט און ער האט זיך אלייןס מלחמה געהאלטן מיט זיין סביבה אויסציוואקסן אן היסטארישער גדול בישראל.[62]

התמדה

פארגעלערנט זעקס און דרייסיג שיעורים א וואך. נישט קיינמאל געגאנגען אין ערגעץ נישט זיך נישט צו שטערן פון זיינע שיעורים, אפילו צו די אייגענע אייניקלעך'ס חתונה, פלעגט ער קומן, אפטאנצען מיט די מאנטל אין די הענט, און זיך אוועק גיין צוריק צו זיין גמרא.

ר' מרדכי גיפטער האט געזאגט אז די אפגעריבענע צוריסענע ערבלעך פון זיין חאלאט וואס האט זיך שוין צולעכערט פון אזויפיל רייבן אויפן שטענדער נאכאנאנד האט אים געמאכט אויך גיין לערנען תורה ד.ה. די אזא תשוקהדיגער התמדה וואס ער האט געזעהן ביי ר' אביגדור האט אים באיינפלוסט אז אפשר איז יא עפעס גוטס אין די תורה. און ער איז דערנאך אויפגעוואקסן ר' מרדכי גיפטער דער מנהיג ישראל פון טעלז.[63]

די בחורים אין חיים בערלין פארציילן אז ער האט נישט זיך געפירט ווי קיין געהעריגער משגיח נאר ער פלעגט זיך אראפזעצן ביים טיר און זיך לערנען און זיך נישט קימערן מיט גארנישט נאר טאמער מען איז געקומען שפעט האט ער געהייסן געבן געלט. זיי האבן קיינמאל פון אים געהערט עפעס השקפה אדער רעדן מיט די בחורים פריוואט, ער האט בלויז געלערנט פאר זיך בלאט נאך בלאט אגאנצען טאג און אויפגעפאסט מען זאל נישט קומען שפעט.[64]

אינטערנעט

ער האט געזאגט אז די אינטערנעט איז אסור פאר די דאזיגע קרייזן וואס זייערע רבנים אסרן דאס.[65]. ווען א אינגער בעל תשובה האט אים געזאגט אז ער וויל אפדרוקן זיין תורה אויפן אינטערנעט כדי פרייע אידן זאלן דאס אויך קענען לערנען און צוריקומען צו תורה, האט ער יענעם געזאגט אז ער ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי אינטערנעט ארבעט דעריבער וויל ער נישט געבן רשות דאס אפדרוקן. [66]

זיינע טעיפס און ספרים

טויזענטע טעיפס און טייל אויף אידיש זענען פארשפרייט, אויך פילע ספרים געשריבן פינעף על התורה דריי אויף אידישע היסטאריע און דריי אויף השקפה, איין'ס אויף תפילה, איינס אויף שלום בית, און איינס אויף נפלאות הבורא, עס קומן נאך היינט ארויס כסדר נייע ספרים וואס תלמידים דרוקן אפ זייערע רשימות פון ווען ער האט געלעבט. און בארבייטן זיינע ווערק אין אנדערע שפראכן. - זיינע ספרים זענען שוין לעת עתה געדרוקט אויף לשון קודש - אידיש - עברית - ענגליש - פראנצויזיש - פארטוגעיזיש, און ספאניש.

אריינגערעכנט:

  • Rejoice O Youth! (1962)
  • Sing You Righteous
  • Praise My Soul
  • Awake My Glory
  • The Universe Testifies
  • Behold A People
  • Torah Nation
  • Exalted People
  • The Beginning (1987)
  • A Nation is Born (1991)
  • A Kingdom of Priests (1994)
  • Journey into Greatness (1997)
  • A Fortunate Nation (2001)
  • Career of Happiness
  • Lev Avigdor (לב אביגדור), a mussar sefer

ספרים געדרוקט דורך תלמידים און קינדער פון זיין תורה

  • לאן
  • עם סגולה 3 בענדער.
  • וואלקינג וויט ראביי מילער.
  • ראביי מילער ספיקס 2 בענדער.

רעפערענצן

  1. הקדמה פון זיין איידעם רב בראג אין צווייטין באנד פון ר' [[שמחה בונם קאהן'ס ספר ראביי מילער ספיקס
  2. מפי הרב יאווא פעלט מקור
  3. הרב בראג אין הקדמה צום צווייטען באנד ראביי מילער ספיקס
  4. מפי בנו רב שמואל מילער ביים יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג תשס"ז טעיפס צו קויפן ביי הרב יאבוי פעלט מקור
  5. מפי זיין אייניקל רב ישראל מילער פעלט מקור.
  6. רב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  7. רב בראג אין הקדמה פון ר' שמחה בונם קאהן'ס ספר ראביי מילער ספיקס
  8. אויסגאבע פון נטרונא אויף די מיינונג פון כל גדולי ישראל איבער מדינת ישראל.
  9. מפי בנו ר' שמואל מילער ביים יארצייט סעודה כ"ט ניסן תשס"ז אין וויליאמסבורג פאלט מקור
  10. מפי הרב שמואל מילער זיין בכור פאלט מקור
  11. טעיפ#
  12. טעיפ #
  13. טעיפ#
  14. טעיפ#
  15. מפי בנו ר' שמואל מילער
  16. דער בלאט
  17. מפי הרב יאווא.
  18. הרב בראג ביים הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס
  19. מפי ר' שמחה בונם קאהן.
  20. טעיפ#
  21. הרב יאווא אין זיין'ס אן ארטיקל אין דער בלאט ביי די שלושים פון רב מילער
  22. טעיפ#
  23. טעיפ#
  24. טעיפ#
  25. טעיפ#
  26. מפי זיין אייניקל ר' שמחה בונם הכהן קאהן.
  27. אוועיק מיי גלארי פעיזש 18
  28. אלגעמיינער זשורנאל [1]
  29. מפי זיין ר' שמואל מילער
  30. מפי זיין זוהן ר' שמואל
  31. טעיפ#
  32. רב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  33. רב בראג אין זיין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  34. טעיפ#
  35. יתד נאמן
  36. הרב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  37. און הקדמה פון אלע זיינע ספרים
  38. רעביצן שיינבערג און די הקדמה פון אלל פאר די באס.
  39. טיעפ#
  40. הרב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  41. טעיפ#
  42. מפי הגאון ר' יושע יודא גליק
  43. מפי בעל המעשה הרב יושע יודא גליק
  44. טעיפ#
  45. מפי בעל המעשה ר' ישראל מילער
  46. מפי ר' ישראל מילער
  47. רב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס.
  48. מפי זיין תלמיד הרב שטאלצבערג
  49. מפי זיין אייניקל ר' ישראל מילער
  50. מפי איינעם פון די מספידים ביי די לוויה
  51. מפי תלמידו הרב דולינגער אין זיין ספר וואלקינג וויט ראביי מילער
  52. טעיפ#
  53. הרב בראג אין הקדמה צום צווייטען באנד ראביי מילער ספיקס.
  54. הרב דולינגער משגיח דישיבה תורה אור אין זיין ספר וואלקינג וויט ראביי מילער.
  55. מפי בנו רב שמואל מילער
  56. הרב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד ראביי מילער ספיקס
  57. מפי ר' שמואל מילער
  58. מפי זיין אייניקל ר' שמחה בונם קאהן
  59. מפי הגאון ר' יושע יודא גליק
  60. דער איד
  61. מפי ר' יצחק לייב וויינגארטן
  62. מפי ר' שמואל מילער.
  63. פון איינע פון די מספידים ביים לוויה
  64. רב בראג אין הקדמה צום צווייטן באנד רב מילער ספיקס.
  65. טעיפ#
  66. מפי הב' יוסף נידעלמאן

דרויסענדע לינקס