אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ בוט מוסיף: sw:Treni
מ רובוט מוסיף: ml:തീവണ്ടി
שורה 63: שורה 63:
[[lv:Vilciens]]
[[lv:Vilciens]]
[[mk:Воз]]
[[mk:Воз]]
[[ml:തീവണ്ടി]]
[[ms:Kereta api]]
[[ms:Kereta api]]
[[nah:Tepozcōātl]]
[[nah:Tepozcōātl]]

רעוויזיע ביי 17:44, 9 אַפּריל 2008

פון די ערשטע באנען אין פראנקרייך אין אנפאנג דעם 20טן י"ה וואס האט געפארן אויף א דאמף מאטאר

א באן איז א טעכנאלאגישע מיטל צו אריבער פארן צווישן ווייטע ערטער, צווישן שטעט און צווישן מדינות. די באן וואס פארט צווישן מדינות הייסט צוק. אויך איז דא באנען וואס פארן דורך אין די שטעט: "שטעט באנען" און "אונטערערדישע באנען".

היסטאריע

די באן איז אנטוויקלט געווארן אין דעם 19טן יארהונדערט (אין 1830). די ערשטע באן איז געפארן בלויז עטליכע קילאמעטער אויף א דאמף מאטאר אין גרויסבריטאניע. טיפער אין דעם 20סטער י"ה איז שוין די באן געווען פארשפרייט אין רוב אייראפע.

די באן איז געוועזן א געוואלדיקע אויסברעך זינט טויזנטער יארן צוריק. ביז ווען די באן איז דערשינען געווארן, האבן מענטשן זיך געוואנדערט דורך פערד מיט וועגינער, וואס דערפאר האט דער פארן געדויערט זייער לאנג מיט פיל סכנות אויף די וועגן, אדער האט מען זיך געוואנדערט מיט שיפן וואס האבן געפארן זייער שטאט דורך פארהאנגען. צוליב דעם האבן זיך דאן רוב מענטשן נישט ערלויבט צו באזוכן אנדערע ערטער אינדרויסן פון זייער דערפל. אבער זינט די באן איז דערשינען געווארן האט דאס פארענדערט די וועלט אין גאר א סך ענינים, צ.ב.ש האט דאס צוגעברענגט צו די באדארפעניש צו פארן אויף דאטשע און פארברענגען אויף וואקאציע, און איבערהויפט האט דאס פארענדערט די האנדל אין ווירטשאפט.

אין דעם 20סטן י"ה האט זיך אנטוויקלט אין פאריז און אין לאנדאן די שטעט באנען און די אונטערערדישע באנען.

מעכאניזם

עס איז פאראן עטליכע ערליי באנען אין די וועלט. די באנען וועלכע פארן אויף ווייטע ערטער ווערן געטריבן דורך א לאקאמאטיוו (א לאקאמאטיוו איז די ערשטע טייל פון די באן אין וועלכע די מאטאר ליגט און שלעפט די איבריגע וואגאנען) און די וואס פארן אין שטאט ארבעט דורך עלעקטריק אדער מאגנעט. א באן איז נישט צופיל אנדערש ווי אן אויטא נאר האט א גרעסערע מאטאר און נעמט קראפט דורך אנדערע וועגן און אנשטאט פארן אויפ'ן שאסיי פארט עס אויף שינעס וועלכע האלט איר גלייך.

די ערשטע באנען (לאקאמאטיוון) האבן גענומען קראפט דורך פארע מאטארן דאס איז הייס וואסער וואס האט ארויסגעגעבן פארע וואס האט געדרייט דעם מאטאר. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן עלעקטריק מאטארן וואס ווערן געטריבן דורך דיזעל גאז. רוב באנען ווערן היינט געטריבן דורך דיזעל מאטארן.

עס פארשטייט זיך אז צו שלעפן א באן אנגעפילט מיט סחורה פאדערט זיך גאר א שטארקע מאטאר מינימום ווי עטליכע טויזענט אויטאס [די באן אליין אן קיין משא וועגט טויזענט מאל אזויפיל ווי אן אויטא]. ס'איז אבער נישט אזוי, א באן האט געווענליך א 12 צילינדער מאטאר מיט צווישן 3 און 4 טויזענט פערד קראפט וועלכע איז נישט מער ווי מאקסימום 15 מאל אזוי שטארק ווי א געווענליכן אויטא וואס האט בערך 200 פערד קראפט. דאס איז ווייל א זאך וואס ליגט אויף שינעס לאזט זיך גרינגער שלעפן. טאקע דערפאר האט א באן אייזערנע רעדער ווייל לופט רעדער גייען ארויף און אראפ ווען עס דרייט זיך און דאס נוצט מער קראפט. כדי די רעדער זאלן נישט גליטשן איז דא אין יעדע באן אסאך זאמד וואס ווערט דורך ספעציעלע רערן ארויסגעשפריצט צו די רעדער ווען עס ווערט גליטשיג. די זאמד שפריצן סיסטעם ווערט אפערירט אויטאמאטיק דורך עטליכע סענסארס אוטערן באן.

מיט נאך א זאך איז א מאטאר פון א באן אנדערש ווי ביי אן אויטא. אן אויטא האט א טראנסמישן וועלכע קאנטראלירט דעם מאטאר און די ציינראדן (געירס) ווען עס זאל גיין שנעלער אדער לאנגזאמער. א באנ'ס מאטאר ארבעט שטענדיג די זעלבע שנעל און צודעם איז דא אן אזוי גערופענער הייבריד סיסטעם וואס קאנטראלירט די ציינראדן זעלבסט. טאקע ווייל עס איז נישט פאראן קיין טראנסמישן קען די באן נישט פארן אזוי שנעל (געווענליך פארט א צווישן 50 און 70 מייל פער שטונדע). אויב מען וואלט דווקא יא געוואלט לייגן א טראנסמישן אין א באן וואלטן געמוזט זיין גאר אסאך ציינראדן און וואלט אויפגענומען צופיל פלאץ. א באן פרעסט נישט מער ווי 1.5 גאלאן דיזעל פער מייל מיט א געווענליכע משא. דיזעל גאז איז קראפטיגער ווי געווענליכע גאזאלין.

אַ װאַגאן פֿון אַ דײַטשער באַן