אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עליאט שפיצער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8: שורה 8:
ביז=|
ביז=|
פארגייער=[[עליאט שפיצער]]|
פארגייער=[[עליאט שפיצער]]|
נאכפאלגער= דעיוויד פעטערסאן
נאכפאלגער= [[דעיוויד פעטערסאן]]
|געבוירן=יוני 10, [[1959]]|
|געבוירן=יוני 10, [[1959]]|
געשטארבן=
געשטארבן=

רעוויזיע ביי 18:00, 17 מערץ 2008

עליאט שפיצער
דער 54סטער גאווערנאר פון ניו יארק
איינגעשוואוירן: 2006
פארגייער: עליאט שפיצער
נאכפאלגער: דעיוויד פעטערסאן
געבוירן: יוני 10, 1959
געבורט ארט:
ווייב: סילדע וואל ספיצער
פארטיי: דעמאקראט
אונטערשריפט: {{{אונטערשריפט}}}

עליאט שפיטצער (געבוירן יוני 10 1959) איז אן אמעריקאנער אדוואקאט, פאליטיקאנט און דער 58סטער גובערנאטאר פון ניו יארק, ער איז גווארן גאווערנאר אין יוני 2007 און ער האט רעזיגנערט אין מערץ 17. פאר דעם איז ער געווען דער ניו יארקער אטוירני דזשענעראל.

קאמפיין צו ווערן אדוואקאט גענעראל

און 1994 איז ער דאס ערשטע מאל געלאפן אין דער דעמאקראטישער פריימערי פאר אדוואקאט גענעראל אין ניו יארק, זייענדיג ניי צו פאליטיק האט ער פארשפילט און אריינגעקומען דער פערטער, כאטשיג ער האט געהאט אסאך געלט פון זיין טאטן. פיר יאר שפעטער אין 1998 האט ער געווינען די פריימערי און שמאל געווינען די אלגעמיינע וואלן נאך זעקס וואכן איבערציילן.

אדוואקאט גענעראל

אלס אדוואקאט גענעראל האט שפיטצער זיך אפגעגעבן מיט אויספארשן גרויסע פירמע'ס און וואל סטריט, דאן איז געווען נאך דעם אינטערנעט סטאק בלעזל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט אויספארשן די פירמעס וואס האבן רעקאמאנדירט אקציעס אפילו זיי האבן געוויסט אז איז פראבלאמאטיש, דאס האט אים געמאכט זייער שטארק פאפולער. שפעטער און זיין צווייטן קאדענץ האט ער שטרענג אויסגעפארשט פירער פון גרויסע פירמעס, און ווען זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן און דערקעלרן שולדיג האט ער זיי שטארק באשמיצט און געלאזט ארויס רינען קלאנגען און די מעדיע אנקעגען זיי, כאטשיג אסאך מאל האט ער נישט געקענט ברענגען קלאגעס אנקעגען זיי, דאס האט אים פארשאפט אסאך שונאים.

קאמפיין פאר גובערנאטאר

און דעצעמבער 2004 האט ער דערקעלרט אז ער וועט לויפן פאר גובערנאטאר אין ניו יארק באלד צוויי יאר פאר די וואלן, ווארשיינלעך צו פארלויפן דעם וועג פון דעם סענאטאר שומער וואס האט אויכט געפלאנט צו לויפן פאר גובערנאטאר, צום סוף איז שומער טאקע נישט געלאפן.

און נאוועמבער 2006 האט שפיצער געווינען די אלגעמיינע וואלן מיט א היסטארישער מערהייט פון 69% אנטקעגן דעם רעפובליקאנער קעגנער דזשאן פאסא.

גובערנאטאר

סקאנדאל און רעזיגנאציע

אין מערץ 2008 האט אויסגעפלאצט א היסטארישע סקאנדאל איבער עליאט ספיצער, וואס האט געפירט צו זיין רעזיגנאציע אלס גאווערנער און ענדע צו זיין פאליטישע קאריער.

עס איז אנטעקט געווארן אז ספיצער איז פאר א לענגערע צייט געווען פארמישט אין זנות אקטיוויטעטן, ווי ער האט באצאלט אסאך געלט פאר זונות.