אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אינטערנאציאנאלע דאטע ליניע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ קו התאריך איז אַריבער צו דאטום ליניע
מ בוט מוסיף: simple:International Date Line
שורה 52: שורה 52:
[[pt:Linha Internacional de Data]]
[[pt:Linha Internacional de Data]]
[[ru:Линия перемены даты]]
[[ru:Линия перемены даты]]
[[simple:International Date Line]]
[[sv:Datumgränsen]]
[[sv:Datumgränsen]]
[[vi:Đường đổi ngày quốc tế]]
[[vi:Đường đổi ngày quốc tế]]

רעוויזיע ביי 16:43, 17 יאַנואַר 2008

קו התאריך אדער אינטערנאציאנאלע דעיט ליין איז אן אויסגעמאלענע ליניע אויף די וועלט מאפע וועלכע טיילט אפ די וועלט אין האלב צו קענען אויספארמירן א 24 שטונדן צייט זאנע.

וויבאלד די וועלט דרייט זיך ארום די זון (אלס די שטארקע גראוויטאציע פון דער זון), אדער לויט די טראדיציע דרייט זיך די זון ארום דער וועלט, אויף יעדן פאל קומט אויס אז עס וועט זיין ליכטיג און טונקל אויף צוויי אנדערע זייטן פון דער וועלט אין די זעלבע צייט.

נאך טויזנטער יארן צוריק האבן קעניגן געמאכט צייט זאנעס אין וועלכע עס איז באשטימט געווארן ראיאנען וועלכע פאלן אונטער איין צייט זאנע און ארויס פון יענעם גרעניץ איז געווען א צווייטע צייט זאנע. נאר אזוי האט א לאנד געקענט עקזיסטירן אז יעדער זאל זיין אייניג מיט צייט.

מיט בערך 500 יאר צוריק איז א שפאנישער עקספלארער מיטן נאמען 'מעגאלין' געווען דער ערשטער וועלכער האט באוויזן ארומצוקרייזן די וועלט מיט א שיף גייענדיג מערב פון אייראפע און צוריק צו מזרח. ער האט פארמאגט א גרופע פון 250 מענער פון וועלכע נאר 18 זענען צוריק געקומען לעבעדיגערהייט ביי די ענדע פון זיין רייזע. ער איז אויך געשטארבן אין די לעצטע טעג פון די רייזע און די איבערלעבער האבן דעגרייכט אן אינזל נעבן שפאניע.

אנקומענדיג אויפ'ן אינזל האבן זיי זיך דערזען אז די איינוואוינער פון דעם אינזל זענען א טאג גערוקט אויף פאראויס ווי זיי. וויסנדיג אז זייער חשבון איז קראנט איז דאס געווען זייער אינטרעסאנט פאר זיי און מען האט דאס אפגעשיקט צו וויסנשאפטלער צו דערגיין פארוואס דאס איז אזוי.

פארשטייט זיך אז איינמאל מען ווייסט פון דעם אינטערנאציאנאלן דעיט ליניע (אדער קו התאריך אויף עברית) איז דאס זייער פארשטענדליך.

די מאפע איז איינגעטיילט צו 24 צייט זאנעס יעדע גערוקט מיט א שטונדע. די זאנעס לויפן פון צפון צו דרום און זענען ברייטער אין צענטער פון דער וועלט (טראפיקל לענדער) און שמעלער ביי די שפיצן. די צייט זאנעס זענען באשטימט אין אלע לענדער אזוי אז די צייטן זאלן שטימען צו יעדן.

ערגעץ מוז זיך די זאנעס אנהייבן און ענדיגן ווייל זינט די וועלט איז רינדיג וועט מען צוריק קומען צו דעם זעלבן ארט ווען מען ענדיגט 24 זאנעס. דער ארט איז באשטימט געווארן אינעם פאציפישן אקעאן. קומט אויס אז ווען איינער פארט אדורך דעם ליניע גייענדיג צו מערב דארף ער צולייגן א טאג און פארקערט דארף ער אראפנעמען א טאג. אויב נישט וועט ער זיין גערוקט מיט א טאג פון אלע אנדערע מענטשן אין די שטאַט וואו ער וועט אנקומען.

די ליניע איז נישט אינגאנצן גלייך ווייל עס וואלט אויסגעקומען אז עס וואלט געברויכט דורכשניידן יבשה און דאס וואלט געווען א פראבלעם ווייל מענטשן פון די זעלבע שטאט וואלטן עפעקטירט געווארן פון דעם ליניע און וואלטן געהאלטן צוויי אנדערע טעג. דערפאר האט מען אויסגעקרויזט די יבשה אויף די עטליכע פלעצער.

די ליניע קרויזט אויס די עק פון רוסלאנד און דערנאך די אינזלן מזרח פון אויסטראליע און ניו זילאנד.

דער אידישער קו התאריך

עס איז דא א גרויסע מחלוקה ביי די פוסקים, וויאזוי מען רעכנט דעם קו התאריך לויט די הלכה. די ערשטע מאל ווען די שאלה איז געווען נוגע למעשה איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען ישיבה בחורים האבן זיך דארט אויפגעהאלטן און זיי האבן נישט געוואוסט ווען צו האלטן יום כיפור האט מען אנגעפרעגט קיין ארץ ישראל צום חזון איש וועלכער האט געשיקט זיין פסק אבער אנדערע האבן נישט מסכים געווען מיט אים.

אויב מען פארט אדורך דעם קו התאריך מאכט דאס פראבלעמען אין הלכה, ווייל מען פארלירט אדער געווינט א טאג, און דאס איז נוגע ביי תפילין, ספירת העומר, ז' נקיים, וכדומה.