אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארשידענס
מ בוט מוסיף: ms:Hanukkah
שורה 63: שורה 63:


[[קאַטעגאָריע:חנוכה]]
[[קאַטעגאָריע:חנוכה]]



[[en:Hanukkah]]
[[en:Hanukkah]]
שורה 85: שורה 84:
[[ko:하누카]]
[[ko:하누카]]
[[la:Encaenia]]
[[la:Encaenia]]
[[ms:Hanukkah]]
[[nl:Chanoeka]]
[[nl:Chanoeka]]
[[nn:Hanukká]]
[[nn:Hanukká]]

רעוויזיע ביי 04:41, 5 דעצעמבער 2007

חנוכה איז א יידישער יום טוב וואס ווערט אַכט טעג געפייערט, פון כ"ה כסליו. די מצווה פון צינדן חנוכה ליכט איז איינע פון די 7 מצוות וואס חז"ל האבען מתקן געווען, און דאס איז דער עיקר מצוות חנוכה.


דער נאמען

דער נאמען איז "חנוכה", עס איז דא וואס זאגן אז דאס מאכט חנו-כה, דאס הייסט די חשמונאים האבן גערועהט פון זייער מלחמה מיט די יונים אין פינף און צוואנציג טאג אין כסליו, אנדערע זאגן אז דעריבער הייסט עס חנוכ"ה ווייל עס איז ראשי תיבות ח'ית נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל, אז די הלכה בלייבט ווי בית הלל וואס האלטן אז מען זאל צינדן אכט ליכטלעך ביים סוף, מען זאל זיין מוסיף והולך (אבודרהם).

שטאַמונג

די פייערונג פון דעם יום טוב איז אכט טעג, פון פינף און צוואנציג טאג אין כסליו ביז צוויי טאג אין טבת. דער מקור ווערט דערמאנט אין מגילת תענית, און אויך אין ש"ס מסכת שבת דף כ"א ע"ב. דער רמב"ן אויף די תורה אנהייב פרשת בהעלותך ברענגט פון א מדרש אז השי"ת האט געזאגט פאר משה ער זאל זאגן צו אהרן אז די מצוה פון חנוכה וועט אייביג זיין, אפילו ווען מען וועט נישט קענען מקריב זיין קרבנות ווייל די בית המקדש וועט זיין חרוב, אבער חנוכה ליכט ווען מען צינדן אפילו אין גלות.

געווען איז דאס אין יאָר ג'תקצ"ז (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג), ביַים קריג צווישן די חשמונאים מיט די יוונים, ווען די חשמונאים זיַינען אַריַין אין היכל, האָבן זיי גאָרנישט געפונען אויסער איין פעסעלע מיט אויל וואָס האָט באנוגנט צו צינדן די מנורה פונקט אַכט טעג, און אַכט טעג איז דעמאָלטס געווען אַ ציַיט צו אָנגרייטן ניַיע אויל. און לזכר דעם נס פירן זיך כלל ישראל צו אָנצינדן אַכט טעג אַכט ליכטעלעך, כדי צו וויַיזן יעדן איבער דער נס וואָס האָט פּאַסירט.

דער טעם פארוואס עס האט פאסירט דער נס אכט טאג, איז וויבאלד דאס פלאץ וואו די אויל איז געווען איז געווען ווייט פיהר טעג פונעם בית המקדש, עס האט גענומען פיהר טעג צו גיין און פיהר צוריק קומען, און די אלע אכט טעג האט מען גענוצט די ערשטע אויל (רוקח). אויך ווערט דערמאנט א טעם אז וויבאלד אלע אידן זענען געווען דעמאלטס בחזקת טמא פאר א טויטן מענטש, מען האט געמוזט ווארטן זיבען טעג זיך צו רייניגן פון ווען מען הייבט אהן, און איין טעג האט געדוירט צוגרייטן די אויל, עס צוקווועטשן און ארויס נעמען ריינע אויל (בית יוסף).

אין מדרש רבה שטייט (במדב"ר פי"ג) אז אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דאס בויען די משכן אין מדבר, אבער השי"ת האט געווארט ביז ראש חודש ניסן מען זאל אויפשטעלן די ערשטע מאל דאס משכן, האט זיך דער חודש געשעמט, האט איהם השי"ת באצאלט אז אין צווייטן בית המקדש איז געווארן א יום טוב דערין.


דער נס פון געוואונען דעם קריג מיט די יונים

חנוכה איז באשטימט פאר א זכר וואס האט פאסירט מיט די אויל, נישט א זכר פון דעם קריג וואס יהודה המכב"י מיט זיינע ברודער האבן אנהגעפירט, די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין מגילת תענית און אויך אין מגילת החשמונאים, די סיבה שטייט עטליכע טעמים אין די מפורשים. קודם וויבאלד לויט די געזעצען פון די תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען די אידישע קעניגרייך, ווייל די אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר מלכות בית דוד, ווען עס קריגט אויף די קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויך די שכינה. אזוי שטייט אין רמב"ן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה. אבער אין של"ה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטען, זיי האבן געמאכט א גרייז.

דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט די קעניגרייך פון בית דוד, און ר' יהודה הנשיא איז געווען פון די אייניקלאך פון בית דוד, האט עס איהם זייער געאהרט, פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה נישט דערמאנט אין משניות.


דער סדר פון אנצינדן חנוכה ליכט

די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט איז פון ווען עס גייט אונטער די זון, ביז מענטשן הערן זיך אויף דרייען אין דער גאס (משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק), ווייל נאכדעם איז שוין נישט דא קיין פרסומי ניסא. דער עיקר מצוה איז אנצוצינדן יעדן טאג איין ליכטל, אבער כדי צו מאכן א צווישענשייד צווישן די טעג האלטן די בית שמאי אז מען צינד אהן דעם ערשטן טעג אכט ליכט דעם צווייטן טאג זיבן דעם דריטן טעג זעקס ביז צום לעצטן טאג צינד מען איינס, די בית הלל האלטן פארקערט דעם ערשטען טאג איינס דעם צווייטן טעג צוויי, דעם לעצטן טאג אלע אכט ליכטלעך.

דער בעל הבית צינד אהן פאר אלע שטוב מענטשן, מען לייגט אריין שמן זית עס זאל קענען ברענען א האלבע שעה, מען פירט זיך בדרך כלל אז מען לייגט עס קעגן איבער די מזוזה כדי עס זאל זיין די ליכט אויף דער לינקער זייט און די מזוזה אויף דער רעכטער זייט (של"ה), חוץ אויב מען וואוינט אויף א שטאק האבן א טייל דעם מנהג לייגט מען עס ביים פענסטער וואס מען קען פון דארט זעהן די גאס, אויב האט מען מורא פון גוים אדער פון א סכנה איז גענוג עס צו לייגן אויפן טיש אין הויז, אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך אז מען לייגט עס אין א גלאזערנעם קאסטן אויף דער גאס פאר פרסומי ניסא.

ווען מען צינדט אין דער שול לייגט מען די מנורה פון צפון אויף דרום, מען הייבט אהן צו צינדן ביי די רעכטע זייט פון דער מנורה, כאטש עס ווערט דערמאנט אין (מהר"יל) מען זאל אנהייבן ביי די לינקע זייט. מען טאר זיך נישט באניצן מיט די ליכט פאר אן אנדער זאך עס איז בלויז פאר זען די ליכט, דעריבער לייגט מען צו צו יעדער מנורה נאך א ליכט וואס דאס הייסט א שמש, וואס דערמיט באניצט מען זיך פאר אנדערע זאכן ווי למשל פאר אנצינדן די חנוכה ליכט, דער מהרי"ל האט די שמש ליכט געלייגט העכער פון דער גאנצער מנורה.

דעם ערשטן טאג מאכט מען דריי ברכות. להלדיק, שעשה נסים, שהחיינו, די אנדערע טעג מאכט מען בלויז צוויי: להדליק און שעשה נסים. דער נוסח פון די ברכה איז להדליק נר חנוכה, עס איז אנדערש ווי דער נוסח פון ליכט צינדן שבת להדליק נר "של" שבת, ווייל די ליכט פון חנוכה טאר מען זיך דערמיט נישט באניצן עס איז בלויז פאר די מצוה פון חנוכה דאס הייסט להדליק נר חנכה דאס איז ליכט פון חנוכה, אבער די ליכט פון שבת איז דירעקט געמאכט עס זאל זיין ליכטיג אין שטוב מען זאל זיך יא דערמיט באנוצען דעריבער מאכט מען "של" שבת דאס איז ליכט פאר שבת (ברכי יוסף להחיד"א).

דאָס זאָגט מען ווען מען צינדט אָן די ליכט דער נוסח פון מסכת סופרים און עס ווערט דערמאנט אין רא"ש (מסכת שבת פ"ב):

הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָֽנוּ מַדְלִיקִין. עַל הַנִּסִּים וְעַל הַפּוּרְקַן וְעַל הַגְּבוּרוֹת וְעַל הַתְּשׁוּעוֹת וְעַל הַנִּפְלָאוֹת וְעַל הַנֶּחָמוֹת. שֶׁעָשִיתָ לַאֲבוֹתֵינוּ. בַּיָּמִים הָהֵם. בַּזְּמַן הַזֶּה. עַל יְדֵי כֹּהֲנֶיךָ הַקְּדוֹשִׁים. וְכָל־שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ קֹֽדֶשׁ הֵן. וְאֵין לָנוּ רְשׁוּת לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּהֵן. אֶלָּא לִרְאוֹתָן בִּלְבַּד. כְּדֵי לְהוֹדוֹת לִשְׁמֶךָ עַל נִסֶּךָ וְעַל יְשֽׁוּעָתֶךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶךָ׃


היַינט

היינט ווערט חנוכה געפייערט דורך יעדן איינעם אפילו דורך אידן וואס א גאנץ יאהר האבן זיי נישט קיין גרויסע שייכות צו די תורה. ס'איז אויך געווארן א מנהג לעצטן'ס צו עסן פאנטשקעס חנוכה.


חנוכה פירונגען

אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות, מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער. עס איז א איינגעפירטע מנהג אז מען שפילט דריידל.

אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז יהודית האט געגעבן צו עסן פאר האליפורני קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף איהם (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית


שבע מצוות דרבנן
הללמגילת אסתרחנוכה ליכט
נרות שבתנטילת ידייםברכותעירובין