אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלול"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
insert missing <references/>
שורה 33: שורה 33:

* ביי אשכנזים זאגט מען סליחות אנגעפאנגען פון א זונטאג פאר ראש השנה (דאס הייסט דער לעצטער זונטאג אין חדש אלול), א חוץ אויב דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס מאנטאג אדער דינסטאג, דאן פאנגט מען זאגן סליחות א וואך פארדעם (דאס הייסט איינס פאר די לעצטע זונטאג אין חדש אלול). די סבה פארוואס מען זאגט דאן סליחות פון א זונטאג פריער, איז ווייל עס איז דא א מנהג פון פאסטן די טעג פון סליחות. און די מנהג איז דערפאר ווייל מען וויל פאסטן די גאנצע [[עשרת ימי תשובה]], אבער וויבאלד פיר טעג פון עשרת ימי תשובה קען מען נישט פאסטן - 2 טעג ראש השנה, 1 טאג שבת, און 1 טאג ערב יום כיפור - צאלט מען דאס אפ אין סליחות. דערפאר אויב עס איז נישט דא כאטש פיר טעג פון סליחות וועט מען נישט קענען אפצאלן די 10 פאסט טעג אין די טעג פון סליחות, דערפאר לייגט מען צו פון א זונטאג פריער.

<references/>

{{מאנאטן}}
{{מאנאטן}}

רעוויזיע ביי 08:26, 17 אָקטאָבער 2007

<< >> אלול תשפ"ד

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד
ה ו ז ח ט י יא
יב יג יד טו טז יז יח
יט כ כא כב כג כד כה
כו כז כח כט

יידישער לוח ה'תשפ"ד

אלול איז דער זעקסטער חודש ציילנדינג פון ניסן (און דער לעצטער חדש פון יידישע יאר ציילונג).

דער חודש האט 29 טעג. און האט צוויי טעג ראש חדש וויבאלד אב האט דרייסיג טעג, דער ערשטער טאג ראש חדש איז דער 30טער טאג אין אב.

די נעמען פון דעם חודש און פון אלע מאנאטן, שטאמעם פון דער ארמישער שפראך, און איז איינגעגלידערט געווארן אין לשה"ק דורך די עולי בבל.[1]

דער נאמען אלול מיינט אין אראמיש זוכען. [פֿעלט אַ מקור].

אין לשון הקודש איז דאס די ראשי תיבות פון אני לדודי ודודי לי.

דער מזל פון אלול איז בתולה, וואס איז טייטש א מיידל.

וויבאלד אלול איז דער לעצטער חדש אין יאר, און איז גלייך איידער דעם יום טוב ראש השנה, ווערט ער באצייכנט אלס דער חודש ימי הרחמים והסליחות און עס איז דא ספעציעלע מנהגים אין דעם חדש.

אלול איז אויך דער חדש ווען משה רבינו איז ארויף געגאנגען דאס צווייטע מאל אין הימל פאר פערציג טעג - פון דעם ערשטן טאג אין אלול, ביז נאך יום כיפור - כדי צו ברענגען די לוחות פאר די אידן אין מדבר. דארפאר זענען אויך דא מנהגים וואס זענען א זכר צו דעם.

מנהגים

בלאזן שופר

עיקר ארטיקל: שופר

מען פירט זיך צו בלאזן שופר א גאנץ חדש אלול חוץ פון ערב ראש השנה, עס זענען דא עטליכע טעמים.

  • ווייל ווען משה רבינו איז ארויף אין הימל אראפצוברענגן די לוחות, האט מען יעדען אינדערפרי געבלאזן מיט שופרות אז יעדער זאל וויסן אז משה איז אין הימל און מען זאל חלילה נישט נאכאמאל מאכן די עגל.
  • וויבאלד א שופר מאכט יעדען ציטערן (געבויטע אויפן פסוק: היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו) און חדש אלול איז א חדש ווי מען זוכט תשובה צו טאן פאר ראש השנה און יום כיפור קומען אהן.
  • כדי צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען ראש השנה איז און גיין מקטרג זיין אויף כלל ישראל. דאס איז אויך די סבה פארוואס ערב ראש השנה בלאזט מען נישט, כדי ער זאל מיינען אז ראש השנה איז שוין פאראיבער.

סליחות

עיקר ארטיקל: סליחות

מען פירט זיך אויך צו זאגן ספעציעלע פיוטים אין דער חדש וואס מען רופט סליחות.

  • ביי ספרדים איז די מנהג אז מען זאגט דאס א גאנצן חדש, אנגעפאנגן פון צווייטען טאג ראש חדש.
  • ביי אשכנזים זאגט מען סליחות אנגעפאנגען פון א זונטאג פאר ראש השנה (דאס הייסט דער לעצטער זונטאג אין חדש אלול), א חוץ אויב דער ערשטער טאג ראש השנה קומט אויס מאנטאג אדער דינסטאג, דאן פאנגט מען זאגן סליחות א וואך פארדעם (דאס הייסט איינס פאר די לעצטע זונטאג אין חדש אלול). די סבה פארוואס מען זאגט דאן סליחות פון א זונטאג פריער, איז ווייל עס איז דא א מנהג פון פאסטן די טעג פון סליחות. און די מנהג איז דערפאר ווייל מען וויל פאסטן די גאנצע עשרת ימי תשובה, אבער וויבאלד פיר טעג פון עשרת ימי תשובה קען מען נישט פאסטן - 2 טעג ראש השנה, 1 טאג שבת, און 1 טאג ערב יום כיפור - צאלט מען דאס אפ אין סליחות. דערפאר אויב עס איז נישט דא כאטש פיר טעג פון סליחות וועט מען נישט קענען אפצאלן די 10 פאסט טעג אין די טעג פון סליחות, דערפאר לייגט מען צו פון א זונטאג פריער.
  1. אבן עזרא אויף מגילת אסתר ב טו
די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')