אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גוגל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רובוט מוסיף: mr:गूगल (कंपनी)
insert missing <references/>
שורה 61: שורה 61:


{{גוגל}}
{{גוגל}}

<references/>


[[קאטעגאריע:טעכנעלאגיע]]
[[קאטעגאריע:טעכנעלאגיע]]

רעוויזיע ביי 08:25, 17 אָקטאָבער 2007

גוגל (אויף ענגליש: Google), איז איינע פון די גרעסטע זוכמאַשין אינעם אינטערנעץ. דער נאמען "גוגל" שטאמט פונעם נומער גוגאל.

דער פירמע מיט איר זוכמאַשין

טעקע:Google screenshot.png

די דאָזיגע פירמע איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין 1998 דורך צוויי סטודענטן פון סטענפארד אוניווערסיטעט, לעררי פעידז און סערדזעי ברין. דער פירמע'ס איינציגער פּראָדוקט איז געווען דער גוגל זוכמאַשין, וועלכער איז געוואָרן שנעל אויפגעכאַפט און ביז א קורצע צייט האט עס געהאַט מיליאָנען באַנוצערס.

מאנאפאל

אבער היינט צוטאגס פירט זיך די אינטערנעט, און נעמט א פירענדע ראלע אין איר גאנצער אויספארמונג און פאפולערקייט פונעם קאלעקטיווען אינטערנעט.[1] אמת עס איז טאקע געווען אינטערנעט פאר גוגל אויכט, אבער זיי האבן איבערגענומען דעם ראלע פון אפמאכן וועלכער וועבסייט ווערט באקאנט און באנוצט און וועלכער נישט. גוגעל האט געטוישט און איינגענומען דעם אינטערנעט פענאמענאן. און זיי זענען די גרעסטער כוח וואס פירט ווייטער איר דינאמישקייט יעדן טאג מיט נייע ערפינדונגען.

ווייל די אינטערנעט פאר זיך, אן גוגל, איז גארנישט מער ווי א מעדיאם און ים פאר אסאך עלעקטאראנישע קאודס. אן קיין שום סדר אדער שכל וויאזוי א מענטש קען איר נוצן. גוגעל האט זיך אריינגעשטעלט אינדערמיט און געווארן די אגענט וואס דעליווערט דעם אינטערנעט פארן מענטש. און זי באשלוסט וויאזוי, ווען, ווער, ווי, וואס און פארוואס, דאס ווערט אויפגענומען ביים מענטש.

בלאט ראנק

דער אויפטו פון דעם גוגל זוכמאַשין איז געווען אין דעם בלאַט ראַנק סיסטעם, אויף וועלכע די צוויי גרונדער האָבן געשריבן אַ פּאַפּיר זייענדיג נאָך אין סטענפאָרד. דער בלאַט ראַנק סיסטעם האָט אויסגעאַרבעט אַ ווערט פאַר יעדן וועב בּלאַט, געבויט הויפטזעכליך אויף די צאָל לינקס צו דעם בלאַט און דער בלאַט ראַנק פון די וועב בלעטער וואס לינקן אהין.

זייער חשבון אז וועלכעס סייטס עס האט די מערסטע לינקס ברויך זיין פאפולער אויפן אינטערנעט. דערפאר טוט זי שטופן די דאזיגע סייטס פארן זוכער אין די נאז. גוגל איז דאך א ראבאטישער פראגראם און קען נישט וויסן וויפל טראפיק א וועב סייט האט באמת. ער קען נאר מאכן סייענטיפישע טעאריע'ס פארוואס א וועב סייט איז, אדער ברויך זיין, פאפולער. און לויטן אנפירונג פון דעם ביזנעס חשבון פון זייערע טעכניקער מאכט דאס א סייט וואס האט מער לינקס מער פאפולער, דורך דאס מער עקספאוזען פאר די מענטשהייט, און דאס באגראבט רעלאטיוו די חשיבות פון אנדערע סייטס.

אין אויגוסט, 2004 איז דער פירמע אַרויף אויפ'ן סטאַק מאַרקעט פאַר $85 פּער שׁעֶר, פארדינענדיג דערביי 1.67 ביליאָן דאָלער. ביז'ן ענדע 2004 האָבן זיך די שׁעֶרס געהויבן אויף באַלד $200 פער שׁעֶר, און ביים ענדע 2005 האָט עס געהאַלטן ביי $400.

וואַקסענדיג אַלץ גרעסער האָט גוגל געהאַלטן אין איין שאַפן און אַרויסגעבן נייע פראָדוקטן, די מערסטע פון זיי אַלץ בעדינונגען אויפ'ן אינטערנעץ.

היינט צוטאגס איז גוגל דער גרעסטער זוך מאשין אויפן אינטערנעט, כמעט 2 מאל אזוי גרויס ווי איר נאנטסטער קאנקורענט: יאהו.

איין זאך וואס זי צייכענט זיך אויס איז די שיינע דעזיין וואס איז נישט אנגעפאטשקעט מיט צופיל צעמישטע שרייענדע ווערטער און לינקס. איר הויפט בלאט איז ווייס ציכטיג און ליידיג און נישט אנגעפילט מיט אינפארמאציע.

אינטערסאנטע זאכן וואס מ'קען טאן מיט גוגל

  1. אז איר לייגט אריין א טעלעפאון נומבער וועט ארויף קומען די נאמען און אדרעס פון איר בעל הבית.

Google Suggest

‫גוגעל איז ארויס מיט א נייער המצאה. ווי נאר איהר לייגט אריין א אות אין דעם "סיערטש" קעסטל, קומט תיכף ארויף א ליסט מיט ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט דעם אות. ווען איהר לייגט אריין נאך אן אות, וועט עס ווייזען ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיט די צוויי אותיות, און אזוי ווייטער. ווען איהר קליקט אויף א ווארט פיהרט גוגעל דורך א זיך-אקציע אויף דעם ווארט.

גוגל אין יודיש

עס איז שוין היינט מעגליך צו זיכן נייעס און וועב זאכן אין יודיש. [1]

פאפולערע גוגל באדינונגען

דרויסנדיקע לינקן



  1. Insert reference material