אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
insert missing <references/>
Add ISBN to existing cite book
שורה 201: שורה 201:
[[בילד:London night.jpg|thumb|די [[סיטי אף לאנדאן]] איז א הויפט געשעפט און האנדל צענטער און דער קאמאנדע צענטער פון גלאבאלן [[פינאנץ]].<ref>{{cite web |last=Z/Yen Limited |title=The Competitive Position of London as a Global Financial Centre |publisher=CityOfLondon.gov.uk |date=November 2005 |url=http://www.cityoflondon.gov.uk/NR/rdonlyres/131B4294-698B-4FAF-9758-080CCE86A36C/0/BC_RS_compposition_FR.pdf |format=PDF |accessdate=2006-09-17}}</ref>]]
[[בילד:London night.jpg|thumb|די [[סיטי אף לאנדאן]] איז א הויפט געשעפט און האנדל צענטער און דער קאמאנדע צענטער פון גלאבאלן [[פינאנץ]].<ref>{{cite web |last=Z/Yen Limited |title=The Competitive Position of London as a Global Financial Centre |publisher=CityOfLondon.gov.uk |date=November 2005 |url=http://www.cityoflondon.gov.uk/NR/rdonlyres/131B4294-698B-4FAF-9758-080CCE86A36C/0/BC_RS_compposition_FR.pdf |format=PDF |accessdate=2006-09-17}}</ref>]]


[[לאנדאן]] איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער [[גלאבאלע עקאנאמיע|גלאבאלער עקאנאמיע]] (צוזאמען מיט [[ניו יארק]] און [[טאקיא]]).<ref>{{cite book|author=[[Saskia Sassen|Sassen, Saskia]]|title=The Global City: New York, London, Tokyo|year=2001|publisher=Princeton University Press|edition=2nd edition}}</ref> שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר, האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע, דער [[פרייער מארק]], און נידעריגע שטייערן און רעגולירן. גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט,<ref>{{cite web |url=http://www.imf.org/external/pubs/ft/weo/2006/01/data/dbcoutm.cfm?SD=2005&ED=2005&R1=1&R2=1&CS=3&SS=2&OS=C&DD=0&OUT=1&C=512-941-914-446-612-666-614-672-311-946-213-137-911-962-193-674-122-676-912-548-313-556-419-678-513-181-316-682-913-684-124-273-339-921-638-948-514-686-218-688-963-518-616-728-223-558-516-138-918-353-748-196-618-278-522-692-622-694-156-142-624-449-626-564-628-283-228-853-924-288-233-293-632-566-636-964-634-182-238-453-662-968-960-922-423-714-935-862-128-716-611-456-321-722-243-965-248-718-469-724-253-576-642-936-643-961-939-813-644-199-819-184-172-524-132-361-646-362-648-364-915-732-134-366-652-734-174-144-328-146-258-463-656-528-654-923-336-738-263-578-268-537-532-742-944-866-176-369-534-744-536-186-429-925-178-746-436-926-136-466-343-112-158-111-439-298-916-927-664-846-826-299-542-582-443-474-917-754-544-698&S=NGDPD&CMP=0&x=31&y=8 |title=Report for Selected Countries and Subjects |publisher=International Monetary Fund |date=2005 |accessdate=2006-05-15}}</ref> און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע (נאך [[דייטשלאנד]]).
[[לאנדאן]] איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער [[גלאבאלע עקאנאמיע|גלאבאלער עקאנאמיע]] (צוזאמען מיט [[ניו יארק]] און [[טאקיא]]).<ref>{{cite book|id=ISBN 0-691-07063-6|author=[[Saskia Sassen|Sassen, Saskia]]|title=The Global City: New York, London, Tokyo|year=2001|publisher=Princeton University Press|edition=2nd edition}}</ref> שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר, האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע, דער [[פרייער מארק]], און נידעריגע שטייערן און רעגולירן. גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט,<ref>{{cite web |url=http://www.imf.org/external/pubs/ft/weo/2006/01/data/dbcoutm.cfm?SD=2005&ED=2005&R1=1&R2=1&CS=3&SS=2&OS=C&DD=0&OUT=1&C=512-941-914-446-612-666-614-672-311-946-213-137-911-962-193-674-122-676-912-548-313-556-419-678-513-181-316-682-913-684-124-273-339-921-638-948-514-686-218-688-963-518-616-728-223-558-516-138-918-353-748-196-618-278-522-692-622-694-156-142-624-449-626-564-628-283-228-853-924-288-233-293-632-566-636-964-634-182-238-453-662-968-960-922-423-714-935-862-128-716-611-456-321-722-243-965-248-718-469-724-253-576-642-936-643-961-939-813-644-199-819-184-172-524-132-361-646-362-648-364-915-732-134-366-652-734-174-144-328-146-258-463-656-528-654-923-336-738-263-578-268-537-532-742-944-866-176-369-534-744-536-186-429-925-178-746-436-926-136-466-343-112-158-111-439-298-916-927-664-846-826-299-542-582-443-474-917-754-544-698&S=NGDPD&CMP=0&x=31&y=8 |title=Report for Selected Countries and Subjects |publisher=International Monetary Fund |date=2005 |accessdate=2006-05-15}}</ref> און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע (נאך [[דייטשלאנד]]).
<!--
<!--
The British started the [[Industrial Revolution]], and, like most industrialising countries at the time, initially concentrated on heavy industries such as [[shipbuilding]], [[coal mining]], [[steel]] production, and [[textiles]]. The empire created an overseas market for British products, allowing the United Kingdom to dominate international trade in the 19th century. However, as other nations industrialised and surplus labour from [[agriculture]] began to dry up coupled with economic decline after two world wars, the United Kingdom began to lose its economic advantage. As a result, heavy industry declined, by degrees, throughout the 20th century. The British service sector, however, has grown substantially, and now makes up about 73% of GDP.<ref>{{cite web |date=[[2006-04-26]] |url=http://www.statistics.gov.uk/statbase/Product.asp?vlnk=9333 |title=Index of Services (experimental) |publisher=Office for National Statistics |accessdate=2006-05-24}}</ref>
The British started the [[Industrial Revolution]], and, like most industrialising countries at the time, initially concentrated on heavy industries such as [[shipbuilding]], [[coal mining]], [[steel]] production, and [[textiles]]. The empire created an overseas market for British products, allowing the United Kingdom to dominate international trade in the 19th century. However, as other nations industrialised and surplus labour from [[agriculture]] began to dry up coupled with economic decline after two world wars, the United Kingdom began to lose its economic advantage. As a result, heavy industry declined, by degrees, throughout the 20th century. The British service sector, however, has grown substantially, and now makes up about 73% of GDP.<ref>{{cite web |date=[[2006-04-26]] |url=http://www.statistics.gov.uk/statbase/Product.asp?vlnk=9333 |title=Index of Services (experimental) |publisher=Office for National Statistics |accessdate=2006-05-24}}</ref>

רעוויזיע ביי 08:14, 17 אָקטאָבער 2007

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד
פאן פאראייניגטע קעניגרייך
פאן פאראייניגטע קעניגרייך
סימבאָל פאראייניגטע קעניגרייך
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: גאט ראטעווע די קעניגין
אָרט פֿון פאראייניגטע קעניגרייך
אָרט פֿון פאראייניגטע קעניגרייך
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט לאנדאן
רעגירונג קעניגרייך (דעמאקראטיע)
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

זשארזש ברוין
גרינדונג דאַטום
1707
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
244,820 קוואדראטק"מ קוואַדראַט ק"מ
79טע
1.34%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

60,587,300
22טע
246 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע טריליאן $2.373 (אויסדרוק־גרײַז: אומבעקאנטער צייכן "ט".)
וואַלוטע פֿונט (שטערלינג)
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען uk.
טעלעפֿאָן קאָד 44+

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד (ענגליש: United Kingdom) איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון-מערב אייראפע.

גרויס בריטאנען איז די גרעסטע אינזל פון דעם געזעמל פון אינזלן, אדער ארכיפעלאג, באקאנט אלס די בריטישע אינזלען. ענגלאנד איז די גרעסטע און מערסט באקאנטע אפטיילונג פון דעם אינזל פון גרויס בריטאנען, אויפנעמענדיג די דרום און מזרח. וועילס איז אויף מערב און סקאטלאנד אויף צפון. צפון אירלאנד געפינט זיך ביים צפון-מזרח ווינקל פון אירלאנד, די צווייט גרעסטע אינזל אין די בריטישע איסלעס. די הויפטשטאט פון די יונייטעד קינגדאם איז לאנדאן וועלכע געפינט זיך מער צו דרום-מזרח פון ענגלאנד.

מענטשן פארמישן די נעמען פון דעם לאנד און מאכן טעותים ווען זיי נוצן דאס. יונייטעד קינגדאם, יו.קעי., און בריטען זענען אלע רעכטע נעמען צו באצייכנען דאס לאנד אין א שם הכולל, הגם די טערמין בריטען ווערט אסאך גענוצט ווען מען רעדט וועגן די אינזל פון גרויס בריטאנען. דאס באניצונג פון גרויס בריטאנען צו באצייכנען דאס גאנצע לאנד איז שוין היינט אויסגעוועפט, גרויס בריטאנען ווערט היינט געזאגט ווען מען רעדט פון גרויס בריטאנען זעלבסט וואס דאס נעמט נישט אריין צפון אירלאנד.

צו זאגן ענגלאנד אלס דער שם הכולל איז זיכער נישט ריכטיג ווייל ענגלאנד איז פאקטיש נישט מער ווי א טייל פון גרויס בריטאנען. ס'איז ריכטיג צו רופן די איינוואוינער פון ענגלאנד, סקאטלענד, אדער וויילז אלס בריטישע. הגם מענטשן פון ענגלאנד קען מען אויך רופן ענגלישע, מענטשן פון סקאטלענד סקאטישע, און מענטשן פון וויילז וועלזשישע.

די יונייטעד קינגדאם איז א קליינע לאנד אין פיזיקאלע גרויסקייט. מיט 94,251 סקווער מייל (244,110 קילאמעטער) איז זי אזוי גרויס ווי די שטאט קאלאראדא, אדער בעסער געזאגט, צוויי מאל אזוי גרויס ווי ניו יארק סטעיט. די יונייטעד קינגדאם געפינט זיך אזוי צו צפון פונעם גלאוב ווי לאבראדאר (א פראווינץ אין קאנאדע) אין נארט אמעריקע, אבער אנדערש ווי אין לאבראדאר, ווי עס איז שטענדיג קאלט געפרוירן, איז זי און גאנץ צפון אייראפע, געווענליך גאנץ מילד און פרעסטלדיג (טשילי) און אסאך נאס. רעגן און פארוואלקענטע הימלען קענען פארנעמען אזוי סאך ווי 300 טעג אין א יאר. דאס איז ווייל די ראיאן ווערט געווארימט דורך די גאלף שטראם וואס קומט ארויס פונעם אטלאנטיק אקעאן.

נישט קוקנדיג אויף איר קליינקייט אין מאס, איז בריטען היבש אנגעפילט מיט א געשאצטע באפעלקערונג פון 634 איינוואוינער פער סקווער מייל (245 פער סקווער קילאמעטער) לויט א סטאטיסטיק פון היי יאר. עס האט א גוטע עקענאמיע, סאפיסטיקירט אין טעכנאלאגיע, און צום וויכטיגסטן א לאנד פון שלום און פרייהייט. אין גענעראל ווערט עס פאררעכענט אלס א הויך סטאנדארטע לאנד צו וואוינען. אסאך לענדער פון די וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט משפיע געווארן פון בריטישע היסטאריע און קולטור. מיט יעדן פארבייגייענדיגן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן די וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען. די סיבה דערצו איז די שטארקע פארשפרייטונג פון די בריטישע עמפייער און די פארגאנגענע דריי דורות. אין די אנהייב פון די 900' יארן (ווערט גערופן מיט'ן צונאמען "דער 20'סטן יאר-הונדערט") איז א דריטל פון די וועלט'ס באפעלקערונג און א דריטל פון די וועלט'ס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורך בריטען. אסאך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען דעוועלאפט געווארן, ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן, אין טעכטער לענדער. די קאלאניעס (יישובים) האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיגט אלס דאמיניעס (ממשלות). צום ביישפיל קאנאדע, אויסטראליע, און ניו זילאנד זענען גענוי אזוי צושטאנד געקומען.

פאר א לאנגע צייט איז אינדיע געווען די וויכטיגסטע קאלאניע אין די בריטישע עמפייער, אבער נאך א לאנגערע אנטיקאלאניעל געפעכט מיט בריטען איז איר געלונגן צו ווערן אן אייגן דעמאקראטיע. די בריטישע עמפייער האט אמאל אריינגענומען גרויסע פארציעס פון צפון, מערב, אין מזרח אפריקע. וויכטיגע טיילן פון אזיע, ווי האנג קאנג, און א גרויסע צאל אינזלן אינעם פאסיפיק. היינט צו טאג זענען רוב פון די דערמאנטע ערטער זעלבסשטענדיג אבער א טייל דערפון האלטן נאך אן אסאך בריטישע געזעצן, אינסטיטוציעס, און קאסטומס.

אינטרעסאנט איז אז מערערע לענדער וואס זענען קיינמאל נישט געווען אונטער בריטישע הערשאפט האבן אויסגעקליבן איר פארלימענטרי רעגירונג סיסטעם, וואס טייטש אז די נידריגערע טייל פונעם פארלימענט, וואס ווערט גערופן הויז אף קאמאנס, געבן די לאגיסלאטיווע קראפטן. די הויז אף קאמאנס ערוועלט א טשיף עקזעקיוטיוו, וועלכער איז דער פרעמיער מיניסטער. דער פרעמיער מיניסטער וועלט זיך אליין אויס ווער פונעם קאמאנס זאל אריינגענומען ווערן אין די קאבינעט און אזוי אויך ערוועלט ער זיך אליינס זיינע יועצים. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לאגיסלאטור.

בריטען איז געווען איינע פון די גרעסטע פיאנערן אין עקענאמישע מאטעריעס. די ערשטע אינדוסטריעל רעוואלוציע [די רעזולטאט פון אסאך פונדאמענטאלע בייטונגן וואס האט טראנספארמירט ארגיקולטור עקענאמיעס צו אינדוסטריעלע. די ערשטע טויש איז געווען פראדוקציע. מערערע זאכן וואס זענען טראדיציאנעל פאבריצירט געווארן אין היימען און אין קליינע וואורקשאפס האבן אנגעהויבן פארבריצירט ווערן אין פעקטאריס] איז פארגעקומען אין בריטען אין די 18'טן און 19'טן יאר-הונדערט און האט געפירט צו די דעוועלאפמענט פון די וועלט'ס ערשטע סאסייעטי דאמינירט דורך א מיטל קלאס. בריטען איז געווען די ערשטע לאנד אין די וועלט ווי מער פון האלב פון אירע איינוואוינער האבן געוואוינט אין די אורבאן (ביזנעס געגענטער) שטעט. גיכע עקענאמישע דעוועלאפמענט און וועלט'ס האנדל האבן געמאכט בריטען די רייכסטע לאנד דורכאויס די הערשאפט פון קעניגן וויקטאריע [קעניגן וויקטאריע האט געוועלטיגט אויף די בריטישע עמפייער אין אירע בעסטע יארן פון 837' ביז 901'. איר הערשפאט איז געווען די לענגסטע פון יעדע מאנארכיע אין די בריטישע היסטאריע און איז באצייכנט געווארן אלס די וויקטאריען תקופה] פאר א לאנגע צייט בעפאר און נאך די אינדוסטריעל רעוואלוציע איז לאנדאן געווען די צענטער פון די וועלט'ס קאפיטיליזם. נאך היינט איז זי איינע פון די וועלט'ס מערסט וויכטיגסטע ביזנעס און פינאנציעלע צענטערן.


געאגראפישע באשטאנדטיילן און גרעניצן

די יונייטעד קינגדאם גרעניצט זיך אויף דרום מיט'ן ענגלישער קאנאל (דער ענגלישער קאנאל טיילט אפ צווישן די יונייטעד קינגדאם און פראנקרייך. עס איז א שמאלער און לאנגער טייך), וועלכער טיילט איר אפ פונעם אייראפעאישן קאנטינענט. אויף מזרח, גרעניצט עס זיך מיט'ן צפון ים (אן ארעם פונעם אטלאנטיק), און אויף מערב מיט'ן איירישן ים און דער אטלאנטיק. די יונייטעד קינגדאם'ס איינציגסטע לאנד גרעניץ מיט אן אנדערן לאנד איז צווישן צפון אירלאנד און אירלאנד.

ענגלאנד איז די גרעסטע, מערסט באקאנטסטע, און רייכסטע אפטיילונג פון די יונייטעד קינגדאם. עס נעמט אויף 50,352 סקווער מייל (130,410 קילאמעטער) פון די יונייטעד קינגדאם'ס סך הכל 94,251 סקווער מייל (244,110 קילאמעטער). די געגענט פון סקאטלענד איז 30,420 סקווער מייל (78,790 קילאמעטער), וויילז נעמט אויף 8,020 סקווער מייל(20,760 קילאמעטער), און צפון אירלאנד נעמט אויף 5,470 סקווער מייל (14,160 קילאמעטער). דאס מיינט אז ענגלאנד נעמט אויף 53.4 פראצענט פון די יונייטעד קינגדאם, סקאטלענד 32.3 פראצענט, וויילז 8.5 פראצענט, און צפון אירלאנד 5.8 פראצענט.

די יונייטעד קינדאם אנטהאלט אין זיך אסאך קליינע אינזלן. צווישן זיי איז די איילענד אף ווייט, ענגליסעי, סילי, העבריידס, ארקני איילענד, און שעטלענד אייילענדס.

מיט א קורצן בליק: די איילענד אף ווייט געפינט זיך אינעם ענגלישן קאנאל אויף דרום פון די יונייטעד קינגדאם. דאס אינזל אטראקט אסאך טוריסטן ווייל די וועטער איז געווענליך מילד און זוניג. דאס אינזל'ס הויפט חיונה קומט פון עירקרעפט פאבריצירונג וועלכע גייט שוין אן דארט פון בעפאר די צווייטע וועלט קריג. ענגליסעי, געפינט זיך אינעם איירישן ים, האט אסאך געליטן פון אלע בריטישע מלחמות. זי האט שטענדיג באלאנגט פאר א צווייטן ביז ממש אין די לעצטע 10יאר.

סילי, געפינט זיך אינעם אטלאנטיק, איז באמת צענדליגער קליינע אינזלן און גרויסע שטיינער אין א צוזאמענגענומענע שטח. אינגאנצן פינף פון די אינזלן זענען באוואוינט מיט קנאפע 3,000 מענטשן. זיי פלאנצן בלומען און גרינצייג וועלכע זיי שיקן צום מארקעט קיין לאנדאן.

די העבריידס אינזלן זענען ארום 500 אינזלן יעדע מיט אן אנדערן נאמען און ווערט אנגערופן מיט'ן שם הכולל די העבריידס אינזלן. עס געפינט זיך אינעם אטלאנטיק נעבן סקאטלענד. די איינוואוינער אויף די אינלן מאכן א שוואכע פרנסה אויפ'ן אלטמאדישן אופן פון פלאנצן געוויקסן.

די ארקני איילענדס זענען א גרופע פון 90 אינזלן אויך נעבן סקאטלענד. די אינזלן זענען נידריג און ליידיג פון ביימער און געוויקסן. איינע פון די גרויסע אינזלן פארמאגט נאך היינט א נעיווי באזע פון די בריטישע מיליטער וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן פון די צווייטע וועלט קריג. אחוץ דעם פאבריצירן זיי מערערע געווענליכע פראדוקטן פון וועלכע זיי מאכן א שיינע לעבן.

שעטלענד אייילענדס, געפינט זיך אויך אינעם אטלאנטיק, איז געווען די ערשטע ציל פאר די דייטשן ימ"ש ווען זיי האבן זיך גענומען איבער די בריטישע עמפייער. פון די אינזלן קומען ארויס די באוואוסטע ענגלישע וואל וועלכע ווערט פאבריצירט דורך אירע געשיקטע פרויען. רוב איינוואוינער האבן דארט פארמס מיט שאף.

ארום און ארום די יונייטעד קינגדאם זענען דא נאך הונדערטער אינזלן וועלכע באלאנגן אין פאקט נישט צו די יונייטעד קינגדאם אבער האבן א נאנטן שייכות און פריינטשאפט צו די געוועזענע בריטישע עמפייער וועלכע האט זיי געגעבן די בעסטע צייטן דורכאויס די צייטן פון די צוויי וועלט קריגן. ווען אימער זיי זענען געווען אונטער בריטישע הערשאפט האבן זיי גענאסן פון אלע פריוועליגיעס גענוי ווי די אייוואוינער אין לאנדאן. די אינזלן זענען צוטיילט און צוויי קעטאגאריעס: דעפענדענד און אומדעפענדענט. די אומדעפענדענטע באלאנגן אין טייל פאר אנדערע הערשאפטן אבער האבן נאנטע שייכות ווי פריער דערמאנט. די דעפענדענטע באלאנגן נישט צו קיינעם און געניסן נאך היינט פון בריטענס פריוועליגיעס. די יונייטעד קינגדאם איז מסכים און ווארטן זיי זאלן אמאל ווערן אייגענע לענדער און זיך מאכן שבת פאר זיך.

די דעפענדענט אינזלן פירן אן מיט אייגענע רעגירונגן וועלכע ווערן אויסדערוועלט דורך די קעניגן פון בריטען. די קליינע רעגירונגן זענען פאראנטווארטליך פאר די געשעענישן אויף די אינזלן און אויף איר עקענאמיע. יעדע פון די טעריטאריעס פארמאגט א מיניסטער אין די בריטישע פארלימענט וועלכע פארטרעט איר. במשך די יארן זענען אסאך פון די אינזלן צוריקגעגאנגען צו זייערע ארגינעלע באלעבאטים. צום ביישפיל, האנג קאנג איז געווען צווישן די דעפענדענט אינזלן און האט זיך שפעטער צוריקגעקערט צו כינע אין 997' נאכדעם וואס בריטענס ליעס איז אויסגעלאפן.

נאטורליכע ראיאנען און טאפאגראפיע

די אינזלן פון גרויס בריטאנען קען צוטיילט ווערן אויף צוויי הויפט נאטורליכע ראיאנען – די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע. די הויכלאנד זאנע איז פיל מיט הויכע בערג און מאונטענס אויף צפון און מערב. די נידריגלאנד זאנע באשטייט מיינסטענס פון פשוטע אויבערפלאך אן קיין שום באזונדערע דעקארירונג. די זאנעס לויפן אויף אן אויסגעטראכטע ליניע, לויפנדיג אריין אין ענגלאנד פון די וואסער ביים דרום-מערב ברעג ביז צום וואסער ביים צפון-מזרח ברעג. די נידריגלאנד זאנע האט א מילדערע קלימאט און בעסערע ערד פאר פארמינג. רוב מענטשן אין בריטען האבן שטענדיג געוואוינט אין די נידריגלאנד זאנע.


די הויכלאנד זאנע

ווי פריער דערמאנט איז די יונייטעד קינגדאם איינגעטיילט אין צוויי חלקים וועלכע זענען די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע. די הויכלאנד זאנע אנטהאלט וואס ווערט אפט אנגערופן רויע קאנטרי, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון א גרויסע מאס רויע בערג, מאונטענס, און אפגעשווענקטע שטחים מיט טאלן און ליידיגיקייט אינדערמיטן. די העכסטע עלעוואציע אין די אזוי גערופענע בריטישע איסלעס זענען אין די הויכלאנד זאנע. דער העכסטער פונקט איז בען נעוויס וועלכע איז 4,404 פיס (1,343 מעטער) הויך און געפינט זיך אין די הויכלאנד זאנע אין סקאטלענד. די הויכלאנד זאנע איז פארשטייט זיך אסאך קילער אבער עס איז אויך מער רעגנדיג און ווייניג זוניג. אין מערערע ערטער איז פארמינג אוממעגליך. אפילו אין די ערטער וואו מען קען שוין יא פארמען איז דאס א שווערער ארבעט מיט אסאך פראבלעמען. די ערד איז זייער אפט דין אין שטיינערדיג און אונטער דעם די הארטע שטיינערנע בערג. רעגן וואסער ווערט דארט אסאך מאל אנגעזאמעלט און לאזט גאנצע שטחים אנגעלייגט. וויילז, סקאטלענד, און טיילן פון ענגלאנד זענען אין די הויכלאנד זאנע. די טיילן פון ענגלאנד אין די הויכלאנד זאנע נעמט אריין די פענין טשעין מאונטענס, וועלכע ציט זיך אריין ביז טיף אין צפון ענגלאנד און אין דרום-מערב פענינסולא. די פענין טשעין ווערט אסאך מאל באצייכענט אלס די רוקן-ביין פון ענגלאנד. עס שלעפט זיך אויף א שטח פון 160 מייל (260 קילאמעטער) פון צפון צו דרום, אנגעפאנגען פון די שעוואט הילס געגענט ביי די גרעניץ פון ענגלאנד און סקאטלענד אין ענדיגט זיך ביז אראפ אין מיטל לאנד פון צענטראל ענגלאנד. די פענין טשעין מאונטענס זענען זייער שיין האבנדיג אין זיך א געמיש פון ריזיגע פעלד שטחים און הערליך שיינע טייך טאלן וועלכע שלענגלען זיך אדורך די בערגלעך. צו מערב פון די פענין שטעין געפינט זיך די לעיק דיסטריק, די שענסטע ערטער אין בריטען. אסאך פון בריטענ'ס אינדוסטריס ליגן אויף די פלאנקען פון די פענין טשעין צוליב די פילע קוילן פעלדער וועלכע זי פארמאגט. ביים אנהויב פון די פענין טשעין אין פעניסולא שטעקן זיך די בערג ארויס ביז טיף אריין אינעם אטלאנטיק אקעאן ווי מען זעט אויף די מאפעס. סקאטלענד איז אין אין די הויכלאנד זאנע מיט טויזענטער נישט גאר הויכע אבער רינדיגע בערג ארום אין ארום. די העכסטע פונקט דערגרייכט דארט 2,800 פיס (850 מעטער) הויך. די מענטשן וואס וואוינען אויף די בערג זענען פארנומען מיט שאף און רינדער ווייל דאס פלאנצען איז דארט אויפ'ן נידריגסטן שטאפעל. אין צענטער פון סקאטלענד, ווי א לאך אינמיטן פון די ארומיגע בערג, איז סקאטלענד'ס נידריגלאנד זאנע וועלכע איז באמת זייער הויך אבער איז אסאך נידריגער ווי די בערג. דארט געפינט זיך די אורבאן שטעט מיט אלע אינדוסטריס. צפון אירלאנד באשטייט פון טאלן אויף הויכע בערג. רוב פון צפון אירלאנד איז א טאל וועלכע איז פארמירט געווארן דורך א לאווא פלאטא. אין צענטער פון צפון אירלאנד איז די לאו ניע לעיק, די גרעסטע לעיק אין די בריטישע איסלעס מיט 18 מייל אין די לענג און 11 מייל אין דער ברייט. דער העכסטער ארט אין צפון אירלאנד איז מורן מאונטענס אויף דרום-מזרח, וועלכע דערכרייכט א מאקסימום הויכקייט פון 2,796 פיס (852 מעטער) העכער'ן ים פלאך. צפון אירלאנד איז אינגאנצען אפגעטיילט פון בריטען מיט'ן אייריש'ן ים. די נענטסטע וואס זיי קומען זיך צוזאם איז 13 מייל (21 קילאמעטער) ביי די ברעגעס פון טאר אויף צפון אירלאנד'ס זייט און מול אויף סקאטלענד'ס זייט. וויילז באשטייט פון נאך העכערע מאונטענס דערגרייכענדיג ביז איבער 3,500 פיס (איבער טויזענט מעטער) הויך. אין ענדע דרום וויילז איז שוין די ערד יא נידריג און קען אסאך מאל גערופן ווערן א טייל פון די נידריגלאנד זאנע. די דרום טייל איז געבענטשט מיט קוילן פעלדער וועלכע איז דער הויפט אינדוסטרי פון וויילז.


די נידריגלאנד זאנע

אין גענעראל באשטיייט די נידריגלאנד זאנע פון גוטע ערד וואס ווערט אנגערופן פלעינס (פשוט'ע ערד), כוואליע'דיגע פלאך און ברייטע שטחים פון כמעט אייניג מיט'ן ים פלאך. עס באקומט אסאך ווייניגער רעגן און מער זון ווי די הויכלאנד זאנע (נאך אלץ אסאך מער רעגן ווי אנדערע לענדער) און די זאמד איז פרוכטפערדיג. רוב שטח פון די נידריגלאנד זאנע איז נישט העכער ווי 500 פיס (150 מעטער) פונעם ים פלאך און אירע בערג דערגרייכן א מאקסימום פון 1,000 פיס (300 מעטער) הויך. די נידריגלאנד זאנע איז געדיכט באוואוינט נאך פון טויזענטער יארן צוריק. דאס גרעסטע טייל פון בריטענ'ס באפעלקערונג וואוינט צינופגעקוועטשט אין די נידריגלאנד זאנע וואס דעקט רוב ענגלאנד. די מעטראפאליס פון לאנדאן און אלע גרויסע באקאנטע ענגלישע שטעט געפינען זיך אין די נידריגלאנד זאנע.


לאנד און אוצרות

טייכן, לעיקס, און וועלדער

וויבאלד בריטען איז שטענדיג נאס פון אסאך רעגן פארמאגט זי גאר אסאך טייכן און לעיקס איבער'ן גאנצן לאנד. די טייכן זענען רושיג א גאנץ יאר האבנדיג שטענדיג פרישע וואסער פון רעגן אפילו אין די הייסע זומער טעג. די טייכן וואס פליסן צו מערב ביי די הויכלאנד זאנעס זענען רושיג און טייל מאל ווילד. די טייכן וואס פליסן צו מערב זענען מער שטאטליך און געלאסן און אסאך שענער. אין אלע יארן האבן די טייכן און לעיקס געדינט דעם מענטשנ'ס אינטערעסעס צי פאר קאמערץ צי אינוואזיע. די צוויי גרעסטע טייכן זענען דער טאמעס און דער סעווערן וועלכע זענען ביידע ממש די זעלבע לענג. דער סעווערן פליסט דרום ארויס פון די מאונטענס פון צענטראל וויילז ביז בריסטל. דער טאמעס פליסט אראפ פון די בערג ביז אריין קיין לאנדאן. ביידע טייכן זענען ארום 200 מייל (300 קילאמעטער) לאנג. דער טאמעס שטעלט צו וואסער פאר לאנדאן און פלעגט אמאל גענוצט ווערן פאר קאמערציאלע פראכט. רובא דרובא לעיקס און טייכן אין די יונייטעד קינגדאם זענען אינעם העכער'ן טייל פון לאנד אין סקאטלענד און אין צפון אירלאנד, הגם די גרעסטע צוויי טייכן געפינען זיך מער צו דרום. כמעט יעדער וואס וואוינט אויסער די שטאט פארמאגט זיך א קליינע לעיק אונטער זיין הויז און קיין איינע פון זיי טריקענט נישט אויס ווייל זיי באקומען גענוג רעגן. צוליב די פילע טייכן און אינזלן פארמאגט די יונייטעד קינגדאם א שטארק געדרייטע ברעג ליניע וועלכע איז שווער אויסצומאלן. די ברעג ליניע גייט טיילמאל ווי א זיג-זאג פון מיילן. די ארטיגע קאוסט גארד האט א שווערע ארבעט צו קאנטראלירן די ברעגעס ספעציעל וואו עס ענדיגט זיך מיט הונדערטער קליינע אינזלן. ביימער וואקסן גוט און שנעל אין די שווערע זאמד פון ענגלאנד, און פאר א לאנגע צייט האבן די ארימע איינוואוינער נישט געהאט די נויטיגע געצייג אראפצושניידן די שווערע און דיקע דעמב (אוק) ביימער. מיט די צייט האבן די באפעלקערונג געהאלטן אין איין שניידן נאך און נאך ביימער איבעלאזנדיג – היינט צו טאג – קארגע 10.7 פראצענט פון די יונייטעד קינגדאם וואס איז נאך באוואקסן. אין ענגלאנד איז פאראן דאס ווייניגסטע וועלדער מיט קוים 8 פראצענט. אין קאנטראסט צו אייראפע איז דאס גאר ווייניג ווען איייראפע באשטייט נאך היינט פון 25 פראצענט וועלדער. ענגלאנד פראדוצירט אינגאנצן 15 פראצענט פון איר האלץ געברויך. דאס איבריגע ווערט אימפארטירט פון אויסלאנד. די מאנגל אין האלץ און ביימער איז מיט די יארן געווארן וואס אמאל ערגער אז די רעגירונג האט געמוזט איינפירן שטרענגע געזעצן וועגן אפשניידן ביימער. אין גאנץ יונייטעד קינגדאם ברויך מען היינט האבן א פערמיט צו שניידן א בוים אזויווי אין אמעריקע צו פאנגן חיות. ווען א בוים ווערט פארפוילט און פאלט איין טוט די רעגירונג דאס צוריק שטעלן און איז איינע פון אירע וויכטיגסטע ענווייראמענטל פריאריטיס.


מינעראלן אוצרות און ענערגיע קוועלער

בריטענ'ס מינעראלן אוצרות זענען געווען היסטאריש וויכטיג, אבער היינט זענען רוב פון די אוצרות אויסגענוצט אדער גאר מינימאל. היינט אימפארטירט בריטען אלע מינעראלן פאר היבש ביליגער ווי עס וואלט זיי געקאסט צו פראדוצירן. בעפאר און דורכאויס די צייטן ווען די רוימען האבן געהערשט אויף בריטען (באלד צוויי טויזענט יאר צוריק) איז בריטען געווען וועלט'ס באקאנט מיט איר רייכקייט אין צינען (געוויסע סארט אייזן) פון וועלכע מען פלעגט דעמאלט מאכן וואפן און צירונג. היינט צו טאג איז קיין איין צין מינעראל מער נישטא ווייל עס איז אויסגענוצט געווארן במשך די יארן. בריטען איז אויך אמאל רייך געווען אין אייזן ארץ. דאס איז געווען קריטיש וויכטיג ביי די צייטן פון די אינדוסטריעל רעוואלוציע, ווייל די אייזן פלעגט געברענגט ווערן צו די קוילן פעלדער וואו מען האט דעוועלעפט צענדליגער ערליי אייזן פאר די טויזענטער נייע פאבריקן. פון די אלע אייזן האט מען דעמאלט אויפגעבויט הונדערטער מיילן פון באן ליניעס פון וועלכע טייל ווערן נאך היינט באנוצט. די שטעט וועלכע האבן געהאט דאס מערסטע אייזן אדער קוילן זענען געווען די רייכע ביזנעס שטעט אין יענע צייטן וואו ביזנעסלייט פון גאנץ אייראפע און אזיע פלעגן קומען צו פארן פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן. היינט צו טאג פראדוצירט בריטען קוים עפעס אייזן און ווי אלע אנדערע מינעראלן ווערט דאס אימפארטירט פון אנדערע לענדער. בריטען האט די רייכסטע ענערגיע קוועלער אין די אייראפעאישע פאראיין, באקאנט אלס אי.יו., מיט א פלאס פון אויל און נאטורליכע גאז וועלכע זענען א וויכטיגער טייל פאר די בריטישע עקענאמיע. ביז די זיבעציגער יארן האט בריטען פראדוצירט ווייניג אויל וועלכע איז געווען ווייט פון גענוג פאר דאס לאנד. אין 969' האט מען געטראפן פילע אוצרות פון אויל אינעם צפון ים אויפ'ן מזרח ברעג פון בריטען. אין יאר 975' איז דער פראיעקט געענדיגט געווארן און מען האט אנגעהויבן ארויסגראבן מיליאנען פעסלעך אויל. היינט צו טאג איז בריטען די אכט גרעסטע פראדוצירער פון אויל און נאטורליכע גאז. אלע אויל עקספארטס גייען צו אייראפעאישע לענדער. בריטען פארמאגט אויך אסאך נוקלעארע ענערגיע איינארדענונגען וועלכע צווינגט איר נישט צו גראבן פאר אזויפיל אויל און קוילן ווי אין דער פארגאנגענהייט. אלעס צוזאמען טוט אירע ענערגיע קוועלער איר געבן 27 פראצענט פון דאס לאנד'ס ענערגיע געברויך. די איבריגע אימפארטירט זי פון אנדערע לענדער.


ענווייראמענטאלע אישוס

ענווייראמעטל באשיצונג איז א וויכטיגער אישו אין די יונייטעד קינגדאם ווייל ווי שטערקער א לאנד וואקסט אין באפעלקערונג און טעכניש, וואו עס איז דער פאל מיט די יונייטעד קינגדאם, ליידט די ענווייראמענט מער און מער. צוגלייכנדיג צו אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער, האט בריטען א גאר גוטער רעקארד אין באשיצן די ענווייראמענט. די באשיצונג ווערט געטאן דורך די ארימערע לאקאלע איינוואוינער און ווערט אנגעפירט דורך די ענווייראמענטל דעפארטמענט. נישט נאר וואס בריטען באשיצט איר היים לאנד, טוט זי אויך ארויסהעלפן אנדערע לענדער פון ארום די וועלט מיט אירע אנגייענדיגע שטודיעס וועלכע ווערן געווענליך פארגעלייגט אין די יו-ען וועלכע טוט דאס פרעזענטירן ביי מיטינגען פון גלאבאלע באשיצונג. נישט אומזיסט איז בריטען אזוי פארזיכטיג אין ענווייראמענטל באשיצונג, זייענדיג די ערשטע אינדוסטריאלע לאנד האט זיך איר געמאכט אסאך ענווייראמעטל פראבלעמען וועלכע מען האט קריטיש געמוזט פאררעכטן. איינע פון די ערגסטע ענווייראמענטל פראבלעמען וואס פלאגט נאך היינט בריטען איז די לופט פארפעסטיגונג. זעענדיג אז עס קען קומען צו א קאטאסטראפע האט בריטען דורכגעפירט אין 955' דער "ריינער לופט אקט" וועלכע האט שטארק געהאלפן רעדוצירן לופט פארפעסטיגונג. דער אקט האט פארלאנגט אלע ביזנעסער און אויטא אייגנטומער צו נוצן בעסערע גאזן און האט געשניטן די קוילן גראבונג מיט צוויי דריטל.


חיות און בהמות

די יונייטעד קינגדאם האט דירעקט ווייניג חיות געשאצט אויף נישט מער ווי 30,000. דאס מערהייט פון זיי זענען קליינע חיות וואס זענען צושפרייט אין ענגלאנד. גרויסע חיות האט זי נאר הערשן, בערן, ווילדע קעץ, און וועלף. די גרויסע חיות דרייען זיך אויף די בערג אין סקאטלענד. איינע פון די סיבות פארוואס עס זענען דא דארט אזוי ווייניג חיות איז צוליב וואס 90 פראצענט פון בריטען איז אפגעגאלט פון וועלדער. פייגל און פיש זענען יא דא בשפע און ווערט עקספארטירט צו אנדערע לענדער. די בריטישע האבן ליב צו באטראכטן פייגלעך און זיך שפילן מיט זיי. אין אלע ערטער מאכט מען פייגל פארשטעלונגן פאר די פאבליק.


מענשטן און סאסייעטי

בריטען פארמאגט א כלערליי באפעלקערונג מיט מענטשן וואס האבן פארבינדונגן מיט אלע קאנטינענטן אין די וועלט. די עטניק אפשטאמיגע אין די באפעלקערונג זענען געווען קאמפליצירט ביי אימיגראציע, געמישטע חתונות, און די שטענדיגע ווידער-פלאצירטע איינוואוינער אין די הויך דעוועלאפטע אינדוסטריאלע און טעכנישע סאסייעטי. בריטען איז שטענדיג געווען אן ארט פאר אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראנטן האבן אסאך געהאלפן בויען די בריטישע עמפייער אין אירע פריערדיגע יארן. עס איז באקאנט אז די ענגלישע שפראך, די צווייט מערסט גערעדטע שפראך אין די וועלט און די איינציגסטע אינטערנאציאנאלע ביזנעס שפראך, איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך אימיגראנטן פון געוויסע ערטער אין דייטשלאנד וועלכע מען האט גערופן די אנגלעס, סעקסאנס, און דזשוטס. די ענגלישע שפראך איז נאמינירט געווארן אויף די אנגלעס אימיגראנטן. במשך די יארן האבן הונדערטער ערליי ריזיגע גרופעס פון מענטשן באזעצט געוויסע שטחים און זיי ממש איינגענומען. טייל פון די גרופעס זענען מיט דער צייט געווארן א טייל פון לאנד און אנדערע זענען יא צוריקגעגאנגען צו זייערע אפשטאמיגע לענדער, געוואנדן לויט די סיטואציע פון יענער צייט. נאך די ערשטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אימיגראציע קיין בריטען. רוב פון די אימיגראנטן האבן זיך באזעצט אין די ביזנעס שטעט זוכנדיג ארבעט. די מערסט באזעצטע שטעט זענען געווען, און זענען נאך היינט, לאנדאן, בירמינגהעם, און ליד. עס איז געשאצט אז 60 פראצענט שווארצע וואוינען אין לאנדאן צוזאמען מיט 41 פראצענט פון די אינדיאנער. בריטען האט אין איר רעקארד געהאט אינערליכע גוטע יארן טראץ דעם וואס זי האט אזויפיל אימיגראנטן, וועלכע זענען די וואס מאכן געווענליך ראיאטן. מער ווייניגער זענען די יארן אדורך רואיג און פריינטליך. די עטליכע אינערליכע קאנפליקטן זענען געווען צווישן די ארימסטע פון פאלק און די ארימסטע עטניקס. שפעטער איז געווען א קריג צווישן די פאליציי קראפט און די ארימע עטניקס און צום לעצט א ברענערדיגער קריגעריי צווישן די מיטלקלאס ביזנעס לייט קעגן די אזיע'ן געשעפט פארוואלטער.


דעמאגראפישע שטראם

בריטענ'ס וואוקס שטראם איז פארגעקומען צווישן דעם 18'טן יאר-הונדערט ביז'ן 19'טן יאר-הונדערט ווען די טויט ראטע איז שטארק געפאלן און די געבורט ראטע איז געבליבן הויך. דורכאויס דער צייט איז די באפעלקערונג געוואקסן פון בערך 6 מיליאן צו 26 מיליאן. אינעם 19'טן יאר-הונדערט האט זיך די געבורט ראטע סטאביליזירט און די טויט ראטע איז געבליבן נידריג. ס'איז אינטרעסאנט אז, אנדערש ווי אין אנדערע לענדער, איז עד היום הזה די פראצענט ראטע פון עלטערע מענטשן פיל העכער ווי די פראצענט ראטע פון די יונגע. דאס איז ווייל אין די לעצטע הונדרעט יאר זענען די יונגע עלטער געווארן אבער עס איז שוין נישט געבוירן געווארן אזויפיל נייע קינדער ווי עס איז דער פאל אין רוב מאנדיניזירטע לענדער פון די וועלט. אויך האט די אימגראציע קאנטראל אסאך אויסגעמאכט אין דעם חשבון. איבער 20 פראצענט פון פאלק זענען העכער 60 יאר אלט. דאקעגן קנאפע 20 פראצענט זענען אונטער 15 יאר אלט. דאס דורכשניטליכע לעבן פון א מענשט אין בריטען איז 75 יאר פאר מענער און 80.8 יאר פאר פרויען. מען שאצט אז ביז 15-20 יאר וועט זיך די אויבנדערמאנטע פראצענט ראטעס אויסגלייכן און די באפעקערונג וועט פון דארט און ווייטער וואקסן לאנגזאם.


באפעלקערונג סטאטיסטיקס

די יונייטעד קינגדאם האט א באפעלקערונג סטאטיסטיק פון 59,778,002 איינוואוינער לויט א 002' סטאטיסטיק, מיט א דורכשניטליכער געדיכטקייט פון 634 איינוואוינער פער סקווער מייל (245 פער סקווער קילאמעטער). די באפעלקערונג געדיכטקייט אין די יונייטעד קינגדאם איז איינע פון די העכסטע פון די וועלט, איבערשטייגנדיג רוב אזיע'ן און אייראפעאישע לענדער. ענגלאנד איז דאס מערסט אנגעפילטע טייל און אויך די געדיכסטע טייל פון די יונייטעד קינגדאם מיט ארום 983 איינוואוינער פער סקווער מייל (380 פער סקווער קילאמעטער). סקאטלענד האט 5,119,200 איינוואוינער און א געדיכטקייט ראטע פון 168 איינוואוינער פער סקווער מייל (65 פער סקווער קילאמעטער). וויילז האט א באפעלקערונג פון 2,937,000 און א געדיכטקייט ראטע פון 366 איינוואוינער פער סקווער מייל (141 פער סקווער קילאמעטער). צפון אירלאנד האט א באפעלקערונג פון 1,691,800 און א געדיכטקייט ראטע פון 309 איינוואוינער פער סקווער מייל (119 פער סקווער קילאמעטער).


שפראכן און רעליגיע

ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון די יונייטעד קינגדאם און איז די ערשטע שפראך (מאמע לשון) פון מער ווי רוב פון אירע סיטיזענס. דאס נוצן די שפראך איז איבער-וויכטיג פאר בריטענ'ס קלאס סטרוקטור. טייל געשולטע ענגלישע מענטשן, נישט קיין נפקא מינא אין זייער אפשטאם, שטרעבן זיך צו באפרייען פון גיאנאלע אדער לאקאלע אקצענט כדי אויסצוקוקן ווי געשולטע ענגליש רעדניגע מענטשן. טייל מענטשן געבן אכטונג צו נוצן גיאנאלע אקצענט און סלענג אלס סטאנדארט. פון די אנדערע זייט טוען אסאך לאקאלע פון מזרח לאנדאן און פון צפון ענגלאנד אכטונג געבן צו נוצן זייער אייגענע וועג פון רעדן, האלטנדיג אז עס איז מער א ווארימערע און פריינטליכע וועג פון רעדן ווי סטאנדארט ענגליש. די סקאטישע איינוואוינער האבן זיך אויך זייער וועג פון רעדן און זייער אקצענט איז גוט באקאנט דורך די בי.בי.סי. מידיא פירמע וועלכע פארמאגט נאר סקאטיש אקצענט רעפארטער. ווייטער די איירישע האבן זיך אויך אן אייגענע אקצענט מיט וועלכע זיי שטאלצירן. ארום 80,000 סקאטישע איינוואוינער רעדן נאך היינט קעלטיק סקאטיש (אן אייגענע שפראך). וויילז האט אן אייגענע שפראך אבער אויך דארט רעדט א גרויס חלק ענגליש. טייל סקולס געבן א ביילינגיול (צוויי-שפראכיג) עדזשיוקעישן. אין צפון אירלאנד רעדן רוב איינוואוינער ענגליש און א טייל אייריש. אין די וועלט הייסט עס אז די איירישע אקצענט איז די שענסטע ענגליש. די סלענג אקצענט איז צו לאנגווייליג און צו שארף. די אמעריקאנער ענגליש איז שוין צו פראסט. אייריש ענגליש איז אינדערצווישן, עס איז נישט אזוי סלענגיש און נישט אזוי פראסט. אויך די ניגון פון אייריש ענגליש איז אויסטערליש שיין ווייל עס אטאקירט נישט דעם צווייטן מיט די טענער אזויווי די אמעריקאנער ענגליש וועלכע'ס קשיא ניגון פארט אריין זייער טיף. די יונייטעד קינגדאם גאראנטירט אירע סיטיזענס מיט א פרייהייט פון רעליגיע. דאס לאנד האט טאקע נאכגייער פון אלע רעליגיעס אין די וועלט. רוב בריטישע זענען נישט קיין פולשטענדיגע גלויביגע און האבן נישט קיין שום שייכות צו סיי וועלכע רעליגיע. די איינציגסטע ארט ווי די מענטשן האלטן זיך רעליגיעז איז צפון אירלאנד. מיינסטענס גלויביגע זענען קריסטליכע מיט פארשידענע ערליי נעמען. אראבער פעלט נישט אין בריטען. עס וואוינען היינט נאנט צו 2 מיליאן אראבער אין די יונייטעד קינגדאם. די אידישע געמיינדע דערגרייכט היינט צו 258,000 מענטשן און איז די צווייט גרעסטע אידישע קאמיוניטי אין מערב אייראפע. (מער וועגן אידן אין די יונייטעד קינגדאם אי"ה אין די קומענדיגע וואכן).


לעבנ'ס סטיל

די בריטישע סאסייאיטי איז פארמערטע מיטל-קלאס מענטשן אין נומער און אין אויסקוק, און דאס אנהאלטן א הויך סטאנדארטע לעבן איז די העכסטע פריאריטי. מאטריאלע פארמעגן, אזויווי פאמיליע היים, אויטאס, אפלייענסעס, און קליידונג איז וויכטיג, און מערערע פאמיליעס נעמען זיך וואקאציעס איבער'ן יאר. דאס וואויל-זיין פון די קינדער ווערט דארט שטארק אבאכטעט און מערערע עלטערן אינוועסטירן זייערע געלטער צו קענען געבן א גוטע עדזשיוקעישן פאר זייערע קינדער. בריטישע הייזער זענען געבויט מיט קאנקרעט ציגל אדער פאלשע קאנקרעט בילדינג מאטריאל ווייל די פייכקייט פון די קלימאט קען ברענגען די העלצער צו פארפוילט ווערן. צענטראלע הייצונג איז היינט ברייט צושפרייט. אין די פריערדיגע יארן פלעגן רוב נוצן אינדיווידיועלע פייערן און הייצונג דיווייסעס. אין גענעראל זענען בריטישע מענטשן מער טאלעראנט צו פייכקייט און פרעסטלדיגקייט און ווייניגער טאלעראנט צו היץ פון העכער 80 פארנהייט (26 סעלסיוס) דעגרי. די קליידונג שפיגלט אפ די קלימאט און וואלענע גוטס, ספעציעל טוויד (א דיקע מין וואל), זענען באקאנטע פראדוקטן. בריטישע מענטשן וועלן ענדערש קויפן ווייניגער אבער בעסערע קוואליטעט קליידער וואס האלטן לאנג, הגם דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף די שנעלע טויש פון די מאדעס פון די יונגע קולטור. אין עסן האט בריטען נישט געהאט קיין גוטע רעפוטאציע. די בריטישע האבן ליב איבער-געקאכטע גרינצייג און אומגעזונטע געפרעגלטע עסן. היינט איז עס שוין אסאך בעסער ווען מען ברענגט אריין מער אייראפעאישע און אזיען סטיל עסן. די בריטישע זענען נישט קיין קאווע טרונקער נאר וועלן ליבערשט נעמען א טיי און אויסווארטן ווילאנג עס קילט זיך אויס. זיי האבן דאך אסאך צייט... די בריטישע מענטשן וועלן אייביג באלאנגן צו א געוויסע גרופע מיט וועלכע זיי טיילן זיך פרייד און טרויער. זיי האבן גוטע הערצער אבער וועלן ווייניג ארויסווייזן עמאציאנלע געפילן. מען זאגט אז היינט טוישט זיך דאס שוין. ס'איז וועלט באקאנט אז די בריטישע זענען פוילע מענטשן וואס האבן אסאך צייט. עס זענען פאראן צענדליגער ווערטלעך אויפ'ן חשבון פון די בריטישע. דער אמת איז אז פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג, וועלכע האבן גאר נאנטע פריינטשאפט מיט די בריטישע, איז זייער געלאסנקייט די מערסטע אויפפאלנד ווייל אין אמעריקע איז פאראן א יאגנעדיגע אטמאספערע וואס ווערט נישט געזען אין די גאנצע וועלט. אן אויסלענדישער וועט דאס נישט אזוי שנעל באמערקן ווייל ווי אימער יענער וואוינט איז זיין לאנד מער רואיג און געלאסן ווי אין אמעריקע.


העלט קעיר און וועלפעיר

די בריטישע רעגירונג אדמיניסטירט א ברייטע העלט קעיר און וועלפעיר סיסטעם וועלכע די לעיבר מיניסטעריום האט איינגעשטעלט צווישן די יארן פון 945' און 951'. טראץ וואס די סאציאלע סערוויסעס און העלט קעיר מאכט דארט אויס ארום 49 פראצענט פון די רעגירונג'ס אויסגאבן, דערגרייכט עס נאר 5 פראצענט פונעם דזשי.די.פי. (גראוס דאמעסטיק פראדאקט), אדער אין אנדערע ווערטער, די סך הכל ווערד פון גוטס און סערוויסעס וואס ווערט פראדוצירט אין לאנד במשך א יאר. די העלט קעיר סיסטעם ווערט דארט אנגערופן די "נאציאנאלע העלט סערוויס", אנגעהויבן פון 948' האט עס געגעבן פרייע העלט סערוויס פאר יעדן אייניג, ארים צו רייך, פאר אלעם, אנגעהויבן פון שפיטעלער ביז דענטעל פראבלעמען. במשך די יארן האבן מער און מער מענטשן גענוצט די סערוויסעס און די קאסטן זענען טייערער געווארן ווייל עס זענען כסדר אויפגעקומען נייע קאסטבארע טעכנאלאגיעס און צופיל מענטשן זענען אלט געווארן און האבן געדארפט אנקומען צו מער הילף. זעענדיג אז די קאסטן ווערן צו טייער האט די רעגירונג צוביסלעך אנגעהויבן אראפנעמען עטליכע קלענערע העלט סערוויסעס ווי אויגן גלעזער, דענטיסטס און נאך. די בריטישע רעגירונג איז אויסטערליש איבערגעגעבן צו אירע בירגער און דערפאר האט זי פון די בעסטע וועלפעיר סיסטעמען אין די וועלט. וועלפעיר איז ווי א פארזיכערונגס מיטל צו יעדן בירגער פון זיין געבורט ביז זיי לעצטן טאג. די סיסטעם ווערט געשטיצט פון די שטייער צאלער און נאך א רייע פראגראמען. א דוגמה וואס טייטש איבערגעגעבנהייט איז געווען אין די מיטעלע 90'גער יארן ווען די רעגירונג האט געזען אז די קאסטן ווערן טייערער און מענטשן קענען זיך נישט שפארן גענוג געלטער צו קויפן הייזער. האט די רעגירונג אנגעהויבן בויען פאבליק הואזינג, ווערט אויך אנגערופן קאונסיל האוזינג, אין וועלכע די סטעיטס האבן אויסגעלייגט א טייל פון די רענט פון די ארימערע מענטשן. שפעטער האט די רעגירונג געגעבן ספעציעלע פראגראמען וויאזוי מען זאל קענען מיט די רענט וואס מען צאלט אפקויפן די הייזער. היינט צו טאג האבן נאנט צו 70 פראצענט בריטישע איינוואוינער זייערע אייגענע אפגעקויפטע הייזער אין פארגלייך צו קוים 50 פראצענט אין 970'. ווייניג מענטשן וואס רעדן זיך היינט אפ אויף די רעגירונג בנוגע האוזינג. דאס איז ווייל די רעגירונג איז זייער פונקטליך און מסודר פאר וועמען צו געבן מער בענעפיטן און פאר וועמען ווייניגער. ווער עס האט א קרוב ערגעץ וואו אין בריטען קען יענעם אנפרעגן און הערן זיין צופרידנהייט בנוגע דעם אישו.


מוזעאמס און ביבליאטעקס

בריטען איז וועלט באקאנט מיט אירע אנגעזעענע ביבליאטעקס און מוזעאמס וועלכע זענען צום מערסטן קווארטירט אין לאנדאן. ווי דערמאנט האט די בריטישע אימפעריע געוועלטיגט, אדער טייל געוועלטיגט, אויף רוב אייראפעאישע לענדער און אסאך אנדערע לענדער דורכאויס צענדליגער דורות. טאקע דערפאר פארמאגן די בריטישע מוזעאמס אזויפיל שטאף. די מערסט באקאנסטע מוזעאם איז די בריטישע מוזעאם וועלכע געפינט זיך אין הארץ פון לאנדאן. זי פארמאגט פון אנטיק שטיקער נאך פון מצרים ביז טויזענטער היסטארישע דאקומענטן וועלכע זענען ווערט גאר אסאך געלט. אנדערע מוזעאמס ווי די נעשאנעל געלארי און נעשאנעל פארטרעיט געלארי האבן פון די גרעסטע קאלעקציעס פון קונץ-ווערק. בכלל איז בריטען פיל מיט ווערטפולע קונץ-ווערק שטיקלעך וועלכע אבאלאנגען צו פריוואטע מענטשן. מען שאצט אז די האנדלונג פון קונץ-ווערק אין בריטען דורכאויס א יאר איז ווערד עטליכע ביליאן דאלאר. אויך מיט מעדיצינישע קאלעקציע און היסטאריע איז בריטען רייך. איבער א פערטעל מיליאן דאקטוירים און מעדיצינישע פארשער באזוכן דעם מוזעאם דורכאויס א יאר. דאס רעכנט נישט אריין די הונדעטער טויזענטער ציווילע באזוכער. דערנאך קומט די נעשאנעל היסטאריע מוזעאם וועלכע פארמאגט אינפארמאציע, בילדער, ווידעאס, דאקומענטן, ארטילערי שטיקער, און נאך פיל מער פון אלע בריטישע מלחמות. די היסטאריע מוזעאם איז באמת נאר געאייגענט פאר די וואס האבן שוין געליינט און קענען די בריטישע מלחמות היסטאריע. אויב נישט איז עס גענצליך אומפארשטענדליך און צומישט. פאר טוריסטן איז שטארק באקאנט די מאדאם טוסעאדס וועקס מוזעאם וועלכע אנטהאלט די וועלט'ס גרעסטע און בעסטע וועקס דאמיס פון צענדליגער טויטע און לעבעדיגע וועלט'ס אנגעזעענסטע פאליטישע פיגורן און סתם וועלט באוואוסטע מענטשן. בריטען האט אויך עטליכע מוזעאמס וועלכע זענען ספעציאליזירט אין געוויסע זאכן, ווי די נעשאנעל רעילוועי מוזעאם וועלכע האט א גרויסע זאמלונג פון לאקאמאטיוון נאך פון בעפאר די 900' יארן.


סייענס און טעכנאלאגיע

בריטען איז געווען א וועלט פירער אין סייענס און טעכנאלאגיע, און זינט דעם אינדוסטריעל רעוואלוציע איז דאס לאנד געווען א פיאנער אין דאס באנוץ פון מאשינערי. די פראפסיע פון מאדערן ענדזשינירונג איז פאראייניגט געווארן פון די ארבעט פון די כשרונות פולע מענער אין ענדע 800' און אנפאנג 900' יארן. בריטען האט געגעבן מוט און קוראזש פאר אלע לענדער פון די וועלט בכלל און פאר אינווענטארס און סייענטיסטן בפרט אנצוגיין מיט די שטודיעס וועלכע האט געברענגט די וועלט צו איר היינטיגע מאדעריניזם. מער ווי 70 בריטישע סיטיזענס זענען באגריסט געווארן מיט'ן נאבעלן פרייז אין סייענס, וועלכע איז די צווייט מערסטע אין די וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן. מאדערענע סייענס קומט אסאך צו פארדאנקן פאר דעם בריטישן פיליזאפער פראנסיס בעיקאן וועלכער האט מיט זיינע געדאנקן און בייפאלן געברענגט די גרינדונג פון די סייענטיפישע מיטל, די היינטיגע סיסטעם פון סייענס פארשונג דורך שטודיעס און עקספרימענטן וואס ווערט גענוצט אין אלע פארגעשריטענע לענדער. אן אנדערער בריטישער פיליזאפער מיט'ן נאמען סור אייזאק נוטאן, אן אויסגעצייכנטער פיזיקער און מאטעמאטיקער, איז געווען דער פאקטישער מוח פון דאס באנוצונג פון נוקלעאר ענערגיע נאר ער האט נישט מאריך ימים געווען און עס האט געדויערט מער ווי 50 יאר ביז דער קאפ-שטיק אלבערט איינשטיין האט שטודירט נוטאנ'ס דאקומענטן און צוזאמענגעשטעלט דעם פאזעל. נאך א באקאנטער פיגור אין די בריטישע סייענס איז געווען מישעל פאראדי, וועלכער האט גאר אסאך אויפגעטאן אין די פעלד פון כעמיקאלן און אין עלעקטריק, ספעציעל אין עלעקטאראניק אינדאקשן (די חכמה פון פראדוצירן עלעקטריק דורך עלעקטראמאגנאטישע כוחות) וואס האט שפעטער געפירט צו דער אויסטרעף פון עלעקטריק דזשענערעטארס. אויך אין די מעדיצינישע וועלט האבן בריטישע סייענטיסטן געשפילט א גרויסע ראלע. באקאנט זענען דזשאסעף ליסטאר, וועלכער האט אויסגעפינען די אנטיסעפטיק אפעראציע (א געוויסע שליסל אפעראציע צו פארמיידן עטליכע אינפעקציעס) וועלכע ווערט היינט גענוצט אויף טויזענטער פאציענטן. סור אלעקסאנדער פלעמינג, וועלכער האט אויסגעפינען פעניסילין, די ערשטע פון די אנטיביאטיק מעדעצינישע פאמיליע. דריי אנדערע פיזיקער, ערנעסט ראטערפארד, סור דזשאסעך דזשאן טאמסאן, און דזשאן דאלעס קאקראפט זענען פארצייכנט געווארן אלס איינע פון די 20 בעסטע שטודירער אין אטאמיק ריסוירטש. די טעכנאלאגיע פונעם אינדוסטריעל רעוואלוציע איז נישט דעוועלאפט געווארן דורך סייענטיסטן, נאר דורך געלונגענע בעלי מלאכה ווי לאקסמיטס, קארפענטערס, בלעקסמיטס, וועלכע האבן פיאנירט אינאוואציעס אויף די פריעסטע מאשינען. באקאנטע אין די קאטעגאריע זענען געווען דזשעימס וואט, וועלכער האט דעוועלאפט סטים קראפט וואס איז אין יענע צייטן געווען איינע פון די הויפט קראפטן פאר פאבריק מאשינען. סעמיול קראמפטאן און ריטשארד ארקרייט, וועלכע האבן געברענגט צענדליגער שליסל אינווענטירונגן פאר סחורה מאשינען וועלכע ווערן נאך היינט גענוצט אין אלע סחורה פראדעצירונג פאבריקן. אין טייל טעקסטייל פאבריקן קען מען נאך היינט זען הענגען בילדער פון די צוויי אינווענטארס. בריטישע טעכנאלאגיע האט אויך אויסגעטראפן פילע ראדארן און קראפטיגע מאטארן, די.ען.עי. שפורן, קאלעסטראל, וויטאמין די, פייבער אפטיק קעיבלס, און נאך צענדליגער כעמיקאלן וועלכעס נעמען זענען נישט אינטערעסאנט אויסצורעכענען ווייל מיר ווייסן סייווי נישט וואס דאס איז. טייל בריטישע אינווענטארס זענען אויך באקאנט געווארן ווען זיי האבן אויסגעפינען לעזונגן צו זייערע אייגענע פראבלעמען. באוואוסט איז סטעפאן האקינג וועלכער האט אויסגעטראטן די וועג פאר אלע שפעטערע טעראפיסטן פאר טויבע און שטימע. זייענדיג א טויבער און שטימער האט האקינג איינגעלייגט וועלטן צו קענען קאמוניקירן מיט מענטשן און ער האט וואונדערליך מצליח געווען נאכ'ן אויפשטעלן און ספעציליזירן א שטאב מיט דאקטוירים פאר דעם צוועק.


עקאנאמיע

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך
טעקע:London night.jpg
די סיטי אף לאנדאן איז א הויפט געשעפט און האנדל צענטער און דער קאמאנדע צענטער פון גלאבאלן פינאנץ.[1]

לאנדאן איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער גלאבאלער עקאנאמיע (צוזאמען מיט ניו יארק און טאקיא).[2] שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר, האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע, דער פרייער מארק, און נידעריגע שטייערן און רעגולירן. גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט,[3] און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע (נאך דייטשלאנד).

וואלוטע

די וואלוטע איז דער פונט שטערלינג, וואס ווערט באצייכנט מיטן סימבאל £. דער באנק פון ענגלאנד איז דער צענטראלער באנק וואס גיט ארויס די וואלוטע. בענק אין שאטלאנד און צפון אירלאנד האבן די רעכט ארויסצוגעבן פאפיר געלט, ס'מוז אבער זיין געדעקט מיט פאפיר פונעם באנק פון ענגלאנד. דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז נישט קיין מיטגליד פון דער איירא.

רעגירונג

די יונייטעד קינגדאם איז א פארלימענטרי מאנארכיע. דאס טייטש, דער פירער פון שטאט איז א מאנארך (קעניג) מיט באגרעניצטע קראפטן. בריטענס דעמאקראטישע רעגירונג איז באזעצט אויף א קאנסטיטוציע וואס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון פילע דאקומענטן און געזעצן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן. די פארלימענט, וועלכע איז די לעגיסלאטור, באשטייט פון די הויז אף לארדס (העכערע הויז אין די פארלימענט וועלכע ווערן נישט ערוועלט דורך סתם וויילער), און הויז אף קאמאנס (נידעריגערע טייל אין פארלימענט וועלכע איז צאזאמענגעשטעלט פון צענדליגער פארלימענט מעמבערס וועלכע האבן מער קראפט ווי די קאנגרעס לייט ביי אונז אין אמעריקע. די הויז אף קאמאנס איז די עצם רעגירונג אין דעם פארלימענטרי סיסטעם, דאס טייטש אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור. די עקזעקיוטיוון, אריינגערעכנט דער טשיף עקזעקיוטיוו (דער פרעמיער מיניסטער) זענען אלע מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס. יעדער עקזעקיוטיוו איז א מיניסטער פאר א געוויסע אפטיילונג ווי למשל געזונטהייט, עדזשיוקעישן, דעפענס, א.א.וו. די בריטישע קאנסטיטוציע איז בעיקר געבויט אויף צוויי געשריבענע קאנסטיטוציע דאקומענטן. די ערשטע דאקומענט איז פון יאר 215' וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגן קעניג דזשאן. די צווייטע העלפט איז צוגעקומען אין יאר 628' און איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך די פארלימענט. בריטענ'ס קאנסטיטוציע ערלויבט צו טוישן אדער צולייגן געזעצן אויב דאס ווערט באשטעטיגט מיט א מערהייט אין הויז אף קאמאנס און ווערט געזיגלט דורכ'ן קעניג אדער קעניגן. אזויווי אנדערע לענדער קומען כסדר צו נייע געזעצן און פארגרעסערן די קאנסטיטוציע.


די מאנארכיע

די בריטישע מאנארכיע שטייט אויף די אנגייענדיגקייט פון בריטיש היסטאריע, צוריקגייענדיג ביז די ענגלא-סעקסאן פון וועלכע מיר האבן שוין בארירט אין די פארגאנגענע וואכן. במשך די יארן איז זי געווארן א פיגור הויפט פון א לאנד. אין טעאריע האט די רעגירונג אסאך קראפט אבער אין רעאליטעט איז עס אסאך ווייניגער. די קראפט איז באגרעניצט און די קעניג אדער קעניגן מוז נאכגיין די פירערשאפט און עצות פון די פארלימענט מיניסטארן. די מאנארכיע איז א פאזיציע פאר א מיטגלידער פון די ראיעל פאמיליע אבער קען ערזעצט ווערן דורך די פארלימענט ווי עס האט שוין איינמאל פאסירט אין יאר 701' ווען קעניג סטוארד איז געשטארבן און עס איז נישט געווען ווער עס איבערנעמען דעם טראן. דער טראן ווערט, לויט'ן געזעץ, איבערגעגעבן צו דעם עלטסטן זון ווען זיין טאטע שטארבט. אויב עס איז נישט פאראן קיין זון דאן נעמט איבער די עלטסטע טאכטער, ווי עס איז געווען דער פאל מיט קעניגן עליזאבעט די צווייטע אין יאר 952' ווען איר טאטע (דזשארדזש דער זעקסטער) איז געשטארבן אן איבערלאזן א זון. אין אזא פאל האט איר מאן (פרינץ פיליפ) גארנישט קיין פריוויליגיעס נאר א טיטול. דער קומענדיגער אויף די רייע איבערצונעמען דעם טראן איז איר עלטסטע זון טשארלס. אלס די אפיציעלע "העד אף סטעיט" טוט די מאנארכיע אויסקלויבן די מיניסטארן פאר אלע אפטיילונגן. ספעציעל האט זי די מאכט אין די מיליטערישע ראנגן און יוסטיץ סיסטעם. אבער אין פאקט שטודירט די פארלימענט ווען מען זאל נוצן מיליטערישע קראפט און וויפיל און די מאנארכיע דארף עס נאר באשטעטיגן. די ריכטיגע ארבעט וואס ווערט געטאן דורך די מאנארכיע איז דאס אונטערשרייבן דאקומענטן, שטודירן די ביכער ווען זי וויל, און זיך אפגעבן מיט די אישוס וואס איז נוגע די לעבנס צופרידענהייט פון די בריטישע בירגער. וויבאלד בריטען איז א דעמאקראטיע קען די מאנארכיע אויפגעזאגט ווערן אויב די מערהייט פון פארלימענט באשליסט אזוי. למעשה רעספעקטירט יעדער די בריטישע מאנארכיע אפילו אויסערן לאנד. עס איז דא א קליינע גרופע אין סקאטלענד וואס זענען דערקעגן די מאנארכיע און ווילן ליבערשט א רעפאבליק רעגירונג (רוב רעגירונגן אין די היינטיגע וועלט זענען רעפאבליק רעגירונגן. מיר וועלן דאס אפטייטשן ביי א צווייטע געלעגנהייט) אבער מען גיט זיי דערווייל נישט קיין שאנסן.


די עקזעקיוטיוו, קאבינעט, און פארלימענט

די טשיף עקזעקיוטיוו פון די פארלימענט איז דער פרעמיער מיניסטער. ער איז דער פירער פון די פארטיי וועלכער האלט די מערסטע זיצן אין די הויז אף קאמאנס. די מאנארכיע איז אנוועזנד ווען מען שווערט איין א נייע פרעמיער מיניסטער וועלכער איז ערוועלט געווארן. דער פרמיער מיניסטער נעמט זיך דאן אליינס אויף א צאל קאבינעט מיניסטארן און שטעלט זיי צו געוויסע פאזיציעס וואס מאכט זיי א טייל פון די עקזעקיטיוו. די קאבינעט, וועלכע באשטייט פון 20 מיניסטארן, איז פאראנטווארטליכט פאר אלע געשעענישן און די טעגליכע פירערשאפט פון די רעגירונג. יעדער קאבינעט מיניסטאר האט איין פאזיציע וועלכע ער מוז פארטיידיגן אויב אנדערע פארלימענט מיטגלידער זענען דערקעגן און האבן פראגעס. די קאבינעט קען אויך אין אן עמוירדזשענסי פאל דורכפירן א געזעץ אדער ארויסגיין אין א קריג אן די צושטימונג פון די הויז אף קאמאנס. בריטען האט אין צוגאב א גרויסע קאונסיל וועלכע ווערט אנגערופן די פרייווי קאונסיל וועלכע פארמאגט 450 מיטגלידער. די פרייווי קאונסיל האט איבערגענומען די ראיעל קאונסיל וועלכע האט עקזיסטירט אין די מיטעלע יארן (16-17 יאר-הונדערט). די קאונסיל עצה'ט די מאנארך און באהאנדעלט דאקומענטן. די פרייווי קאונסיל האט אין זיך אסאך קליינע קאמיטעס וועלכע געבן זיך אפ, יעדע באזונדער, מיט א געוויסע אישו, ווי שטיצן די דעפענדענט אינזלן, ארויסהעלפן אוניווערסיטיס, און האלטן קאנטראל אויף דאס העכסטע געריכט. די פארלימענט איז צוטיילט צו צוויי הייזער: די הויז אף קאמאנס און די הויז אף לארדס. די הויז אף קאמאנס האט די ריכטיגע מאכט דורכצופירן בילס, שניידן אדער הייבן שטייערן, און קאנטראלירט בריטענ'ס פאליטיק אין די וועלט. די מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס ווערן ערוויילט יעדע פינף יאר דורך דאס פאלק. עס זענען דא ארום 650 מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס און יעדער מיטגלידער רעפרעזענטירט א געוויסע שטאט אדער דארף. ווי גרעסער די שטאט איז אלס מער מיטגלידער האט זי אין הויז אף קאמאנס. דאס קומט אויס אז פאר יעדע 60,000 מענטשן איז דא א רעפרעזענטעטיוו אין הויז אף קאמאנס. יעדע 8 ביז 12 יאר בעארבעט מען איבער די הויז אף קאמאנס צו זען וואו עס איז זענען צוגעקומען מענטשן און מען לייגט צו נייע מיטגלידער. די הויז אף לארדס האט היינט נישט קיין שום מאכט נאר טוט בעיקר דעבאטירן און איבערשמועסן דאס וואס די הויז אף קאמאנס איז דעמאלט פארנומען. די הויז אף לארד קען פארלייגן א ביל אבער האט נישט קיין מאכט דאס אדורכצופירן. מיט פריער ווי הונדערט יאר צוריק האט אויך די הויז אף לארד געהאט די זעלבע מאכט ווי די הויז אף קאמאנס. אבער עס האט נישט געטויגט ווייל עס איז זייער שווער אנגעקומען זיך אדורכצוקומען מיט יעדע קלייניקייט. אין בריטען איז נישט פאראן קיין קאנסטיטוציאנאלע אפטיילונג פון מאכט צווישן די צענטראלע און לאקאלע רעגירונג ווי אין די פאראייניגטע שטאטן (אין אמעריקע ברויך יעדע לאקאלע רעגירונג צושטעלן דאס געלט אויפצוהאלטן אלע שטאטישע דעפארטמענטס און האט די פולע מאכט אויף יעדע דעפארטמענט) . אין בריטען ווערן זיי אנגערופן קאונסילס אדער אויטאריטיס און זענען נאר פאראנטווארטליכט פאר די פייער און פאליציי דעפארטמענטס, שאסייען און טראפיק, האוזינג און בילדינג רעגולאציעס, ענווייראמענט און שולעס. אלע געלטער ווערן געצאלט דירעקט פון צענטראלע אויטאריטיס.


יוסטיץ

די יוסטיץ סיסטעם וואס מיר זעען היינט אין די דעמאקראטישע לענדער איז נאכגעמאכט בריטען וועלכע האט אראפגעשטעלט די יושר'דיגע יסודות פאר א דעמאקראטישע יוסטיץ סיסטעם וועלכע גיט די רעכט פאר א ריכטער צו פסק'נען, אדורכפירן א פרישע געזעץ, די פארטיידיגונג און פראקורירן (באקאנט אלס פראסיקיושן און דעפענס), און צום וויכטיגסטן די השערה אז יעדער מענטש איז אומשולדיג אזוי לאנג ביז ער ווערט נישט אויפגעוויזן שולדיג ("אינאסינט אנטיל פראווען גילטי"). די יוסטיץ סיסטעם אין בריטען וואס פראטיקירט געזעץ איז צוטיילט צו סאליסיטארן (די טשיף אפיציר פאר אלע לעגאלע מאטעריעס אין א שטאט, דערפל, אדער רעגיורנג אפטיילונג) און באריסטארן (אן אדוואקאט וועלכער רעפרעזענטירט א קליענט און די העכערע געריכטן). סאליסיטארן שטודירן און בעארבעטן געזעץ און די באריסטארן טראגן אריין די באשולדיגונגן אדער געזעצן פארשלאגעס אין געריכט. פארשטייט זיך אז די אויסשטעל פון דאס געריכט האט גענומען יארן און האט זיך געבויט אויף לעקציעס. יעדעס דורכפאל אדער פראבלעם האט געפירט צו א טויש אין די יוסטיץ סיסטעם. היינט איז די סיסטעם שוין סטאביל און ווערט מער נישט געטוישט.


פאליטישע פארטייען

די ערשטע צוויי קעגנזייטיגע פארטייען אין בריטען זענען געווען די "וויג" און די "טארי" וועלכע זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין אנפאנג 17'טן יאר-הונדערט. די וויגס זענען געווען שטארקע שטיצער פון די מאנארכיע און רעגירונג און די טאריס זענען געווען דערקעגן. די וויג פארטיי האט זיך שפעטער פאראייניגט מיט עטליכע אנדערע פארטייען און זיך אנגעהויבן רופן די ליבעראלע פארטיי. די טארי פארטיי האט זיך געטוישט איר נאמען צו די קאנסערוואטיווע פארטיי. אין די לעצטע הונדערט יאר איז אריינגעקומען די לעיבר פארטיי וועלכע האט זיך ארויפגעארבעט צו ווערן די אפאזיציע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי. די ליבעראלע פארטיי האט זיך דאן געטוישט איר נאמען צו ליבעראל דעמאקראט פארטיי און איז געווארן די דריטע גרעסטע פארטיי אין די יונייטעד קינגדאם. די גוטע עקענאמיע אין בריטען קומט זיך צו פארדאנקן די לעיבר פארטיי וועלכע האט געשוויצט אין די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלט קריג ברענגענדיג צענדליגער פראגראמען פאר ביזנעסער און איינוואוינער מיט וועלכע בריטען איז שטאלץ. אין 997' האט די לעיבר פארטיי געווינען די וואלן מיט א לענסלייד, נעמענדיג 418 פון די 659 זיצן אין פארלימענט. אין די לעצטע פעדעראלע וואלן (יוני 01' ) האט די לעיבר פארטיי (מיט טאני בלעיר אלס פרעמיער מיניסטער) אנגעהאלטן איר שטארקייט מיט 413 זיצן. אין בריטען ווערט א קאנדידאט ערוועלט אויב ער האט באקומען דאס מערסטע שטימען, אפילו אויב ער האט נישט באקומען 50 פראצענט פון די שטימען (ווי עס איז דער פאל אין אנדערע לענדער).


פארטיידיגונג

מיט הונדערט יאר צוריק האט בריטען געהאט די שטערקסטע מיליטערישע קראפט אין די וועלט, ספעציעל אויפ'ן וואסער. איר שטארקע מיליטער האט איר געהאלפן אכט געבן אויף איר פארברייטערע עמפייער. היינט איז זי מער נישט קיין אויסערגעווענליכע מיליטער, ספעציעל זינט די ענדע פון די קאלטע קריג. פארט איז בריטען היינט איינע פון די געציילטע לענדער וואס פארמאגן אפיציעל נוקלעארע וואפן. איר ארמיי, נעיווי, און עיר-פארס זענען טאקע ווייניגער אין צאל ווי אמאל אבער זענען גאר גוט טרענירט. זיי זענען פארנטווארטלעך צו היטן בריטען מיט אירע ארומיגע טעריטאריעס. דער פרעמיער מיניסטער איז פאראנטווארטלעך אויף די פארטיידיגונג פאליסי און ארבעט צוזאמען מיט די פילע קאבינעט, סעקרעטערי אף סטעיט פאר פארטיידיגונג, און די קאבינעט'ס פארטיידיגונג און איבער-וואסער פאליסי קאמיטעס. בריטען טוט אויך באשטייערן טרופן צו די יונייטעד נעשאנס אפעראציעס און האט שוין צוגעשטעלט מיליטער מערערע מאל. ווי אין באסניע, קיפראס, קואוועיט, און אנגאלא. בריטישע מיליטערישע אינסטרוקטארס זענען אקטיוו אין די גאנצע וועלט און טויזענטער מיליטערישע סטודענטן קומען קיין בריטען פאר מיליטערישע לעקציעס. בריטען האט נאך היינט גאריזאנס (גרופעס פון טרופן פאר עמטליכע ארדענונג אין פרעמדע לענדער) און אסאך טרענירונג גרופעס וועלכע טרענירן זיך אין געוויסע לענדער. די בריטישע מיליטער האט אמאל גענוצט איר מאכט אין צפון אירלאנד ארויסצוהעלפן די ארטיגע פאליציי וועלכע רופט זיך די ראיעל אלסטער קאנסטאבולארי. בריטען האט אויך ברייט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קריג און שפעטערדיגע סאנקציעס קעגן איראק אינעם פערסישן גאלף. אויך אין די איצטיגע קריג קעגן טעראריזם איז זי שטארק טעטיג צווייט נאך די פאראייניגטע שטאטן. בריטענ'ס פארטיידיגונגס בודזשעט האט די יאר באטראפן 23 ביליאן שטערלינג פונט. פון די געלט באקומט די ראיעל נעיווי 1.8 ביליאן פונט, די ארמיי באקומט 5.6 ביליאן פונט, די ראיעל עיר פארס 2.6 ביליאן פונט. דאס איבריגע גייט פאר פארשונג און פאר די דעפענס מיניסטעריום.


די ראיעל נעיווי

די ראיעל נעיווי האט געשפילט א וויכטיגע טייל אין די בריטישע היסטאריע און איז שוין אין קראפט באלד 1,300 יאר פון ווען דער קעניג אלפרעד דער גוטער ( אזוי האט מען אים גערופן) האט איר פארגעשטעלט צו באשיצן די בריטישע עמפייער קעגן די דאנס (מענטשן פון דענמארק). מיט 500 יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע ראיעל נעיווי וועלכע איז געווארן די שטערקסטע נעיווי אין די וועלט ביז אמעריקע האט איר איבערגעשטיגן נאך די צווייטע וועלט קריג. דער דעמאלטסדיגער קעניג הענרי דער זיבעטער האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט די ערשטע ים פלאטע וועלכע האט אנגעהויבן פאטראלירן די וואסערן ווייטער פון די ארומיגע בריטישע אינזלן. די ראיעל נעיווי איז היינט שטארק פארנומען צו היטן אירע ברעגעס און ארויסהעלפן נאטא'ס אפעראציעס אינעם ענגלישן קאנאל און אינעם פערסישן גאלף. די ראיעל נעיווי פארמאגט אויך עטליכע סובמארין פלאטעס, אריינגערעכנט נוקלעארע. אחוץ אלע שיפן און סובמארינען פארמאגט זי אן אינפאנטרי ארמיי, באקאנט אלס די ראיעל מארינס.


די בריטישע ארמיי

די ערשטע אפיציעלע בריטישע ארמיי איז אויפגעשטעלט געווארן פאר בערך 3 הונדערט יאר צוריק מיט עטליכע צענדליג טויזענטער סאלדאטן. היינט באשטייט די ארמיי פון אלע ערליי טרופן ווי: אינפאנטרי (פוס גייענדיגע טרופן), קאוואלרי (אמאל געווען די טרופן וואס האבן געריטן אויף פערד. היינט זענען זיי אין טאנקן אדער אנדערע באשוצטע טראקס), און עיר קארפס (די וואס דרייוון די העליקאפטערס). בריטען פארמאגט אויך א שיינע צאל פון ספעציעלע כוחות וועלכע קומען גוט צוניץ אין אפגאניסטאן אין די אנגייענדיגע קריג קעגן טעראריזם. אין די ארמיי איז פאראן עטליכע קליינע שטיצע גרופעס וואס זענען א טייל פון די ארמיי אבער זענען פארט נישט קייין סאלדאטן. דאס רעכנט אריין די ראיעל ארטילערי, די ראיעל ענדזשינירס, די ראיעל סיגנעלס (זענען געשטעלט פאר קאמיוניקאציע), די ראיעל אינטעליגענץ קארפס, די טעריטאריעל ארמיי (אויך באקאנט אלס די מיליטע אדער וואלונטיר פארס. ענליך צו די נעשאנעל גארד אין אמעריקע.


די ראיעל עיר פארס

די ראיעל עיר פארס (אר.עי.עף.) איז געגרינדעט געווארן אין 912' און האט דעמאלט געהייסן די ראיעל פלייאינג קארפס. אין 918' האט זי זיך געטוישט איר נאמען צו די ראיעל עיר פארס נאכדעם וואס זי האט זיך פאראייניגט מיט די ראיעל נעוועל עיר סערוויס. אין אלגעמיין האט די ראיעל עיר פארס נישט געהייסן די בעסטע אבער זי האט זיך באקאנט געמאכט נאכדעם וואס זי האט באזיגט די דייטשן ימ"ש אין די קריג פון בריטען (940'). א דאנק יענע געלונגענע אקציעס האט די בריטישע ארמיי געקענט צוריקהאלטן נאצי-דייטשלאנד פון איר אינוואדירן. שפעטער האט די ראיעל עיר פארס אנטייל גענומען אין די אליאירטע קאאליציע קעגן דייטשלאנד, נוצנדיג רוב פון איר עיר פארס פלאטע. די ראיעל עיר פארס פארמאגט היינט 40 סקוואדראנס (א צונאמען פאר עיר פארס יוניטס. צוויי אדער מער יוניטס פון א געוויסע סארט פליגער ווערט אנגערופן א סקוואדראן). די ראיעל עיר פארס האט גרייט 100 פליגער און 40 העליקאפטערס צו יעדע צייט פאר נאטא'ס אפעראציעס.


היסטאריע

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

זייט דעם 9טן יארהונדערט זענען געווען ענגלאנד און שאטלאנד צוויי באזונדערן נישט-אפהענגיג קעניגרייכן. די פרינציפאליטעט פון וויילז איז געווארן א טייל פון ענגלאנד אין 1284. אין 1707 זענען ענגלאנד און שאטלאנד, וואס האט אויף זיי געהערשט דער זעלבער קעניג, פאראייניגט געווארן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון בריטאניע. אין 1801 איז אירלאנד אריין אין דער מדינה, וואס הייסט דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון בריטאניע און אירלאנד. אין 1922 איז רוב פון אירלאנד געווארן א באזונדערע מדינה, איבעלאזנדיג 6 פראווינצן פון אולסטער צוזאמען מיט בריטאניע. די שטאַט האט אויפגענומען איר היינטיגן נאמען אין 1927.


בריטאניע'ס וויכטיגסטע יארן איז געווען אינעם 18טן יארהונדערט. אין די הונדערט יאר איז בריטאניע'ס געווארן "בריטען". די עקענאמיע, די איינוואוינער, די רעגירונג, די אויטאריטי אפטיילונג, די ענווייראמענט זענען אלע אוועקגעשטעלט געווארן אויף די פיס אין יענע יארן.

די בריטישע זענען געווען ספעציאליסטן אין נאכשפורן פאר עפעס פריש. זיי זענען ארומגעפארן אין דער גאנצער וועלט צו טרעפן פרישע אינזלן וואס האבן עפעס ווערד אין זיך און די רעגירונג האט אויף דעם איבערגענומען קאנטראל. מען שאצט אז די זוכענישן זענען אנגעגאנגן בערך הונדערט יאר אין וועלכע מען האט געפינען: די מזרח טייל פון קאנאדע (נאווא סקאשע און ניופאונדלענד) מיט אוצרות פיש, ניו ענגלאנד מיט גוטע האלץ פאר די נעיווי'ס געברויך, די דרום אמעריקאנער דערפלעך מיט טאבאקא, און באהאלטענע טיילן נעבן אינדיע פון וואו מען האט גענומען צוקער, אזיע אינזלן מיט קאווע, טיי, געווירצן (ספייסעס), און רייך קאלירטע באוול (קאטאן), און פון מערב אפריקע האט מען גענומען שווארצע שקלאפן וועלכע מען האט געליפערט קיין אמעריקע און די קאריביען אינזלן וואו מען האט זיי אפגעקויפט פאר גוט געלט.

אין יאר 789' האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין פראנקרייך קעגן די מאנארכיע און אסאך לענדער זענען געווארן פארמישט אין דעם קאנפליקט צוליב זייער אפאזיציע צו א מאנארכיע קראפט. עטליכע בריטישע פיליזאפן האבן אסאך גורם געווען צו דעם רעוואלוציע און בכלל האט פראנקרייך זיך שוין לאנג געוואלט אויסגעבן איר 500 יעריגע כעס אויף בריטען און האט געמאלדן מלחמה קעגן בריטען. די בריטישע מיליטער האט זיך שטארק פארלייגט צו באשיצן אירע קאלאניעס אין אלע וואסערן און געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט מיט איר אויסגעצייכנטע נעיווי. די קריג האט לאנג געדויערט (ארום 5 יאר) און די בריטישע האבן געמאכט גרויס פארשריט. נישט נאר וואס בריטען האט באשיצט אירע קאלאניעס, זי האט איינגענומען כמעט אלע פראנצויזישע קאלאניעס אלס נקמה. אין יאר 798' האט די בריטישע נעיווי געגעבן דעם לעצטן קלאפ פאר די פראנצויזישע ווען זיי האבן איינגענומען איינע פון פראנקרייך'ס גרעסטע קאלאניעס (טראלפאגער) און עטליכע גאר הויכע פראנצויזישע גענעראלן האבן זיך אונטערגעגעבן. די טראלפאגער זיג איז באצייכנט געווארן אין די ביכער אלס בריטען'ס גרעסטע נעיווי זיג.

די גוטע יארן אין בריטען איז שטארק פארמינערט געווארן ווען עס האט אויסגעבראכן איינע פון די שווערסטע מלחמות פאר בריטען – די ערשטע וועלט קריג. די גלוסט פאר מאכט אין אייראפע האט צוטיילט אייראפע אין גרופעס אין וועלכע בריטען, פראנקרייך, און רוסלאנד האבן געעפענט א קאאליציע קעגן דייטשלאנד וועלכע האט זיך אנגעהויבן אויפבויען מיט די הילף פון עסטרייך-אונגארן און איטאליע. די קריג האט אויסגעבראכן זייער פלוצלינג ווען א סערבישער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם יורש פון די עסטרייך-אונגארן טראן. סערביע האט דאס געטאן זיך צו באפרייען פון איר שווערן און מאכטפולן שכן עסטרייך-אונגארן און געוואונען זעלבסטשטענדיקייט.

בריטען האט אין די יארן פון די ערשטע וועלט קריג אויסגעפינען אסאך מיליטערישע געצייג זיך קעגנצושטעלן די דייטשע נארוואס פאבריצירטע "יו. באוטס" וועלכע זענען געווען פאקטישע סובמארינען וועלכע האבן געזינקן צענדליגער בריטישע שיפן. רוב בריטישע צווישן 18 און 40 יאר אלט האבן זיך באטייליגט אין די מיליטער און זייערע פרויען האבן איבערגענומען זייערע ביזנעסער. די ערשטע וועלט קריג האט געקאסט פאר בריטען 3 מיליאן נפשות.

בריטען איז אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט קריג נאך אלץ באצייכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע לענדער אין די וועלט און איז געווען א טייל אין די אזוי גערופענע "ליג אף נעישאנס" וועלכע איז געגרינדעט געווארן נאך די ערטשע וועלט קריג צו העלפן אויסגלייכן אינטערנאציאנאלע קאנפליקטן מיט פרידן.

די ערשטע יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז געווען פון די ערגסטע יארן אין די בריטישע היסטאריע. די עקענאמיע איז געווען אין תהום, טויזענטער מענטשן האבן נישט געהאט קיין דאך איבער'ן קאפ צוליב די צענדליגער טויזענטער הייזער וואס זענען חרוב געווארן פון די באמבארדירונגען, ווער רעדט נאך פון ארבעט.

אין 1973 איז בריטאניע געווארן א מיטגליד אין דעם אייראפעישער פארבאנד.

אין 1996 איז בלעיר געווארן דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין די בריטישע היסטאריע. בלעיר האט זיך באלד גענומען צו די טראדיציאנאלע לעיבאר פאליסיס, ווי סאציאלע סערוויסעס און האנדל. ער האט אויך געשענקט מער מאכט פאר שאטלאנד און וועילס, געבנדיג זיי מער קאנטראל און פאליטישע זעלבסשטענדיקייט. בלעיר איז פון אנהויב אוועקגעשטאנען פון די אייראפעאישע קאמיוניטי וואס האט שפעטער געפירט צו די איירא וואלוטע סיסטעם, באצייכנענדיג בריטען אלס א רייך לאנד וואס ברויך נישט די איירא. בלעיר האט אויך אין א ספעציעלן אקט עלעמינירט כמעט אלע 750 מיטגלידער (אחוץ 92) פון די הויז אף לארד, אלס א שריט צו מאדערניזירן די רעגירונג.

אידן אין בריטען (היסטאריע)

בריטענ'ס ערשטע אידן זענען געקומען פון צפון פראנקרייך אזוי פרי ווי אין 006' נאכדעם וואס פראנקרייך האט אונטערגענומען עטליכע נייע האנדל פאליסיס און האט געשטופט אסאך רייכע ביזנעס לייט, צווישן דעם צענדליגער אידן, זיי זאלן זיך אריבערציען קיין ענגלאנד צו אויסברייטערן זייערע ביזנעסער און אזוי ארום פארברייטערן דאס האנדל צווישן ענגלאנד און פראנקרייך. די ביסל אידן האבן זיך נישט שטארק געמערט און האבן געהאט שוועריקייטן מיט זייערע שכנים וועלכע האבן זיי נישט געוואלט אנארקענען און האבן זיי אויסגעטיילט נישט ווייניג צרות. אין א משך פון צוויי הונדערט יאר איז די אידישע באפעלקערונג געוואקסן צו נישט מער ווי 4,000. מערערע אומפארצייכנטע בלוט בלבולים זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף די אידישע איינוואוינער ביז אין 290' ווען דער דעמאלטדיגער קעניג עדווערד דער ערשטער האט זיך געלאזט איבעררעדן און פארטריבן די גאנצע אידישע באפעלקערונג. פאר א לאנגע צייט ווייסט מען נישט פון קיין שום איד וואס האט געוואוינט אין בריטען ביז פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק ווען מאסן אידישע פאמיליעס האבן זיך אריבערגעצויגן קיין בריטען פון פראנקרייך, שפאניע, און פארטוגאל. די אידן האבן אין אנפאנג געהאט היבש שווערע צייטן ביז די צייטן פון די אינערליכע געפעכטן צווישן די מאנארכיע און די פארלאמענט האט אויפגעפלאמט צו א קריג און די פארלאמענט האט איבערגענומען דאס פירערשאפט מיט אליוויר קראמוועל אלס פרעמיער מיניסטער. קראמוועל האט געגעבן די אידישע געמיינדע אפיציעלע אנארקענונג און אלע רעכטן. די ערשטע אידישע קהלות אין בריטען זענען געווען ספרדים וועלכע זענען געקומען פון האלאנד. אביסל אשכנזים זענען אויך געקומען פון דייטשלאנד אבער זענען געווען קלענערע גרופעס. אינעם 18'טן יאר-הונדערט האבן אנגעהויבן שטראמען אשכנז'ישע אידן פון גאנץ אייראפע. די אשכנזים און ספרדים האבן אין יענע יארן צוזאמען אויפגעשטעלט אן אפיציעלע אידישע באורד אין די רעגירונג וועלכע האט זיך גערופן די "באורד אף דעפיוטיס אף בריטיש דזשאוס". דער ערשטער אידישער פאליטישן אין בריטען איז געווען ליאנעל די ראטשילד וועלכער האט געוואונען א זיץ אין די הויז אף קאמאנס נאכדעם וואס ער האט אסאך צוגעהאלפן צו די אינדוסטריעל דעוועלאפמענט. די גרעסטע אידישע אימיגראציע קיין בריטען איז געווען צווישן די יארן פון 881' און 914'. מען שאצט אז די אידישע באפעלקערונג איז געשטיגן אין די עטליכע יאר פון 65,000 צו 300,000. אלע אידישע אימיגראנטן האבן געפינען היימען אין די אינערליכע שטעט ווי גלעסגאו, ליעדס, ליווערפול, מאנטשעסטער, און לאנדאן. דאס גרינדונג פון ציוניזם האט אין די צייטן בעפאר די וועלט קריג געברענגט נאך טויזענטער אידן קיין בריטען פון ווי מען האט פלאנירט און עווענטועל זיך געלאזט צו די פאלעסטינער שטחים און אויפגעשטעלט די אזוי גערופענע אידישע מדינה (ליידער). עס וואוינען היינט צו טאג אין בריטען א געשאצטע 400,000 אידן פון דעם א שיינע צאל שותמ"צ. די אידן וואוינען אין כמעט אלע שטעט אין ענגלאנד און אויך אין סקאטלענד, וועילס, און צפון אירלאנד. עס זענען אויך פאראן אידן אויף די ארומיגע בריטישע איסלעס, רוב פון זיי אויף די טשאנעל אינזלן וועלכע זענען נאנט צו ענגלאנד.


  1. Z/Yen Limited (November 2005). The Competitive Position of London as a Global Financial Centre (PDF). CityOfLondon.gov.uk. דערגרייכט דעם 2006-09-17.
  2. Sassen, Saskia (2001). The Global City: New York, London, Tokyo, 2nd edition, Princeton University Press. ISBN 0-691-07063-6. 
  3. Report for Selected Countries and Subjects. International Monetary Fund (‏2005). דערגרייכט דעם 2006-05-15.