אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פעדער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: א '''פעדער''' איז א שרייבן אינסטרומענט וועלכע לייגט טינט אויף אן אויבערפלאך, געווענליך א [[פאפיר...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 02:58, 15 אויגוסט 2007

א פעדער איז א שרייבן אינסטרומענט וועלכע לייגט טינט אויף אן אויבערפלאך, געווענליך א פאפיר.


היסטאריע

שרייבן גייט צוריק צו די עגיפטישע וועלכע האבן געשניצטע שטיקער האלץ צו שרייבן דורך איינטינקן אין טינט און דעס אפעלירן אויף שטיינער און שפעטער אויסגעארבעטע פארמעט. די וועלט האט אזוי געשריבן ביז אין דעם מיטל אלטער ווען מען האט אנגעהויבן נוצן א ריכטיגע פעדער (געווענליך פון פייגל) וועלכע איז שפיציג און הויל און האט געהאלטן די טינט פאר א לענגערע צייט. שפעטער האט מען אויך גענוצט פארשידענע ערליי פעדער געמאכט פון אייזן וועלכע האט געהאט פארשידענע קונצן וויאזוי צו האלטן די טינט אינעווייניג ווי לענגער.

אין די ערשטע העלפט פונע'ם 19'טן יאר-הונדערט איז אויסגעטראפן געווארן די פאונטען פעדער דורך א רומענישער וועלכער האט שטודירט אין פאריז, פראנקרייך. די פראנצויזישע רעגירונג האט געלייגט א פאטענט דערויף און די פעדער איז פארשפרייט געווארן איבער די גאנצע וועלט ביז עס איז פארבעסערט געווארן דורך אן אינשורענס בראוקער אין ניו יארק סיטי אין 1884. די פאונטען פעדער ווערט נאך גענוצט היינט צו טאג און מען קען עס באקומען אין די געשעפטן.

אין 1888 איז אויסגעטראפן געווארן די באול-פאוינט פעדער דורך אן אונגארישער צייטונג עדיטאר מיט די הילף פון זיין ברודער א כעמיסט. די באול-פאוינט פעדער איז געווארן די וועלט'ס פעדער ביז'ן היינטיגן טאג.