אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דייטשלאנד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רובוט מוסיף: ay, lij, tk משנה: ang
מ רובוט מוסיף: wuu:德国
שורה 527: שורה 527:
[[war:Alemanya]]
[[war:Alemanya]]
[[wo:Almaañ]]
[[wo:Almaañ]]
[[wuu:德国]]
[[xh:IJamani]]
[[xh:IJamani]]
[[yo:Jẹ́rmánì]]
[[yo:Jẹ́rmánì]]

רעוויזיע ביי 23:08, 6 אויגוסט 2007

דײַטשלאַנד
טעקע:Germany coa.png

דײַטשלאַנד (דײַטש: Deutschland דױטשלאַנד) איז א פעדעראלע רעפובליק אין צענטראל אייראפע. דאס לאנד איז צוזאמענגעשטעלט פון 16 גרויסע שטעט וועלכע מאכן איר איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין די וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל זי איז ערשט געווארן אן אפיציעלע לאנד אין 871'. בעפאר דעם איז עס געווען צוטיילט צו קלענערע שטילע מוניציפאליטיס. דייטשלאנד איז די 7'טע גרעסטע לאנד אין אייראפע אין שטח. זי האט א סך הכל שטח פון 137,827 סקווער מייל (356,970 סקווער קילאמעטער). דאס לאנד פארמאגט באלד 82.5 מיליאן איינוואוינער. בערלין איז די קאפיטאל און די גרעסטע שטאט, כאטש באן, וועלכע איז אמאל געווען די קאפיטאל פון מערב דייטשלאנד, פארמאגט נאך אלץ א טייל פון די רעגירונג'ס אפיסעס. די פרינציפאלע שפראך איז דייטש און די מענטשן זענען קאטוילישע אדער פראטעסטאנט גלויביגע. דייטשלאנד האט א גרויסע און מאדערנע אינדוסטריאלע עקענאמיע און איז א פירער אין פראדוקציע פון אייזן, שווערע מאשינערי און מאשינערי געצייג און אויטאס. דייטשלאנד איז די צווייטע גרעסטע קראפטהויז אין די אייראפעאישע פאראיין (אי-יו) נאך די יונייטעד קינגדאם. וויבאלד דייטשלאנד געפינט זיך אין צענטראל אייראפע איז זי א דורכגאנג פאר יעדער וואס געפינט זיך אין אייראפע. דורכאויס די היסטאריע האבן זיך פארשידענע גרופעס פאראייניגט אין די מוניציפאליטיס וועלכע זענען היינט דייטשלאנד. מיט די יארן האבן זיי געגרינדעט אן ארמיי און אנגעהויבן אויפשטעלן א לאנד. רוב טיילן פון דייטשלאנד האבן דעמאלט באלאנגט פאר פראנקרייך וועלכע האט געשטיצט דער פלאן און די שטעט האבן זיך פאראייניגט צו איין גרויסע פאראיין וועלכע איז געפירט געווארן אונטער פרייסן. אין 871' זענען די שטעט אונטער די פאראיין געווארן זעלבסשטענדיג מיט די גרינדונג פון דייטשלאנד. אין די אנפאנג 900' יארן איז דייטשלאנד'ס עקענאמיע שטארק געוואקסן און אירע פירער האבן געוואלט מער דאמינאץ אין אייראפע, פירנדיג דאס לאנד צו די ערשטע וועלט קריג. דייטשלאנד איז שטארק באזיגט געווארן אין 918' וועלכע האט איבערגעלאזט א פאליטישע און עקענאמישע כאאס אין לאנד. אן אולטראנאציאנאליזם רעאקציע האט געגעבן קראפט פאר די נארוואס אויפגעקומענע נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי (נאצי) וועלכע האט געווינען די מאכט אין 930' מיט דעם ארכי מערדער אדאלף היטלער (ימ"ש) אלס פירער. היטלער האט אויפגעבויט א מעכטיגע ארמיי, טראץ די סאנקציעס וואס האט געהאנגן אויף דייטשלאנד, און אריינגעפירט די וועלט אין די צווייטע וועלט קריג, 9 יאר שפעטער פון ווען ער איז געקומען צום מאכט. אין 945' האבן די אליאירטע כוחות פון בריטען, פראנקרייך, די פאראייניגטע שטאטן, און די יו-עס-עס-אר באזיגט דייטשלאנד און צוטיילט דאס לאנד צו 4 זאנעס פון אקופאציע. ווען די קריג צייטן אליאנץ פון די מערב לענדער און די סאוויעט יוניאן האט זיך אפגעהאקט אין די 940'ס איז די סאוויעט זאנע פון מזרח דייטשלאנד געווארן קאמוניסטיש און באקאנט געווארן אלס די דעמאקראטיק רעפובליק (דזשי-די-אר). די אנדערע דריי מערב אקופירטע זאנעס האבן אין קאנטראסט זיך פאראייניגט אלס די פעדעראלע רעפובליק אוו דייטשלאנד (עף-אר-דזשי). די צוויי זייטן זענען שפעטער באקאנט געווארן אלס מזרח און מערב דייטשלאנד. די הויפט שטאט בערלין איז אויך צוטיילט געווארן צווישן די מערב און מזרח קראפטן, כאטש וואס זי געפינט זיך טיף אין מזרח דייטשלאנד. די איינוואוינער פון מזרח דייטשלאנד זענען געווען אומצופרידן פון די קאמוניסטישע אקופאציע און האבן אין ריזיגע גרופעס אנטלאפן צום מזרח זייט. זעענדיג אז זי בלייבט באלד אן א פאלק, האט מזרח דייטשלאנד אויפגעבויט די היסטארישע בערלין וואנט אין 961', אפצוטיילן און איינשטעלן גרעניץ קאנטראל צווישן די צוויי זאנעס אז מער מזרח איינוואוינער זאלן נישט קענען אנטלויפן צו די דעמאקראטישע מערב טייל. אין 989' ווען די קאמוניסטישע ראלע אין אייראפע איז צוזאמענגעפאלן האט מען אראפגעברענגט די בערלין וואנט און מען האט אנגעהויבן צוריק פאראייניגן די צוויי זאנעס. אין 990' איז מזרח דייטשלאנד אפיציעל צוריק פאראייניגט געווארן מיט מערב דייטשלאנד אונטער די פירערשאפט פון די מערב זייט אלס די פעדעראלע רעפובליק אוו דייטשלאנד. טראץ איר צופרידנהייט פון די פאראייניגונג האט אבער דאס לאנד געליטן פון סאציאלע און עקענאמישע פראבלעמען ווען זי האט פרובירט איינצוזאפן מיליאנען נייע סיטיזענס, אויסמישנדיג צוויי אנדערע קולטורס און אינסטיטוציעס.


לאנד און אוצרות

דייטשלאנד איז די 7'טע גרעסטע לאנד אין אייראפע נאך די אייראפעאישע רוסלאנד (די טייל פון רוסלאנד נאך די ארעל בערג), פראנקרייך און שפאניע. אויף איר צפון זייט האט זי די צפון ים, דענמארק און די בעלטיק ים. אויף מזרח גרעניצט זי זיך מיט פוילן און די טשעך רעפובליק (טשעכיי). אויף מערב מיט פראנקרייך, לוקסעמבורג, בעלגיע, און די נעדערלענדס (האלאנד). אויף דרום מיט עסטרייך און שווייץ. דייטשלאנד מעסט זיך 500 מייל (800 קילאמעטער) פון דרום צו צפון און 400 מייל (600 קילאמעטער) פון מזרח צו מערב. דייטשלאנד איז איינגעטיילט צו דריי הויפט נאטורליכע ראיאנען: א נידעריג לאנד זאנע אין צפון, העכער לאנד זאנע אין צענטער, און א בערגיקע זאנע אין דרום. רוב פון דייטשלאנד'ס טעריטאריע איז הויך און איר נידעריגסטע ארט איז די זעלבע הייך ווי די ים שטאפל. די נידעריגע טיילן זענען טאקע ביי רוב ים ברעגעס ארום דאס לאנד. טראץ וואס דאס לאנד איז הויך פארמאגט זי אבער נישט קיין עכט הויכע ערטער. איר העכסטע ארט איז זאגספייץ וועלכע איז נישט מער ווי 9,718 פיס (2,962 מעטער) הויך. דייטשלאנד האט צוויי גרויסע וועלדער: די שווארצע וואלד אין דרום-מערב און די בוהאמיען אין מזרח. דייטשלאנד פארמאגט אסאך טייכן און קאנאלן וועלכע האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין איר דעוועלאפמענט. די באקאנסטע טייך איז דער ראין טייך וועלכע ציט זיך פון שווייץ ביז טיף אין מערב און פון האלאנד ביז אריין אין די צפון ים. דער ראין טייך צוזאמען מיט די מעין, מאסול, נעקאר, און רואר טייכן זענען הויפט וואסער וועגן פאר אייראפע און ווערן גענוצט פאר אלע פראכט טראנספארט אין צענטראל אייראפע. דייטשלאנד איז אמאל געווען א פארשטופט ארט צווישן געדיכטע וועלדער. מיט די יארן איז עס אויסגעקלארט געווארן פאר אינדוסטריאלע געברויכן. רוב פון די וועלדער וואס איז נאך פאראן אין לאנד זענען הילצערנע ביימער וועלכע וואלטן געקענט ארויסגעבן גוטע קוואליטעט פון האלץ אבער די רעגירונג גיט זייער אכטונג אויף דעם און ערלויבט נישט צו שניידן גארנישט. דאס זעלבע איז מיט חיות און בהמות וועלכע איז אויך פאראן ווייניג. א לייסענס צו קענען פאנגן איז עקסטרעם טייער און ווייניג מענטשן ערלויבן זיך דאס. אפילו די וואס האבן לייסענס זענען זייער באגרעניצט און מעגן נאר פאנגן הערשן און ענליכע חיות פון וועלכע עס איז פאראן גענוג. א שטארקע סיבה צו דייטשלאנד'ס הצלחה אין איר אינדוסטריאלע עקענאמיע איז ווייל דאס לאנד איז פיל מיט קוילן און אייזן און זיי געפינען זיך איינע נעבן די אנדערע אין רוב פעלער. דאס איז א געבענטשטע זאך פאר א לאנד ווייל די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, קוילן פאר ענערגיע צו אויסגראבן און בעארבעטען די אייזן. מיט הונדערט יאר צוריק ווען טראנספארטאציע איז נאך נישט געווען אזוי שנעל האט דאס אויך אסאך אויסגעמאכט ווייל טראנספארטאציע האלט אפ די פארשריט פון פראדוקציע. דייטשלאנד'ס עקענאמיע האט זיך אויפגעבויט אינעם 19'טן יאר-הונדערט מיט די פראדוקציע פון אייזן און מיט די יארן מיט אלע ערליי מאשינערי וואס ווערן געמאכט פון אייזן.


קלימאט און ענווייראמענטאלע אישוס

דייטשלאנד האט א נארמאלע קלימאט מיט קאלטע ווינטערס און ווארימע זומערס. די געגענטער ארום דעם ריאן טייך איז ווארימער צוליב די ווארימע שטראם וואס וועפט אויס פון טייך. אין דרום וואו עס איז מער בערגיק איז פיל קעלטער, ספעציעל אויף די אלפען בערג וואו עס איז פאראן שניי רוב טייל פון יאר. דייטשלאנד איז אראפגעשטעלט צווישן אנדערע אינדוסטריאלע לענדער וועלכע'ס פאלוציע קומט אריין קיין דייטשלאנד דורך די ווינט און רעגן און דורך די וואסערן. אויך יעדע זומער קומט אריין א שטארקע פאלוציע דורך די מיליאנען אויטאמאבילן וועלכע פארן אדורך צו אלע ארומיגע לענדער וויבאלד דייטשלאנד איז אין צענטער פון אייראפע. אפילו אן די אלע זאכן איז זי זייער אן אנגעשטעקטע לאנד צוליב איר מאסיווע אינדוסטריאלע פראדוקציע און גרויסע צאל אויטאמאבילן. אחוץ די אלע זאכן האט דייטשלאנד א שווערע פראבלעם וואס צו טאן מיט אירע מיסט ווייל איר טעריטאריע און וואסערן זענען באגרעניצט און זענען צו ווייניג פאר די אפפאל פון אזא ריזיגע פראדוקציע. די דייטשע רעגירונג פלאגט זיך שטארק מיט דעם פראבלעם אבער מיט דער צייט וועט עס נאר ערגער און ערגער ווייל די אלע אפפאל פארפעסטעט די לופט נאך מער. דייטשלאנד האט אויך אסאך געליטן פון די טשערנאביל אויפרייס אין די סאוויעט יוניאן ווען נוקלעארע שטראלן האבן דעגרייכט אירע האפענס. אין די יארן נאך די צווייטע וועלט קריג איז די פאלוציע פיל ערגער געווארן אין מזרח דייטשלאנד ווייל די ארטיגע קאמוניסטישע פירערשאפט האט גאנץ ווייניג אינטערעסירט די ענווייראמענט און די וואוילזיין פון אירע איינוואוינער. מען האט אין יענע יארן אנגעהויבן מאכן כעמיקאלן וועלכע פארלאנגן ספעצילע רעגולאציעס עס זאל נישט ארויסלאזן צופיל שעדליכע אפפאל. ווי געזאגט האט די קאמוניסטישע פירערשאפט דאס נישט אינטערעסירט און עס האט מיט די יארן געברענגט אן ערנסטע געזונטהייט פראבלעם ווען טייל מענטשן האבן אנגעהויבן צו ליידן פון רעספירעטארי (לונגן און אטעמען סיסטעם) דעזיזעס. די מערב דייטשלאנד רעגירונג האט פארפירט און געבעטן די מזרח רעגירונג צו טאן עפעס דערוועגן אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן. נאך די סאוויעט צוזאמענפאל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד זענען צוריק פאראייניגט געווארן האט די רעגירונג אויסגעגעבן א וועלט מיט געלט צו רייניגן די לופט אין די מזרח שטעט. דייטשלאנד האט די אלע יארן זינט איר גרינדונג געהאט די ענווייראמענט אלס איינע פון אירע ערשטע פריאריטיס. במשך די יארן האט זי דעוועלאפט פארשידענע מאסנאמען צו קאנטראלירן די ענווייראמענט, אנגעהויבן פון די פראדוקציע פון עסן ביז די פראדוקציע פון אויטאס. די איינוואוינער פון דייטשלאנד זענען שטענדיג געווען באזארגט איבער די ענווייראמענטאלע מצב אין לאנד און האבן דאס שטענדיג געמאכט אלס א פאליטישע אישו צו וועלכע די פאליטישאנ'ס האבן געמוזט צוזאגן צו טאן עפעס. אין די 970'ס האט זיך געגרינדעט די גרינע פארטיי וועמענ'ס איינציגסטע ציל און הויפט אישו איז געווען די ענווייראמענט. די אנדערע צוויי פאליטישע פארטייען האבן שטענדיג געמוזט פארשפרעכן נייע מאסנאמען, אויס מורא פאר די גרינע פארטיי וועלכע האט געהאט אסאך שטיצע אין לאנד. צוליב איר זארג פאר די ענווייראמענט האט זיך במשך די לעצטע 50 יאר דעוועלאפט א שטארקע אזויגערופענע "עקאו אינדוסטרי" וועלכע האט זיך אפגעגעבן צו פראדוצירן און אויסטרעפן פארשידענע דיווייסעס וועלכע רייניגן און פארמינערן די אנגעשטעקטקייט אין די לופט. די אינדוסטרי האט געברענגט אסאך נייע דזשאבס און האט אויפגעטאן זייער אסאך. די דייטשע רעגירונג האט זיך שטענדיג פארבינדן אין אלע אינטערנאציאנאלע ענווייראמענטאלע אגרימענטס וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך די מאדערניזירטע וועלט.


מענטשן

אזויווי אין אלע מאדרניזירטע לענדער איז דייטשלאנד'ס באפעלקערונג געווארן עלטער אין די 90'ער יארן. דאס איז א רעזולטאט פון נידעריגערע געבורטס ראטעס און דאס איינשרינקן פון די פאמיליעס. אין די 20'ער יארן פלעגן זיין ריזיגע פאמיליעס פון 5 ביז 10 קינדער אבער היינט שטייט עס ביי 3.5 מענטשן פער פאמיליע דורכשניטלעך. אין צוגאב פארמערט זיך שטארק די איין עלטערן פאמיליעס און איין פערזאן הויזגעזונד. א גרויסע צאל פון די דייטשע באפעלקערונג וואוינט אין אורבאן שטעט. א צענזוס פון 994' האט געוויזן אז 39 דייטשע שטעט האבן געהאט איבער 200,000 מענטשן און 12 פון אירע מעטראפאלעסיס האבן געהאט מער ווי 500,000 איינוואוינער. דריי פון דייטשלאנד'ס פעדעראלע שטעט זענען סיטי-סטעיטס: בערלין, ברעמען, און האמבורג. בערלין איז די קאפיטאל און די גרעסטע שטאט. דייטשלאנד'ס באפעלקערונג געדיכטקייט איז דאס מערסטע אין צפון-מערב וואו עס געפינען זיך די אלטע שטעט מיט שווערע אינדוסטריאלע פראדוקציע. די ווייניגסטע געדיכטע ערטער איז אין מזרח וואו עס איז פאראן ווייניגער ביזנעס און איז בכלל געווארן אויסגעליידיגט במשך די יארן ווען די קאמוניסטן האבן איר געהאט אין קאנטראל.


עטנישע גרופעס און אימיגראציע

דייטשלאנד האט ווייניג פרעמדע אין לאנד. די ביסל עטנישע גרופעס וואס זי האט זענען די ווענד'ס און דאנ'ס וועלכע מאכן אויס גאר קליינע פראצענטן אין לאנד. אויסער די עטנישע גרופעס זענען פאראן א שיינע צאל אויסערן איינוואוינער וועלכע מאכן אויס 9 פראצענט פון די באפעלקערונג. די גרעסטע אזא גרופע איז די טערקישע אבער עס איז אויך פאראן דארט א צאל מזרח אייראפעאישע פליטים און אויך אימיגראנטן פון לענדער אין די אייראפעאישע פאראיין, ווי איטאליע, שפאניע, און גריכישע. אלס א רעזולטאט פון באזיגט ווערן אין ביידע וועלט מלחמות, האט דייטשלאנד פארלוירן אסאך גרויסע לאנד טעריטאריעס. נאך די צווייטע וועלט קריג זענען מיליאנען עטנישע אנטלאפן פון דייטשלאנד צוליב די חורבן וואס האט דארט געהערשט. פון אייראפע בכלל זענען אסאך עטנישע אנטלאפן צוליב די קריג אבער פון דיישטלאנד איז די צאל געווען דאס מערסטע מיט איבער 9 מיליאן מענטשן וואס האבן פשוט איבערגעלאזט דייטשלאנד און זיך געגאנגען זוכן אן אנדער לאנד וואו צו וואוינען. נאך 3 מיליאן זענען אנטלאפן פון אונגארן, יוגאסלאוויע, רומעניע, און נאך קלענערע לענדער. א גרויסע טייל פון די אנטלאפענע זענען ערשט אנטלאפן פון מזרח דייטשלאנד אבער זענען שפעטער צוריקגעקומען צו די מערב טייל פון לאנד וואו עס האט געהערשט א דעמאקראטישע רעגירונג. א שטארקע אימיגראציע באוועגונג איז פארגעקומען אין די די 950'ס ווען מערב דייטשלאנד'ס עקענאמיע האט געבליעט מיט א שנעלן טעמפא און עס איז פשוט געווען א מאנגל פון מענטשן אין די ארבעט'ס קראפט. די דייטשע רעגירונג האט דעמאלט איינגעלאדענט א גרויסע צאל ארבייטער פון אירע ארומיגע שכינים צו קומען ארבעטן אין דייטשלאנד פאר א געוויסע צייט ביז ווילאנג די באפעלקערונג און לעיבאר וועט זיך אויסגלייכן (מען מוז דא באמערקן אז דייטשלאנד האט פארלוירן אין די צווייטע וועלט קריג איבער 2 מיליאן מענטשן וואס פון דעם איז די גרעסטע טייל געווען מענער אין די בעסטע ארבעט'ס יארן וועלכע האבן געדינט אין די מיליטער). אין די אנפאנג 970' יארן איז די עקענאמיע אפגעשוואכט געווארן און די רעגירונג האט געזוכט פטור צו ווערן פון די טויזענטער פרעמדע ארבייטער און אויסגערופן אז זייער טערמין האט זיך געענדיגט און זיי מוזן פארלאזן דאס לאנד און זיך צוריקקערן צו זייערע לענדער. עס האט ווייניג געהאלפן ווייל א גרויסע טייל פון די ארבייטער האבן במשך די יארן אריבערגעברענגט זייערע פאמיליעס צו געניסן פון דייטשלאנד'ס וואוינונג סטאנדארטן און אירע וועלפעיר בענעפיטן. דורכאויס די 80'ער און 90'ער יארן זענען אסאך אימיגראנטן אנגעקומען קיין דייטשלאנד פון די אייראפעאישע קאמוניסטישע לענדער. מענטשן פון קאזאקהסטאן, אוקריינע, רוסלאנד, און רומעניע האבן געמאכט פליטה פון זייערע קאמוניסטישע רעגירונגן און זיך באזעצט אין דייטשלאנד וואו זיי האבן באקומען באלדיגע סיטיזענשיפ, לויט'ן דייטשן געזעץ, אפילו אויב זיי האבן נישט געקענט די דייטשע שפראך. אויך פון אנדערע פלעצער איז מען טיילמאל געקומען קיין דייטשלאנד, לויט'ן דייטשן געזעץ אז קרבנות פון פאליטישע פארפאלגונגן מעגן אריינגענומען ווערן אין לאנד. דורכאויס די 80'ער יארן זענען הונדערטער טויזענטער פאליטישע געליטענע פון סרי לאנקא, לבנון, מערב אפריקע, און נאך קלענערע לענדער אנגעקומען קיין דייטשלאנד צו געניסן אזיל רעכט. די דייטשע איינוואוינער האט נישט צו שטארק געפאלן די אימיגראנטן און האבן געקעמפט קעגן זייערע רעכטן וועלכע איז מיט זייער כוח פארמינערט געווארן כאטש זיי האבן באקומען אפיציעלע סיטיזענשיפ. די אזיל רעכט אימיגראנטן האבן באקומען נאך ווייניגער רעכטן און אין די לעצטע 15 יאר האבן צוויי דריטל פון זיי אפגעטראגן פון דייטשלאנד.


שפראך און רעליגיע

די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון דייטשלאנד איז דייטש, א אינדו אייראפעאישע שפראך. די דייטשע שפראך האט צוויי אפיציעלע ווערסיעס, א הויכע שפראך און א ביליגערע. די ביליגערע שפראך ווערט גערעדט צווישן די מענטשן אויף די גאסן און די העכערע שפראך ווערט גענוצט דורך פראפעסיאנאלע מענטשן ביי רעדעס אדער אין געשריבענע דאקומענטן. די צוויי שפראך ווערסיעס זענען שטארק אנדערש איינע פון די אנדערע. ווען איינער לערנט זיך דייטש וועט ער אויסגעלערנט ווערן די הויכע שפראך וועלכע ווערט גענוצט אין אלע ביכער, דאקומענטן, און רעדעס. די וואס קענען נאר די ביליגערע שפראך וועלן געווענליך שנעל אויפכאפן און פארשטיין די הויכע שפראך. אבער פארקערט גייט עס נישט. אסאך מענטשן פון פרעמדע לענדער וועלכע האבן זיך אויסגעלערנט די דייטשע שפראך זענען איבערראשט געווארן ווען זיי האבן נישט פארשטאנען קיין איין ווארט וואס די מענטשן אויפ'ן גאס רעדן. די דייטשע שפראך איז נישט אזא אלטע שפראך און איז לכאורה געגרינדעט געווארן אינגאנצן עפעס מער ווי טויזענט יאר צוריק. אסאך טיילן פון די דייטשע שפראך איז בעפאר געווען זייער אויפגעכאפט אין גאנץ אייראפע און איז באקאנט געווען אלס די אינדו אייראפעאישע שפראך. די אידישע שפראך איז אויך געבויט אויף די אינדו אייראפעאישע שפראך און א טייל היסטאריקער האלטן אז אידיש איז גאר געגרינדעט געווארן אסאך יארן בעפאר דייטש. די דייטשע שפראך איז שטארק אויפגעכאפט און צעשפרייט אין גאנצן לאנד. אפילו די אימיגראנטן און עטנישע גרופעס רעדן א גוטע דייטש. נאך אלץ זענען פאראן אסאך פון די גרופעס וועלכע רעדן זייערע אייגענע שפראכן. די איינוואוינער פון אויסערן לענדער רעדן אויך זייערע אייגענע שפראכן. דאס מערסט געהערטע פרעמדע שפראכן אין דייטשלאנד זענען: טערקיש, גריכיש, איטאליעניש, היספאניש, און סערבא-קראעטיען. אלנפאלס, לערנען אלע שטאטישע שולעס נאר די אפיציעלע דייטשע שפראך. עס ווערט געשאצט אז ארום 71 מיליאן דייטשע איינוואוינער רעדן דייטש אלס זייער מאמע לשון, דאס איז איינע פון די גרעסטע ציפערן אין א מאדערניזירטע לאנד. אויסער די גרעניצן פון דייטשלאנד זענען פאראן ארום 10 מיליאן מענטשן וואס רעדן דייטש איבער די וועלט. אוסטראליע האט ארום 7 מיליאן דייטשע רעדנדיגע, שווייץ האט 3.5 מיליאן דייטשע רעדנדיגע און לוקעמסבורג ארום 300,000. עס איז פאראן נאך א געוואלד מיט דייטשע רעדנדיגע איבער אייראפע וועלכע זענען אנטלאפן פון דייטשלאנד דורכאויס און נאך די צווייטע וועלט קריג. אין אמעריקע איז פאראן א גרויסע גרופע פון דייטשע רעדנדיגע אין פענסעלוועניע. די גרופע ווערט אנגערופן די פענסעלוועניע דויטש. די גרופע האט אימיגרירט פון דייטשלאנד קיין אמעריקע אינעם 18'טן יאר-הונדערט און זיך באזעצט אין דרום-מזרח פענסעלוועניע. אין קאנאדע איז פאראן ארום 330,000 דייטשע רעדנדיגע, אין בראזיל ארום א האלב מיליאן, און אין ארגענטינע ארום 250,000. רעליגיע האט קיינמאל נישט פארנומען קיין גרויסע שטעלע און דייטשלאנד'ס סאסייאיטי. רוב דייטשע איינוואוינער זענען קאטויליקן אדער פראטעסטאנטן אבער גייען צו זייערע תיפלה'ס נאך ווייניגער ווי די אמעריקאנער גלויביגע. רעליגיע איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל אין דייטשלאנד און מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט דערויף. אמאל פלעגן די דייטשן אפיציעל זיין ראמענישע קאטויליקן אבער אין די לעצטע 100 יאר זענען זייער אסאך פון זיי געווארן פראטעסטאנטן. די צוויי רעליגיעס זענען ממש האלב אויף האלב. 35 פראצענט פון די באפעלקערונג איז קאטויליש, רוב דערפון פון דרום דייטשלאנד, און 37 פראצענט, רוב פון צפון דייטשלאנד, זענען פראטעסטאנטן. 4 פראצענט פון די דייטשע באפעלקערונג זענען מוסלעמענער.


ערציאונג

די דייטשע רעגירונג גיט פרייע ערציאונג פון 6 יאר ביז 14 יאר אלט. בעפאר און נאך די יארן מוזן די עלטערן אליינס באצאלן די קאסטן פון פריוואטע סקולס. בעפאר די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד האט די מערב דייטשע רעגירונג יא געגעבן לימיטירטע פרייע סקול פאר קינדערגארטן אבער נאך די פאראייניגונג האט זיך די פראגראם אנגעשטויסן אין פראבלעמען און זינט דעמאלט איז עס נאך אלץ נישט א טייל פון די רעגירונג'ס פרייע פאבליק סקול סיסטעם. די פאבליק סקול סיסטעם איז דארט איינגעטיילט אויף באזונדערע סיסטעמען צו יעדע שטאטישע רעגירונג. רוב פון די רעגירונגן גייען אויפ'ן זעלבן סיסטעם וועלכע פארמאגן א יונגערע און עלטערע הויך שולע וואו די סטודענטן מוזן באקומען אן אויסצייכענונג דעגרי צו קענען גיין אין קאלעדזש. לויט די סטאטיסטיקס גראדואירן נאר 10 פראצענט דייטשע סטודענטן. די דייטשע ערציאונג ווערט באצייכנט אלס א געלונגענע און אסאך אויסערן סטודענטן קומען אהין לערנען אויף קורצע טערמינען. א געווענליכע דייטשער סטודענט באקומט גוטע לעקציעס פאר וואורק-שאפ ארבעט אין די יונגע יארן. שפעטער קענען זיי זיך וועלן וועלכע פראגראמען זיי ווילן נעמען. זינט די 960' יארן האבן זיך די שולעס איבערגעפילט דריי מאל אזויפיל און די רעגירונג מוז שטענדיג צובויען פרישע שולעס. דייטשלאנד האט א צאל אור אלטע קאלעדזש געביידעס אין היידעלבערג, פרייבורג, מינכן, טובינגן, און אין מארבורג. לעבנ'ס סטיל און סאציאלע אישוס לויט אלע עקספערטן האט זיך די דייטשע סאסייאיטי אינגאנצן געענדערט פון נאך די צווייטע וועלט קריג. בעפאר די וועלט קריג זענען די דייטשן געווען מער פארביסן צוליב זייער אונטערדרוקטקייט פון די סאנקציעס וועלכע זענען אויף איר געלעגן. היינט לעבן זיי זייער א רואיגע לעבן (נוסח אייראפע) און זענען נישט קיין פאריאגטע מענטשן כאטש זיי וואוינען און ארבעטן אין העכסט פארנומענע אורבאן שטעט מיט שווערע אינדוסטריאלע פראדוקציע. די דייטשע מענטשן האבן בטבע שטארק ליב פיזיקאלע אקטיוויטעטן, בעיקר אינדורויסן אונטער די הימעל. די דייטשע זענען אויך באקאנט אלס גרויסע פרעסער. זיי גלייכן אלע ערליי קעיז, און שווערע פלייש. זיי פראדוצירן זייער גוטע וויין און ביר וועלכע זענען באוואוסט און ווערן געשיקט איבער די גאנצע וועלט. ווי אלע אנדערע מאדערניזירטע לענדער, האבן די דארפישע איינוואוינער געטוישט זייער גאנצע לעבנ'ס סטיל זינט אויטאמאבילן איז געווארן אויפגעכאפט און זיי האבן געקענט אנקומען איבעראל. די געבורט'ס ראטע איז שטארק געפאלן און מער פרויען נעמען אן פול-טיים אדער פארט-טיים דזשאבס. דייטשלאנד'ס געבורט ראטע שטייט היינט ביי 1.5 קינדער פער פרוי. דאס איז א שטארקע טראסק פון 3.5 קינדער פער פרוי פאר 10 יאר צוריק. די געוועזענע מזרח דייטשלאנד שטייט נאך היינט אויף נידעריגערע עקענאמיע און וואוין סטאנדארטן שטאפלן. די לאנד פאראייניגונג האט זיי טאקע געגעבן פרייהייט אבער אסאך האבן נישט געקענט פארנעמען די פארנומענע און קאכנדיגע עקענאמיע וועלכע האט זיך אויסגעפארעמט אלס א ערשט קלאסיגע קאפיטיליסטישע מארקעט עקענאמיע. די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט נאך אלץ נידעריגערע געהאלט שטאפלן און סאך א שוואכערע וואוינונג סטאנדארט. די דייטשע רעגירונג אינוועסטירט אסאך געלט אויפצובויען איר מזרח טייל פון לאנד. די רעגירונג לייגט דארט אריין יעדעס יאר פרישע שטראסן, טראנספארט, קאמיוניקאציע, און האויזינג. א שווערע פראבלעם וואס פלאגט נאך היינט דער ראיאן איז א הויכע אנעמפלויאמענט ראטע וועלכע האט זיך אנגעהויבן נאך די פאראייניגונג ווען רוב ביזנעסער זענען פריוואטיזירט געווארן. דייטשלאנד האט אסאך סאציאלע פראבלעמען כאטש זייער א קליינע פראצענט איינוואוינער לעבן אין ארימקייט. די קרימינאל שטאפלן זענען פיל נידעריגער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן און אויך אויף וואפן איז פאראן א בעסערע קאנטראל. אבער פונדעסטוועגן ליידט דאס לאנד פון אסאך קלענערע פארברעכן ווי דראגס, גניבות, אלקהאליזם, וואנדאליזם, און סתם געוואלדטאטן וועלכע האבן שוין מערערע מאל איבערגעדרייט דאס לאנד און איז פיל מאל א שטארקע פאליטישע אישו. אין די לעצטע 35 יאר האבן זיך פשוט'ע גניבות פיל געמערט אין די ביזנעס געגענטער און דייטשלאנד איז געווארן באוואוסט צו ליידן פון דעם פראבלעם. אין די אנפאנג 990' יארן האט דייטשלאנד געליטן פון ווילדע פארברעכן און דעמאנסטראציעס וועלכע האבן איבערגעדרייט דאס לאנד און געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון די אינטערנאציאנאלע מידיא. די פראבלעמען זענען אנטשטאנען צווישן די יונגווארג ווען די פלוס פון אימיגראציע האט א רייע פראבלעמען ווי: שטייער העכערונגן, בודזשעט דעפעציטן, א מאנגל אין האויזינג, און פארמערטע פארברעכן. דאס דייטשע פאלק האט באשולדיגט די אימיגראנטן און אויסערן איינוואוינער און האבן זיי פרובירט צו אונטערדרוקן לעגאל און אומלעגאל. די סיטואציע איז געווען אזוי שלעכט אז עס האט אויסגעקוקט אז די נאצישע באוועגונג גייט צוריק אויפלעבן. די דייטשע רעגירונג האט דאס גענומען זייער ערנסט און געבארגט שווערע געלטער וועלכע זי האט אינוועסטירט אין סאציאלע געברויכן. די שווערע צייטן זענען שנעל אריבערגעגאנגן ווען א גרויסע טייל פון די אימיגראנטן און אזיל רעכט איינוואוינער האבן פארלאזט דאס לאנד, זייענדיג באזארגט איבער זייערע בענעפיטן.


עקענאמיע

ווען דייטשלאנד איז געווארן א לאנד אין 871' איז זי שוין שפעט אריינגעקומען אין דעם פארמעסט פון אינדוסטריאליזאציע, וועלכע איז געווען דאמינירט דורך בריטען און פראנקרייך. דייטשלאנד האט אבער אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה א דאנק די שווערע ארבעט פון איר ערשטן קאנצלער אטא וואן ביסמארק וועלכער האט געהאט א גוטע ערפארונג אין ביזנעס און האט אויפגעבויט דאס לאנד'ס עקענאמיע. אין 910' איז שוין דייטשלאנד געווען פאררעכנט פאר איינע פון די הויפט אינדוסטריאלע לענדער אין די וועלט. די סוקסעספולע ביזנעס מענטשן זענען געווען די פרייסישע וועלכע זענען געווען זייער פונקטליכע און אויסגערעכנטע מענטשן. די הויפט אינדוסטריס אין די עקענאמיע זענען געווען: קוילן און אייזן און די אלע זאכן וואס ווערן געמאכט פון די צוויי עלעמענטן ווי: מאשינען און מאשין געצייג, קאמיקאלן, עלעקטראניק עקוויפמענט, שיפן און שפעטער אויך אויטאס. די פונקטליכע דייטשע עקענאמיע איז נאמינירט געווארן אלס אן ארגאניזירטע קאפיטיליסטישע עקענאמיע, אנדערש ווי די קאפיטיליזם אין די פאראייניגטע שטאטן און בריטען. די שטארקע עקענמאיע האט דורכגעלעבט ביידע וועלט מלחמות טראץ די שווערע באמבארדירונג פון די אליאירטע כוחות פן 942' ביז 945'. נאכדעם וואס די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט אין 945' האבן די מערב לענדער איינגעזען דאס געברויך אויפצובויען די אייראפעאישע עקענאמיעס כדי זיך צו פארמיידן די געפאר פון די סאוויעט יוניאן מיט אירע קאמוניסטישע פלענער. אין 947' האבן די מערב לענדער, מיט אמעריקע אין שפיץ, אנגעהויבן אויספירן די אייראפעאישע ערהוילונג'ס פראגראם, באוואוסט אלס די מארשאל פלאן, און געגעבן גרויסע הלואות פאר אלע אייראפעאישע לענדער וועלכע האבן געליטן פון די קריג. דייטשלאנד האט דאן דעגרייכט א געשעפט מיט אמעריקע פאר א 20 יעריגע עקענאמיע אויסשפרייטונג פלאן פאר מערב דייטשלאנד וועלכע האט געהויבן די וואוין סטאנדארטן און די אינדוסטריאלע פראדוקציע צו העכערע שטאפלן ווי עס איז געשטאנען בעפאר די קריג. אין די דייטשע היסטאריע איז דער מארשאל פלאן באצייכנט געווארן אלס מערב דייטשלאנד'ס מיראקעל (נס). מזרח דייטשלאנד האט נישט געוואלט געניסן פון דעם מארשאל פלאן און האט ליבערשט אדאפטירט די קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם. אלע ביזנעסער, אריינגערעכנט פארעמס, זענען אריבער אונטער די בעלות פון די רעגירונג וועלכע האט אויספלאנירט די עקענאמיע און אויפגעשטעלט א קאמיסיע וועלכע האט אויסגעטיילט געהאלטן פאר די ארבייטער און ארויפגעלייגט די פרייזן אויף אלע פראדוקטן. אויך מזרח דייטשלאנד האט שטארק מצליח געווען און איר עקענאמיע איז באצייכנט געווארן אלס די שטערקסטע אינדוסטריאליזירטע קאמוניסטישע עקענאמיע. די שטארקע עקענאמיע אין מזרח דייטשלאנד האט נישט געדארפט אויסווארטן די קאמוניסטישע דורכפאל ווען זי איז אינגאנצן צופאלן אין 990' ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט. א גרויסע טייל מזרח ארבייטער זענען אריבער צו מערב ביזנעסער און איינגעטוישט זייערע פראדוקטן פאר מערב דייטשלאנד פראדוקטן. נאך ערגער פון דעם איז געווען ווען די מזרח איינוואוינער האבן אנגעהויבן איינטוישן זייערע אוסטמארק וואלוטע איינס פאר איינס פאר די מערב דייטשע מארק וועלכע איז ווערד געווען כאטש 10 מאל אזויפיל. דאס האט אין ד'ערד געלייגט אלע מזרח ביזנעסער וועלכע האבן מער נישט געהאט קיין ווערד און האבן מער נישט געקענט עקספארטירן קיין סחורה ווייל די מארק איז געווען צו טייער פאר די לענדער מיט וועלכע זי האט געהאנדלט. ביז עטליכע יאר איז די גאנצע עקענאמיע צוברעקלט געווארן און א פלוס פון נייע אינוועסטמענטס האבן אנגעהויבן אריינקומען פון מערב דייטשלאנד ביזנעסער וועלכע האבן צוריק אנגעהויבן אויפבויען די וואקלדיגע עקענאמיע און געטוישט די גאנצע ביזנעס סטיל צו פריוואטע ביזנעסער מיט הויכע פראפיטן און פעטע געהאלטן. די דייטשע רעגירונג האט אין די פארגאנגענע 13 יאר אינוועסטירט ביליאנען דאלארן אין די אויפבוי פון די מזרח דייטשלאנד'ס עקענאמיע און וועט ווייטער אינוועסטירן פאר נאך עטליכע יאר. ווי מיר שטייען היינט האט שוין די דייטשע רעגירונג אינוועסטירט 70 מאל אזויפיל געלט ווי זי האט באקומען נאך די צווייטע וועלט קריג פון דעם מארשאל פלאן. אין די לעצטע 50 יאר איז דייטשלאנד'ס עקענאמיע עטליכע מאל געווען אין רעסעיע אבער זי האט אלעס איבערגעלעבט און שטייט נאך היינט אלס איינע פון די וועלט'ס שטערקסטע עקענאמיעס. מער ווי האלב פון עקספארטן און אימפארטן קומען און גייען פון אייראפעאישע לענדער. דייטשלאנד'ס בענק זענען פון די גרעסטע ראלע שפילער אין די אייראפעאישע פאראיין (אי-יו) און ברענגן אריין גאר גרויסע פראפיטן.


ארבעט'ס קראפט

אין די פארגאנגנהייט האט מערב דייטשלאנד געהאט זייער א נידעריגע ארבעטסלאזיקייט ראטע און מזרח דייטשלאנד האט אינגאנצן נישט געהאט קיין ארבעטסלאזיגע אונטער די קאמוניסטישע סיסטעם. אלנפאלס, האט זיך אבער די ציפערן געטוישט אין די לעצטערע יארן און די ארבעטסלאזיקייט ראטעס האבן זיך שטארק געהויבן. די הויפט סיבות צו דעם איז געווען די אינדוסטריאלע איבערבוי פון מזרח דייטשלאנד און א שטארקע רעדוקציע אין עקספארט וועלכע איז געקומען צוליב רעסעסיעס אין אנדערע לענדער. אין 997' האט דייטשלאנד'ס ארבעטסלאזיקייט ראטע דעגרייכט א רעקארד הויך פון 12.2 פראצענט וואס מיינט אז ארום 4 מיליאן דייטשע איינוואוינער זענען געבליבן אן א דזשאב. דאס איז געווען פיל העכער ווי אין אמעריקע, קאנאדע, בריטען, און פראנקרייך. ווען מען צוטיילט עס צווישן מזרח און מערב דייטשלאנד איז עס אויסגעקומען 9 פראצענט אין מערב דייטשלאנד און איבער 17 פראצענט אין מזרח. דייטשלאנד האט א היסטאריע פון שטארקע לעיבאר יוניאנס. די ערשעט יוניאנס זענען געגרינדעט געווארן אין 868' און איז שטארק געוואקסן ביז די דריטע רייך (די נאצישע פארטיי) האט איבערגענומען אלע יוניאנס אין 933'. נאך די קריג זענען די יוניאנס צוריקגעקומען מיט א שטארקע קראפט און ביז עטליכע יאר געהאט 4.8 מיליאן ארבייטער אונטער די יוניאנס. היינט האבן די איבער 100 יוניאנס נאנט צו 8 מיליאן ארבייטער אונטער זיך. מזרח דייטשלאנד האט געהאט אן אייגענע יוניאן וועלכע האט געהאט אונטער זיך 9.6 מיליאן ארבייטער, אריינגערעכנט ארעסטאנטן, סטודענטן, פראדוקציע ארבייטער, אפיס ארבייטער, און פראפעסיאנאלן. די יוניאן איז צוזאמענגעפאלן ווען מזרח האט זיך פאראייניגט מיט מערב דייטשלאנד. די מערב יוניאנס האבן זיך דאן אויסגעשפרייט קיין מזרח דייטשלאנד און פארגעשלאגן די מזרח ארבייטער בעסערע ארבעט רעגולאציעס פון ווייניגער שטונדן, בעסערע געהאלט, און פריע רעטייערמענט.


עקאנאמישע אפטיילונגן

פאבריצירונג און אינדוסטרי איז שטענדיג געווען די הויפט קראפט אין דייטשלאנד'ס עקענאמיע און האט איר געהאלפן איבערלעבן די צווייטע וועלט קריג און שפעטער די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד. אין די לעצטע יארן האט זיך די עקענאמיע אין די מאדערנע לענדער געטוישט און אויך דייטשלאנד האט אנגעהויבן פארלירן פאבריצירונג ווען סערוויס האט פארנומען איר פלאץ. נאך אלץ באטרעפט די פאבריצירונג און אינדוסטרי אפטיילונג 35 פראצענט פון די דזשי.די.פי. (גראוס דאמעסטיק פראודאקט). דייטשלאנד פאבריצירט אייזן, צעמענט, כעמיקאלן, עלעקטראניקס, עסן און געטראנקן, מאשינערי און אלע מאשינערי געצייג, און אויטאס. דייטשלאנד'ס אינדוסטרי און פאבריצירונג איז קאנצעטרירט אין עטליכע געגענטער אין שפיץ פון די באקאנטע רוהר ראיאן וועלכע איז איינע פון די מערסט דעוועלאפטע אינדוסטריאלע ערטער אין די וועלט. די גרעסטע אינדוסטריאלע שטעט זענען: פראנקפורט, ווייסבאדן, מעינז, און אפענבעטש. די שטעט פראדוצירן אלע מעטאלס, עלעקטראניק עקוויפמענט, פארמאסי פראדוקטן, כעמיקאלן, און אויטאס. דערנאך קומען די שטעט סטוטגארט און מינכן וועלכע פראדוצירן עירקרעפט, טעקסטיל און אנצוגן, אפיס מאשינערי, אפטיקל אינסטרומענטן, און ביר. די הויפט שטאט בערלין און האמבורג קומען אריין דריט מיט עקענאמישע ציפערן. דייטשלאנד איז אן עכטע אינדוסטריאלע לאנד וועלכע האט כמעט נישט קיין מינעראל גראבונגן, פארמינג, געהילץ, און פישינג. די דערמאנטע סעקטארס מאכן אויס קארגע 10 פראצענט פון די דזשי.די.פי. און נאר איין פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט ארבעט אין איינע פון די סעקטארס. רוב עסן אין דייטשלאנד ווערט אימפארטירט פון שכינות'דיגע לענדער. די איינציגסטע עסן וואס וואקסט אין דייטשלאנד זענען: ווייץ, קארטאפל, צוקער, און גערשטן. אפילו פרוכט וואקסט נישט דארט קיין סאך און ווערט אין גרעסטן טייל אימפארטירט. פרוכט וואס וואקסן אין דייטשלאנד זענען עפל און טרויבן (פון וועלכע עס ווערן געמאכט די באוואסטע דיישטע וויינען). עס וואקסן דארט אויך אנדערע פרוכט און גרינצייג אבער זייער ווייניג אז מען זאל עס אפילו קענען אריינרעכנען אין דאס לאנד'ס אוצרות. דייטשלאנד האט גענוג וועלדער אבער זיי פארמאגן נישט קיין סאך אוצרות פון וועלכע מען זאל קענען פארדינען. ארום 32 פראצענט פון דאס לאנד'ס טעריטאריע איז באוואקסן און אין דעם געפינט זיך אסאך גוטע האלץ וועלכע מען נוצט פאר מעבל און שפילצייג אבער עס איז קיינמאל נישט געווען גענוג און מען האט שטענדיג געמוזט אימפארטירן אין צוגאב. די וואס פארמאגן וועלדער פאר סיי וועלכע פראדוקציע האבן שווערע געזעצן פון די רעגירונג וועלכע וויל ראטעוון די וועלדער אין לאנד.


ענערגיע

זייענדיג א לאנד מיט אזא גרויסע אינדוסטריאלע פראדוקציע פאדערט זיך אסאך ענערגיע וועלכע דייטשלאנד פארמאגט נישט גענוג און האט שטענדיג געמוזט צוקומען צו אימפארטן פון אנדערע לענדער. אין די אנפאנג יארן פונעם 19'טן יאר-הונדערט ווען די עקענאמיע האט אנגעהויבן אויפבליען אין דייטשלאנד איז די קראפט געקומען פון הארטע און ברוינע קוילן. אבער דאס האט שנעל אויסגעוועפט, ערשטנס ווייל זי האט נישט געהאט גענוג, און אפילו אזוי האט די דייטשע רעגירונג באזייטיגט דעם ענערגיע מיטל וועלכע ברענגט א שלעכטע עפעקט אויף די ריינקייט פון די לופט, וועלכע איז אזוי אויך זייער שלעכט אין דייטשלאנד. מיט די באזייטיגונג פון קוילן האט מען אנגעהויבן ברענגן ענערגיע פון אויל, נאטורליכע גאז, און היידרא-עלעקטריק. דייטשלאנד האט אבער פון דעם אויך נישט קיין סאך און האט אנגעהויבן אימפארטירן ענערגיע פון אנדערע לענדער. דייטשלאנד האט אזוי געשטופט צענדליגער יארן און געצאלט טייער געלט פאר ענערגיע וועלכע איז אריינגעקומען פון פארשידענע לענדער. דאס האט אבער אויסגעפלאצט אין די 970' יארן און עס איז געווארן אן אויל קריזיס. די רעגירונג האט דעמאלט איינזגעזען אז די איינציגסטע לעזונג פאר דעם מאנגל וועט זיין נוקלעארע ענערגיע וועלכע איז טייער אויפצובויען און ביליג אנצוהאלטן און איז די מערסט אפעקטיווע ענערגיע מיטל היינט צו טאג. די רעגירונג האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט 19 נוקלעארע איינשטעלונגן וועלכע האבן ביז א צאל יארן געגעבן ענערגיע פאר 36 פראצענט פון די פובליק עלעקטריסיטי געברויך. דער פלאן איז געווען צו בויען נאך פיל מער נוקלעארע פליגלן אין א צייט פון 10 יאר אבער די טשערנאביל עקסידענט אין אוקריינע האט עפעקטירט דייטשלאנד און די איינוואוינער האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די געפארפולע נוקלעארע פליגלן און פארהאלטן די פלענער אויף ווייטער, און דארט שטייט עס נאך היינט... די רעגירונג האט שפעטער פרובירט אינוועסטירן אין אנדערע ענערגיע מיטלן ווי ווינט און סאלאר ענערגיע אבער עס איז פאראן ווייניג האפענונג אז עס וועט אמאל קענען ברענגן גענוג ענערגיע צו קענען סופלייען דאס לאנד מיט אזא שטארקע געברויך.


וואלוטע און באנקירונג

די אפיציעלע געלט פון דייטשלאנד איז היינט די איינציגע וואלוטע פון די אייראפעאישע פאראיין (אי-יו) וועלכע ווערט אנגערופן די יורא. דייטשלאנד איז איינע פון די 12 אי-יו מיטגלידער לענדער וועלכע האבן אדאפטירט די יורא. די יורא איז שוין געווען אין קראפט אין 999' אבער נאר פאר געלט טראנספערירונגן און אנדערע אקאונט געברויכן. די געוועזענע דייטשע מארק איז נאך דעמאלט פארבליבן די וואלוטע וועלכע האט זיך געדרייט צווישן די מענטשן און די געשעפטן. מיט בערך אנדערהאלבן יאר צוריק האבן די 12 לענדער אדאפטירט די יורא וואלוטע אלס זייער אפיציעלע וואלוטע. די יורא האט אריינגעברענגט אלע בילס און מטבעות אין די צירקולאציע און די מארק איז געווארן אויס לעגאלע וואלוטע. אלס א מיטגלידער אין די אי-יו וואלוטע, מוז דייטשלאנד נאכגיין די עקענאמישע פאליסיס וועלכע ווערט אויסגעשטעלט דורך די אייראפעאישע צענטראלע באנק וועלכע איז הויפטקווארטירט אין פראנקפורט, דייטשלאנד, און איז פאראנטווארטליכט פאר אלע אי-יו געלטליכע פאליסיס, וועלכע רעכנט אריין באשטימען די אינטערעסט ראטעס, און רעגולירן די געלט סופליי. עס פעלן נישט קיין בענק און פינאנציעל סערוויסעס אין דייטשלאנד. עס זענען פאראן דארט טויזענטער קרעדיט פירמעס און אלע ערליי פינאנציעלע אינסטיטוציעס. די שטאט פראנקפורט האט א סטאק עקסטשעינדזש וואו ביזנעס-לייט האנדלן מיט זייערע געלטער. די גרעסטע אינוועסטמענט דארט זענען ריעל עסטעיט באנדס. די דייטשע בענק האבן שטארק געליטן פון די אומסטאביליקייט פון זייער וואלוטע זינט די מזרח און מערב טיילן פון לאנד האבן זיך פאראייניגט. די מזרח וואלוטע (אוסטמארק) איז מער נישט געהאנדלט געווארן אינטערנאציאנאל אבער האט געקענט אויפגעטוישט ווערן אויף די גאסן פאר 7 אסטמארק פאר איין דייטשע מארק. דאס איז א ריזיגע סכום וואס האט געברענגט א שטארקע פראבלעם אין די געלט צירקולאציע. די דייטשע רעגירונג האט רחמנות געהאט אויף די מזרח איינוואוינער און ערלויבט יעדע געוועזענע מזרח איינוואוינער איינצוטוישן זייער אסטמארק פאר דייטשע מארק פאר די זעלבע ווערט (א דאלאר פאר א דאלאר). דאס איז געווען א גרויסע טעות פון די רעגירונג וועלכע האט געליטן דערפון א לאנגע צייט און האט שטענדיג געהאט שוועריקייטן צו סטאביליטיזירן די וואלוטע און באנקירונג.


אויסערן האנדל

דייטשלאנד איז א וויכטיגע האנדל לאנד און איינע פון די עקספארט פירער פון די וועלט אין א נאנטע קאנקורענץ מיט יאפאן און די פיל גרעסערע פאראייניגטע שטאטן. דייטשלאנד'ס הויפט האנדל שותפים זענען אייראפעאישע לענדער ווי פראנקרייך, די יונייטעד קינגדאם, די נעדערלענדס, און איטאליע. אריבער'ן ים האנדל'ט זי נאר מיט די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. בעפאר דייטשלאנד האט זיך פאראייניגט האבן די צוויי דייטשלאנד'ס געפירט אסאך האנדל צווישן זיך. ווען זיי האבן זיך פאראייניגט האט מערב דייטשלאנד אסאך פארדינט דערפון ווען זיי האבן אנגעהויבן עקספארטירן אלע מאשינערי פון מזרח דייטשלאנד וועלכע האט בעפאר נישט געמעגט געשיקט ווערן צו די פרייע וועלט. מזרח דייטשלאנד האט זיך געהאט אויסגעצייכנט אין אויטאס און אין ווידעא פראדוקטן וועלכע האט רייך געמאכט אסאך מערב דייטשלאנד ביזנעסער ווען זיי האבן דאס אנגעהויבן עקספארטירן. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר א רייע יארן אבער היינט איז אלעס צוריק ווי אמאל און מזרח און מערב דייטשלאנד עקספארטירן ביידע זייערע אייגענע פראדוקטן.


טראנספארטאציע

דייטשלאנד האט א גוט דעוועלאפטע טראנספארטאציע סיסטעם אריינגערעכנט די וועלט באוואוסטע סופער-הייוועי וועלכע ווערט דארט אנגערופן די אויטאבאן. עס איז אינגאנצן נישט פאראן קיין ספיד לימיטס אויף די אויטאבאנען און מען קען דארט זען אויטאס פארן גאר שנעל. די איינציגסטע מיטל וואס פארלאנגזאמט דאס שנעל פארן איז די פילע בוי ארבייט וועלכע ווערט דארט געטאן איבער'ן זומער. ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט האט די דייטשע רעגירונג געמוזט אינוועסטירן גרויסע געלטער איבערצומאכן די ראודס און הייוועיס וועלכע איז שוין נישט געווען גערירט פון די 930' יארן. פאסאזשיר און פראכט באנען איז אויך א גרויסע טייל פון דייטשלאנד'ס טראנספארטאציע און איז געווען די שליסל צו דייטשלאנד'ס שנעל וואקסנדיגע עקענאמיע. אלע רעילראודס האבן ביז אין 993' באלאנגט און אפערירט געווארן דורך די רעגירונג אבער היינט זענען זיי אלע פריוואטיזירט און באלאנגן צו עטליכע פירמעס. די הויפט פאסאזשיר רעיל סיסטעמען אפערירן אונטער די פירמע בונדעסבאן און זענען שנעל צוג באנען וועלכע דעקן די גרויסע שטעט ווי האמבורג און מינכן, פראנקפורט און דרעסדען, און האנאווער און ברעמען. דייטשלאנד'ס פראכט ווערט אויך טראנספארטירט אויף אירע צענדליגער קאנאלן און וואסערוועגן וועלכע דעקן זייער גוט דאס לאנד. די הויפט וואסער וועג איז די מיטללאנד קאנאל וועלכע איז באהאפטן מיט אסאך אנדערע קאנאלן. דייטשלאנד פארמאגט אויך א גרויסע פייפליין סיסטעם וועלכע טראנספערירט אויל און נאטורליכע גאז. לופט טראנספארטאציע פאר פאסאזשירן און פראכט ווערט סערווירט דורך עטליכע עירפארטס, אריינגערעכנט די צוויי ריזיגע עירפארטס אין פראנקפורט און אין מינכן. סך הכל האט דייטשלאנד 660 עירפארטס פון וועלכע 13 זענען גרויסע. דייטשלאנד'ס פרינציפאלע עירליין איז דויטשע לופטהאנזא וועלכע האט אמאל באלאנגט פאר די רעגירונג אבער איז שוין היינט אויך אין פריוואטע הענט.


קאמיוניקאציע

די דייטשע באפעלקערונג זענען גרויסע לייענער און שטארק אינפארמירטע מענטשן וועלכע געבן צו לייזן פאר 398 טעגליכע נייעס פאפירן וועלכע דרוקן 25 מיליאן קאפיס פער טאג. די הויפט צייטונגן זענען די פראנקפורטער אלגעמיין, סודויטשע צייטונג, די וועלט, און די בערלין טעגשפיגל. די הויפט וועכנטליכע צייטונגן זענען: דער שפיגל און די צייט. אלע מזרח דייטשע צייטונגן זענען אמאל געווען רעגירונג'ס צייטונגן און זענען היינט אונטער די בעלות'שאפט פון די גרויסע מידיא פירמעס וועלכע האבן זיי אפגעקויפט און איבערגעארבעט נאך די פאראייניגונג. די טעלעפאן סיסטעם איז דארט פארגעשריטן אויפ'ן העכסטן פארנעם און געפינט זיך אין אלע ווינקלן פון לאנד אן אויסנאם. די טעלעפאן סיסטעם אפערירט אויף סעטעלייט, קעיבל, און מייקראוועיוו ראדיא נעטוואורקס. מזרח דייטשלאנד האט אין אירע קאמוניסטישע צייטן נישט געהאט קיין אויטאמאטישע טעלעפאנען אין די הייזער. נאר די רעגירונג'ס אפיסעס און די פאליציי דעפארטמענט האט געהאט פארגעשריטענע טעלעפאן סיסטעמען. אפילו נאך די פאראייניגונג איז די טעלעפאן קאמיוניקאציע געבליבן שטארק צוריקגעבליבן. ערשט אין די 90'ער יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט דארט א נארמאלע סיסטעם אבער די אויסשפרייטונג פון נייע טעלעפאנען האט זיך שטאטליך צושפרייט. נאך היינט צו טאג פארמאגן נישט א גרויסער טייל פון מזרח דייטשלאנד איינוואוינער געהעריגע טעלעפאנען ווי מיר האבן. די הויפט טעלעפאן פירמע איז דויטשע טעלעקאם וועלכע פירט אן אלע נאציאנאלע און אינטערנאציאנאלע טעלעקאמיוניקאציע געברויכן. די פאסט סיסטעם איז דארט ווי אין אלע לענדער און ווערט אפערירט דורך דויטשע פאסט וועלכע איז די רעגירונג'ס אייגנטום און דינט אלס סערוויס מער ווי פאר די געלט ווי אין אלע מאדערניזירטע לענדער.


רעגירונג

נאך די צווייטע וועלט קריג ווען דייטשלאנד איז באזיגט געווארן דורך די אליאירטע כוחות איז איר לאנד צוטיילט געווארן צו 4 טיילן פאר די 4 גרויסמאכטן: פראנקרייך, בריטען, די פאראייניגטע שטאטן, און די יו-עס-עס-אר. עטליכע יאר שפעטער האבן פראנקרייך, בריטען, און די פאראייניגטע שטאטן צוזאמענגעשמאלצן זייערע אקופירטע טעריטאריעס צו איין גרויסע ראיאן ווען די סאוויעט פאראיין האט ווייטער אנגעהאלטן איר קאמוניסטישע רעגירונג אויף מזרח דייטשלאנד. אין 949' איז די מזרח קאמוניסטישע טייל פאראייניגט געווארן אונטער די מערב רעגירונג. אין מערב דייטשלאנד האט א קאונסיל צוזאמענגעשטעלט פון מיטגלידער פון די סטעיט לעגיסלאטור געמאכט די געזעצן און קאנסטיטוציע אין די ערשטע יארן נאך די קריג. יעדע באשלוס האט געמוזט באשטעטיגט ווערן דורך פראנקרייך, בריטען, און די פאראייניגטע שטאטן. די קאנסטיטוציע איז עטליכע מאל געשטוישט געווארן מיט רשות פון די אליאירטע אויטאריטיס, ספעציעל ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט. אין די לעצטע 10 יאר האט די דייטשע רעגירונג ארומגעטוישט איר קאנסטיטוציע און הויפט געזעצן צוליב די מיטגלידערשאפט און פארשטענדעניש אין די אייראפעאישע פאראיין. די סארט פעדעראליזם וואס איז איינגעשטעלט געווארן אין דייטשלאנד איז געזעצט לויט דייטשע פעדעראלע טראדיציעס וועלכע איז אנדערש ווי די פעדעראלע סיסטעם אין די פאראייניגטע שטאטן. די ערשטע און הויפט חילוק איז, אז די לעגיסלאטור שטייט ביי די פעדעראלע שטאפל און די אנדמיניסטראטיווע און יוסטיץ קראפטן שטייען ביי די סטעיט שטאפל. יעדע סטעיט האט אן ערוועלטע לעגיסלאטור וועלכע קלויבט אויס א מיניסטער פרעזידענט (אדער פוירסט מעיאר ווי עס ווערט גערופן אין האמבורג און אין ברעמען) צו סערווירן אלס טשיף עקזעקיוטיוו. די סטעיט אסעמבליס האבן זייער ווייניג מאכט ווייל די דייטשע געזעץ טיילט צו די מאכט פאר די פעדעראלע לעגיסלאטור. די איינציגסטע זאכן וואס די סטעיט לעגיסלאטור טוט יא קאנטראלירן זענען ערציאונג און קולטוראלע פאליסיס און די פאליציי דעפארטמענט. די פעדעראלע לעגיסלאטור איז די הויפט קערפערשאפט פון לאנד און זיי מאכן אלע פאליסיס, אריינגערעכנט אויסערן פאליסיס. א וויכטיגע טייל פון די פעדעראלע רעגירונג איז די בונדסראט קערפערשאפט (פעדעראלע קאונסיל) וועלכע איז די אפיציעלע רעפרעזענטעטיוו פון די סטעיט רעגירונגן און האט די לעצטע ווארט אין קעגנגעזעצטע אישוס צווישן סטעיטס און צווישן די סטעיטס און די פעדעראלע רעגירונג. די בונדסראט איז די העכערע הויז פון פארלאמענט אבער אירע מיטגלידער זענען סטעיט מיניסטארן אדער ציווילע פירער. די מיטגלידער ווערן נישט ערוועלט און ווערן געווענליך איינגעשטעלט דורך די פעדעראלע רעגירונג. צווישן דייטשלאנד'ס 16 סטעיטס האבן די 4 גרעסטע (נארט ראיהן מערב פהאליא, לאווער סעקסאני, און באדן-וואוטעמבורג) דאס ווארט אין אלע פאליטיק. די סטעיטס און ראיאנען פון מזרח דייטשלאנד שפילן א קלענערע ראלע אין די לעגיסלאטור.


עקזעקיוטיוו

דייטשלאנד'ס רעגירונג איז א פארלאמענטרי רעגירונג וועלכע ווערט געפירט דורך א פרעמיער מיניסטאר וועלכער ווערט אנגערופן דער קאנצלער. דער קאנצלער ווערט ערוועלט דורך די נידעריגערע טיילן פון די רעגירונג דורך א קאאליציע פון פארטייען. דער קאנצלער דארף זיך אויסוועלן א קאבינעט פון 20 מיניסטארן פון אלע פארטייען אין די קאאליציע. דאס דייטשע געזעץ גיט דעם קאנצלער די מאכט אויפצוציען און אפאווארפן נייע פלענער און אויך די איינשטעלונג פון די מיניסטארן. די בונדסראט קען ארויסווארפן דעם קאנצלער דורך א שטימע נאר נאכדעם וואס זיי האבן שוין אויסגעוועלט א סוקסעסאר. דער קאנצלער קען אויך באזייטיגט ווערן אויב די בונדסראט ווערט ווידער ערוועלט. צוליב די שטארקייט פון די דייטשע פארטייען האט דייטשלאנד געהאט זייער ווייניג פאליטישע רעגירונג איבערקערענישן און אנגעהאלטן א סטאבילע רעגירונג פון מיטגלידער. גערהארד שראדער איז דער היינטיגער קאנצלער זינט 998' . נאכ'ן קאנצלער איז פאראן א פעדעראלע פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט פאר א פינף יעריגער טערמין דורך א שטימע פון די בונדספארזאמלונג, א רעגירונג'ס קערפערשאפט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון בונדסראט און סטעיט לעגיסלאטור מיטגלידער. די פונקציעס פונעם פרעידענט זענען נאר צערעמאניאלע. ער באקומט אויסערן אמבאסאדארס און שטודירט און קוקט איבער די געזעצן אבער האט נישט די אויטאריטי צו מאכן פאליסי.


לעגיסלאטור

די פעדעראלע פארלאמענט באשטייט פון צוויי הויפט קערפערשאפטן וועלכע זענען די בונדסטאג און די בונדסראט. די בונדסטאג, באשטייט פון 670 מיטגלידער, ווערט ערוועלט דורך די באפעלקערונג פאר 4 יעריגע טערמינען און קענען נישט אנהאלטן זייערע שטעלעס מער ווי איין טערמין. אלע סיטיזענס פון 18 יאר און העכער קענען לעגאל שטימען צו ערוועלן די בונדסטאג מיטגלידער אין דעם אינטערעסאטן עלעקטראל שטימע. האלב פון די בונדסטאג מיטגלידער ווערן ערוועלט דורך זייערע לאקאלע באפעלקערונגן, איינער פער דיסטריקט. דאס איבעריגע ווערן ערוועלט דורך א פראפארציאנאלע סיסטעם אין וועלכע די בעלאטס פארמאגן נאר די נעמען פון די פארטייען און נישט די קאנדידאטן זעלבסט. א פארטיי מוז באקומען ווייניגסטענס 5 פראצענט פון די שטימען צו קענען רעפרעזענטירן אין די בונדסטאג. ווען די שטימען ווערן איבערגעציילט קען די רעגירונג נאך אלס אביסל ארומטוישן לויט די שטארקייט פון די פאפולערע שטימען אז עס זאל נישט מעגליך זיין צו געווינען אן באקומען אויך די פאפולערע שטימען (ווען אזא סיסטעם זאל זיין איינגעשטעלט אין אמעריקע וואלט על גאור געווען היינט פרעזידענט). די בונדסראט באשטייט נאר פון 69 מיטגלידער וועלכע ווערן ערוועלט דורך דייטשלאנד'ס 16 סטעיט רעגירונגן. רעפרעזענטאציע אין די בונדסראט איז צוטיילט לויט די גרויסקייט פון די באפעלקערונג. רוב שטעט האבן 3 אדער 4 רעפרעזענטיוון און די גרויסע שטעט האבן ביז 6. דער סיסטעם איז גאנץ א גוטער ווייל אפילו די קלענסטע שטעט האבן מינימום 3 רעפרעזענטיוון וואס דאס גוט זיי מער מאכט וויפיל זיי האבן באמת און זענען נישט קיין מפיל קינדער ווי עס איז דער פאל אין די פאראייניגטע שטאטן. די מאכט פון די קליינע שטעט איז גענוג שטארק צו קענען וועטאאירן א רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט א צוויי דריטעל מאיאריטעט ווי א נייע געזעץ אדער טויש אין די קאנסטיטוציע. די בונדסראט איז גענוג מאכטפול צו פארלאנגזאמען א ביל וואס ווערט געמאכט דורך די בונדסטאג אבער איז נישט בכוח דאס אינגאנצן אפצואווארפן אויסער ביי סטעיט אישוס ווי זי האט יא די רעכטן צו באזייטיגן וואס עס שמעקט איר נישט.


יוסטיץ

דייטשלאנד'ס יוסטיץ סיסטעם גייט נאך די ציווילע געזעץ וועלכע איז אויך באקאנט אלס די ראמענישע געזעץ פראצעדור און ארגאניזאציע. דאס איז אנדערש ווי די קאמען געזעץ סיסטעם וואס איז איינגעפירט אין בריטען אדער אין די פאראייניגטע שטאטן. די ריכטער שפילן דארט א מער אקטיוויסטישע ראלע און די אדוואקאטן שפילן א קלענערע ראלע ווי אין די אמעריקאנער געריכט הייזער. ביי א געווענליכע משפט אין דייטשלאנד זענען פאראן עטליכע ריכטער פון וועלכע איינער האט שוין פון פריער איבערגעארבעט די קעיס און באשלאסן אויב עס זאל בכלל זיין א משפט. בשעת'ן געריכט טוען די עטליכע ריכטער אנדערע פליכטן און פאראייניגן זיך שפעטער אויף אן אורטייל. די ריכטער ווערן ערוועלט דורך די סטעיט מיניסטארן און האבן לאנגע טערמינען. דאס געריכט סיסטעם איז צוטיילט איבער דאס גאנצע לאנד מיט ציווילע, קרימינאלע, אדמיניסטראטיווע, פינאנציעלע, און לעיבאר געריכטן. יעדע שטאט פארמאגט א הויכע געריכט און איין פעדעראלע געריכט. אויסער די ארגינעלע געריכט איז פאראן א באזונדערע פעדעראלע געריכט וועלכע באהנדל'ט קאנסטיטוציאנאלע אישוס. די געריכט פאלגט נישט נאך די ראמען געזעצן נאר די דייטשע יסודות'דיגע געזעצן. אירע ריכטער ווערן ערוועלט דורך א צוויי דריטל מאיאריטעט פון די בונדסטאג און בונדסראט.


פאליטישע פארטייען

עטליכע פאליטישע פארטייען ווערן רעפרעזענטירט אין די בונדסטאג. די הויפט פארטיי איז די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי (עס-פי-די) וועלכע איז דייטשלאנד'ס עלטסטע פארטיי וועלכע איז נאך געגרינדעט געווארן אין 875'. די פארטיי איז ארגינעל באשטאנען פון סאציאלע ארבייטער וועלכע האבן געזוכט רעכטן אין לעיבאר אבער איז מיט דער צייט געווארן די הויפט אפיציעלע פארטיי פון לאנד, רעפרעזענטירנדיג אלע האנדל יוניאנס און פובליק ארבייטער. די פארטיי האט במשך איר עקזיסטענץ געקעמפט פאר עקענאמישע רעפארמען, ענווייראמענטאלע זארג, פרויען רעכטן, און די רעכטן פון אזיל רעכט זיכער. אין 98' האט דער דייטשער קאנצלער גערהארד שראדער פארגעזסן אן אזויגערופענע רויט-גרין קאאליציע צווישן די עס-די-פי און די גרינע פארטיי. די גרינע פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 983' און האט באקומען אסאך נייע שטיצע זינט דעמאלט. די פארטיי שטיצט ענווייראמעטאליזם, פרויען רעכטן, און פאסיפיזם. כאטש די פארטיי'ס קאמפ פאר די ענווייראמענט האט זי אבער באקומען ווייניג שטיצע אין מזרח דייטשלאנד און האט זיך פאראייניגט פון די פעדערעישן 90 פארטיי, א פארטיי וועלכע איז געבוירן געווארן אין מזרח דייטשלאנד דורך מענטשן וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט קעגן קאמוניזם. די צווייטע גרעסטע פארטיי און אפיציעלע אפאזיציע איז די קאנסערוואטיוע קריסטיען יוניאן (סי-די-יו) וועלכע איז נאנט פארבינדן מיט די קריסטיען סאציאלע יוניאן (סי-עס-יו) פארטיי. די צוויי פארטייען זענען שטנעדיג געשטאנען צוזאמען ביי יעדע אישו אבער זענען ווייטער פארבליבן צוויי אנדערע פארטייען. די סי-די-יו/עס-סי-יו האבן קאנטראלירט די רעגירונג צווישן 982' און 998'. דורכאויס יענע טערמין האבן די צוויי פארטייען געהאט א קאאליציע מיט די פרייע דעמאקראטישע פארטיי (עף-די-פי) איבער די פאראייניגונג אישוס אין 989' און אין 990'. די סי-די-יו/עס-סי-יו פארטייען זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין 948' דורך דעם דעמאלטדיגן קאנצלער העלמאט קאהל. די פארטייען זענען קאנסערוואטיוו אין עקענאמישע און סאציאלע פראגעס. איין אויסנאם וועלכע די פארטייען האבן שטענדיג געשטיצט איז וועלפעיר. די פארטייען פארמאגן די קאטוילישע און פראטעסטאנטן גלויביגע און פארמער. די עף-די-פי איז אויך געגרינדעט געווארן אינעם זעלבן יאר און האט אנגענומען שטארק ליבעראלע מיינונגן. די פארטיי האט א גרויסע טייל פון פראפעסיאנאלע ביזנעסלייט. נאך א פארטיי אין די בונדסראט איז די פארטיי אוו דעמאקראטיק סאציאליזם (פי-די-עס), די סוקסעסאר פון די קאמוניסטישע פארטיי פון מזרח דייטשלאנד. די פארטיי האט שטיצער נאר אין מזרח דייטשלאנד וואו זי רעפרעזענטירט אירע סיטיזענס. עס זענען פאראן נאך פארטייען וועלכע האבן קיינמאל נישט אנגעצויגן גענוג שטיצע צו קענען רעפרעזענטירט ווערן אין די בונדסראט.


סאציאלע אינשורענס

דייטשלאנד האט איינע פון די מערסט פולשטענדיגע און ברייטהארציגע סיסטעמען פון געזונטהייט, אלטע, דיסעביליטעט, און ארבעטסלאזיקייט אינשורענס אין די וועלט. א גרויסע טייל פון די באפעלקערונג געניסט פון וועלפעיר, וועלכע נעמט אריין קינדער שטיצע, פובליק האוזינג, און וועטארען הילף. די וועלפעיר קאסטן מאכן אויס א דריטל פון די בודזשעט. העלט קעיר און פענסיע איז אויך דארט זייער גיביג אבער עס ווענדט זיך שוין אויף די פירמע וואו דער מענטש ארבעט. די גרעסטע טייל פירמעס געבן אויסערגעווענליכע גוטע בענעפיטן מיט פעטע פענסיע און העלט קעיר אינשורענס. אין די געוועזענע מזרח דייטשלאנד האט דאס פאלק גענאסן פון נאכמער בענעפיטן וועלכע האט אריינגערעכנט געלט פאר רענט, עסן, און טראנספארטאציע. פענסיע איז אבער געווען אין די קליינע ציפערן מיט שווערע געזעצן ארום. ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט האט די מערב רעגירונג געהעכערט אירע פענסיע פלענער אבער די סיטיזענס האבן זיך מיט איינמאל געטראפן אן קיים שום הילף. א דורכשניטליכער ארבייטער אין דייטשלאנד באקומט 70 פראצענט פון זיין לעצטע פארדינסט פאר פענסיע, דאס איז איינע פון די העכסטע ראטעס אין די וועלט. פארשטייט זיך אז פאר די בענעפיטן צאלט דאס לאנד גאר הויכע שטייערן.


פארטיידיגונג

זינט 955' איז מערב דייטשלאנד'ס אויסערן זיכערהייט פארבינדן געווארן צו נאט"א (נארט אמעריקן טריטי ארגאניזאציע). מזרח דייטשלאנד איז ענליך געווען פארבינדן צו די ווארשע פאקט ביז 990'. אפילו אין פרידנס צייטן זענען אלע הויפט אפטיילונגן פון די דייטשע ארמיי און עיר פארס געווען צוגעטיילט צו נאטא'ס אפעראציע קאמאנדן, נישט איבעלאזנדיג קיין שום אפגעזונדערטע ארמיי אונטער דייטשלאנד'ס קאמאנד. אין 990' האט דייטשלאנד געווינען די רעכט אויפצושטעלן אן אייגענע ארמיי אונטער זייער אייגענע קאמאנד מיט די תנאים אז די ארמיי מעג נישט האבן מער ווי 370,000 טרופן און מעגן נישט פארשן און פראדוצירן כעמישע, ביאלאגישע, און נוקלעארע וואפן. בעפאר די ארמיי'ס זעלבסשטענדיקייט איז די נאטא ארמיי באשטאנען פון 500,000 טרופן אין מערב דייטשלאנד און נאך 200,000 אין מזרח דייטשלאנד. דאס טייטש אז דאס מיליטער איז געשניטן געווארן צו האלב. די מזרח דייטשלאנד טרופן זענען אריבערגערופן געווארן צו די נייע פאראייניגטע מיליטער וועלכע ווערט אנגערופן די בונדסוועהר (פעדעראלע ארמיי). צוויי דריטל פון די בונדסוועהר באשטייט פון ארמיי אפטיילונגן און די אנדערע דריטל זענען די עיר פארס אין נעיווי אפטיילונגן. מער ווי העלפט פון די ארמיי פערסאנעל זענען פולשטענדיגע וואלונטירן און די צווייטע העלפט זענען פארפליכטעטע וועלכע ווערן געהאלטן פאר א מינימום פון 10 מאנאטן. יעדער סיטיזן פון 18 יאר און העכער מוז דארט געזעצליך אריינגיין אין מיליטער אבער וויבאלד די צאל ארמיי פערסאנעל וואס די דייטשע ארמיי מעג האבן איז נידעריג און עס זענען פאראן צופיל יונגע מענטשן, האט די רעגירונג ערלויבט די יונגע זיך ארויסצודרייען פון מיליטער דורך אננעמען ציווילע סערוויס פאר 2 יאר ווי שפיטאל סערוויס, אלטע היימען, און אנדערע ציווילע סערוויסעס. נאך די באזיג אויף די דייטשן אין די צווייטע וועלט קריג זענען איינגעשטעלט געווארן אסאך געזעצן צו רעדוצירן די מאכט פון די דייטשע מיליטער. די אפיצירן און סאלדאטן זענען אנגעזאגט געווארן צו זיין סיטיזענס אין יוניפארם וועלכע זענען גרייט צו דינען ווען אימער. דאס געזעץ האט באפוילן אז די מיליטער זאל האבן א ציווילע קאנטראל אין פרידנס צייטן און רעגירונג קאנטראל אין קריגס צייטן. דאס מיליטער ווערט טאקע היינט קאנטראלירט דורך דעם דעפענס מיניסטער און אויב מען דעקלערט א סטעיט אוו דעפענס גייט די קאנטראל אויטאמאטיש אריבער צו די רעגירונג מיט דעם קאנצלער אלס קאמאנדיר אין טשיף. די בודזשעט פון דאס מיליטער ווערט קאנטראלירט דורך די בונדסראט וועלכע קוקט אויך איבער די ארגאניזאציע און פראצעדור פון די מיליטער. דייטשלאנד האט זיך צוגעוואוינט צו די אנוועזנהייט פון אויסערן מיליטערישע כוחות זינט זי איז באזיגט געווארן אין די צווייטע וועלט קריג. אין די ערשטע יארן נאך די קריג איז דייטשלאנד קאנטראלירט געווארן דורך 250,000 אמעריקאנער און 360,000 סאוויעטישע טרופן צוטיילט צו מזרח און מערב דייטשלאנד. ביידע זייטן האבן אנגעהאלטן מיליטערישע באזעס מיט אלע מיליטערישע געצייגט און עקוויפמענט, אריינגערעכנט נוקלעארע מיסילס. נאך בעפאר די דייטשע ארמיי האט זיך צוריק געגרינדעט אין 990' האבן שוין די אויסערן לענדער אנגעהויבן ארויסציען אירע טרופן, איבערלאזנדיג די אמעריקאנער אליינס מיט 100,000 טרופן. די סאוויעטן האבן צוביסלעך ארויסגעצויגן זייער ארמיי ביז אין 994' ווען די לעצטע גרופע סאוויעטישע טרופן האבן פארלאזט דאס לאנד.


היסטאריע

דייטשלאנד איז שטענדיג געווען אן ארט וואו מענטשן פון אלע מינים האבן געוואוינט און האט קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אלס א זעלבסטשטענדיגע לאנד מיט איין פאלק ביז אין 90'ער יארן. דאס ארט פלעגט זיין א וואלד וואו אלע ערליי מענטשן פון גאנץ אייראפע האבן זיך געטראפן פלעצער וואו צו וואוינען און האבן צוביסלעך אנגעהויבן באזעצן און אויסהאקן די וועלדער. דורכאויס די טויזענטער יארן וואס דייטשלאנד איז געווען א ליידיג ארט אן קיים שום רעגירונג האט די געגענט געהאט פארשידענע הערשער, געוואנדן לויט די שטארקייט פון די קעניגן ארום איר. דאס מערסטע טייל יארן האבן די ראמענישע קעניגן געקעניגט אויף די געגענטער וואו עס איז היינט דייטשלאנד. שפעטער זענען שוין אויפגעקומען קעניגן פון דייטשלאנד זעלבסט וועלכע האבן געקעניגט איבער דייטשלאנד און איטאליע. די הערשאפט איז שטענדיג אריבער פון איינעם צום צווייטן און יעדע פון די קעניגן האבן פרובירט צו קעניגן אויף ווי מער שטח, אריינגערעכנט די געגענט וואו עס איז היינט איטאליע. די קעניגן אין דייטשלאנד זענען קיינמאל נישט געווען קין עכטע קעניגן פון קעניגליכע פאמיליעס נאר האבן איבערגענומען די מאכט מיט געוואלד פונעם פריערדיגן פירער. וויבאלד דייטשלאנד איז נאך נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע לאנד די אלע יארן האט זי נישט געצויגן פרישע איינוואוינער און די באפעלקערונג צאל איז געבליבן זייער נידעריג. מען שאצט אז מיט טויזענט יאר צוריק האבן נאר געוואוינט ארום 700,000 מענטשן אין דייטשלאנד. ווי נאר עס האבן זיך אנגעהויבן גרופירן עטליכע פאליטישענס און אנגעהויבן ארבעטן אויף זעלבסשטענדיקייט האט זיך די באפעלקערונג צאל שטארק צואוואקסן. ביז אין יאר 200' האבן שוין געוואוינט דארט ארום 12 מיליאן מענטשן און די באפעלקערונג איז ווייטער געוואקסן. אין יענע יארן איז די באפעלקערונג צאל פלוצלינג צוריק געפאלן ווען עס האט אויסגעבראכן די היסטארישע שווארצע מגיפה וועלכע האט אומגעברענגט מיליאנען מענטשן אין אייראפע און אין אזיע. די שווארצע מגיפה האט אומגעברענגט ארום 5 מיליאן דייטשן וואס איז דעמאלט געווען א דריטל פון די באפעלקערונג. די ערשטע סימינים פאר די גרינדונג פאר א לאנד האט זיך אנגעהויבן אין 400' ווען 3 שטעט, לובעק, באמבורג, און ברעמען, האבן זיך פאראייניגט צו נעמען א קאנטראל אויף די טייכן און קאנאלן ארום די שטעט. די דריי שטעט זענען נאמינירט געווארן האנסבורג און די פירער האבן אנגעהויבן ארבעטן צו גרינדן א רעגירונג אבער א רייע פון מלחמות און קאנפליקטן האבן געשטערט די ארבעט. האנסבורג האט אסאך געליטן פון פראנקרייך וועלכע האט דעמאלט געהאט א שטארקע און פארשפרייטע אימפעריע און האט געלעכצט צו געווינען ווי מער מאכט, וועלנדיג אייננעמען די גאנצע וועלט. האנסבורג איז עטליכע מאל געווען אין קריג מיט פראנקרייך און וואלט ווען איינגעשלינגן געווארן ווען נישט די הילף פון איטאליע אן שווייץ וועלכע האבן צוזאמען פארמירט אן ארמיי אפצושלאגן די פראנצויזישע. ביי די יאר 600' האט שוין דייטשלאנד פארמאגט 18 מיליאן מענטשן אבער די צאל איז ווידער אראפגעפאלן ווען נאך מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אין די 30 יעריגע קריג אין אייראפע וועלכע האט אריינגעצויגן כמעט אלע אייראפעאישע לענדער אין א שווערע כמו וועלט קריג. אינעם 17'סטן יאר-הונדערט איז דייטשלאנד צוטיילט געווארן צו צוויי הויפט זאנעס, די עסטרייך שטעט און די פרייסישע. די צווי זאנעס זענען אין פאקט גארנישט געווען און גארנישט באדייט נאר אייראפע פלעגט עס אזוי באצייכנען. אבער מיט די יארן האט זיך טאקע אזוי פארמירט און פרייסן איז געווארן א זאך. זי האט אויפגעשטעלט א מיליטער פון 40,000 זעלנער וועלכע האבן געדינט אלס די רעגירונג, צוזאמנקלויבנדיג שטייערן און דאס אויסגעבן פאר וויכטיגע צוועקן. דאס מיליטער האט זיך שנעל צואוואקסן און די רעגירונג איז געווארן שטערקער. לויט ווי היסטאריע פארציילט איז די פרייסישע ארמיי און רעגירונג געגרינדעט און געפירט געווארן דורך אן איינצעלע פאמיליע מיט'ן נאמען פרעדרעיק. ווען דער פרעדרעיק איז געשטארבן האט זיין זון איבערגענומען דאס רעדל פון די רעגירונג אבער ער האט נישט געהאט קיין רואיגע צייטן ווען עסטרייך האט אנגעגריפן פרייסן און עס האט אויסגעבראכן א ביטערע קריג וועלכע האט זיך געצויגן 7 יאר און אריינגעמישט אסאך אנדערע לענדער. די קריג האט זיך געענדיגט מיט פרידן דורך פארהאנדלונגן פון פראנקרייך און אלעס איז צוריק צום אלטן. די קריג איז אבער געווען א טובה פאר פרייסן וועלכע האט באלד דערנאך פארשטערקערט די רעגירונג.


נאציאניליזם און פאראייניגונג

אינעם 18'טן יאר-הונדערט האבן אסאך פאליטישאנס און גרופע פירער געהאלטן אז פרייסן מוז זיך פאראייניגן ציט עסטרייך און פארמירן א שטערקערע פרייסן וועלכע זאל זיך אנזען קעגן פראנקרייך און כינע. טייל פון די דעמאלטדיגע פירער האבן פרובירט וואס זיי האבן געקענט אבער עס האט געדויערט באלד א דור שפעטער ביז מען האט אנגעהויבן זען עפעס ממשות וועגן פאראייניגונג נאכדעם וואס פראנקרייך האט דורכגעפירט איר באקאנטע פראנצויזישע רעוואלוציע און שפעטער נאכמער ווען קייסער נאפאליען פון פראנקרייך האט אויסגעשפרייט זיין קעניגרייך און געהאלטן אן אפענע אויג אויף פרייסן. די פראנצויזישע רעוואלוציע איז געווען אזוי סוקסעספול אז די צוויי רעגירונגן האבן זיך באלד צוזאמענגעזעצט צו פארהאנדל'ן א פלאן וועלכע איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס די פילניטס דעקלעראציע וועלכע האט פאראייניגט די צוויי מיליטערס צו שטיין פעלזן פעסט קעגן פראנקרייך. די דעקלעראציע האט אויך געזאלט געבן א ציפ פאר פראנקרייך און ווייזן אז אירע נאנסטע שכינים פלאנען נישט צו בלייבן הינטערשטעליג. דעם קעניג נאפאליען האט דאס נישט געשמעקט און נאך עטליכע אנדערע רייצונגן האט פראנקרייך דערקלערט קריג קעגן פרייסן און עסטרייך און האט זיי איינגענומען ווי א בינטל שטרוי אין מויל פון אן אקס. די קריג האט מיטגעברענגט א רייע פרישע קריגן אין וועלכע פרייסן און עסטרייך האבן פרובירט אפצואווארפן די פראנצויזישע אקופאציע. נאך עטליכע יאר פון דורכגעפאלענע פארהאנדלונגן און קריגערייען האבן די פרייסישע און עסטרייך ארמייען באוויזן צו באזייטיגן די פראנצויזישע אקופירער און צוריקגעוואונען זעלבסשטענדיקייט אין 802'. די צייטן זענען נישט בעסער געווארן און עס האבן אויסגעבראכן פרישע מלחמות צווישן פרייסן-עסטרייך און פראנקרייך נאך יעדע פרט אויף וועלכע מען האט זיך נישט געקענט דורכקומען. אין משך פון 10 יאר צייט זענען צוויי דריטל פון די דייטשע איינוואוינער ארונטער אונטער נייע רעגירונגן. עס איז געגאנגן אהין און צוריק ביז נאפאליען האט זיי נאכגעגעבן און געלאזט גיין בתנאי אז ער דארף מער שטחים וועלכע פרייסן האט זייער שנעל נאכגעגעבן. די ווייטערדיגע יארן האט אבער געוויזן אז פראנקרייך האט זיך נישט געטוישט און ווייטער געגלוסט צו הערשן אויף מער לענדער. די שווערע צייטן האט צוזאמענגעברענגט פרייסן, רוסלאנד, און עסטרייך וועלכע האבן געגרינדעט א מיליטער וועלכע זאל באקעמפן דעם מעכטיגן קעניג נאפאליען. עס האט געדויערט מער ווי א שטיק צייט אבער עס איז זיי ענדליך געלונגן צוזאמענצושטעלן א פעסטע מיליטער וועלכע האט מיט שטאלץ מארשירט קעגן נאפאליענ'ס כוחות און נאך א שווערע קריג האבן זיי עדנליך באזיגט נאפאליענ'ס ארמייען אין די שטאט לייפציג. די קריג האט ווייטער אנגעהאלטן ביז די מערב ארמייען האבן אריינמארשירט אין פאריז. נאך די מלחמות האבן סייענטיסטן פון די גאנצע וועלט געארבעט אויף נייע מאפעס וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך צענדליגער ספעציאליסטן וועלכע זענען געפארן הונדערטער מיילן צו קענען אויסמאלן און רעכנען די גרויסקייט פון אלע לענדער. די צייטן האבן זיך גערוקט און די צענדליגער שטעט אין פרייסן און ארום האבן אנגעהויבן פארלאנגן א פאראייניגונג און דאס גרינדונג פון א לאנד. עס איז טאקע אזוי געשען ווען 18 דייטשע שטעט האבן זיך פאראייניגט אונטער די פרייסישע רעגירונג. עסטרייך איז נישט איינגעגאנגן אויף דעם געשעפט און צוגעקוקט ווי דייטשלאנד הייבט זיך אן בויען. עסטרייך איז פון דעמאלט אן פארבליבן אליין אויפ'ן וואסער און האט פארלוירן איין קריג נאך די אנדערע מיט אירע שכינים. די עסטרייכישע רעגירונג האט געהאט ווייניג מיליטערישע מאכט אבער האט געפירט בלוטיגע מלחמות וועלכע האבן זיך געצויגן פאר לענגערע צייטן. פרייסן האט זיך מער נישט אנגענומען פאר עסטרייך און איז געזיצן שטיל א לענגערע צייט ווען זי האט זיך דערווייל אויפגעבויט א שטארקע ארמיי. פראנקרייך האט אבער דערשמעקט וואס פרייסן טוט אונטער'ן טיש און האט אין א שיינעם אינדערפרי אריינמארשירט קיין פרייסן וואו עס האט איר שוין אפגעווארט איר דורכפאל ווען די גוט טרענירטע ארמיי האט איר ארויסגעטריבן פון לאנד און איר נאכגעיאגט ביז אין פאריז און ווידער דערקלערט א זיג. אין יענע יאר האט זיך די מאפע ווידער דראסטיש געטוישט און כמעט אלע אייראפעאישע לענדער האבן ארומגעריקט זייערע גרעניצן אהין און צוריק עטליכע מאל. אין 871' איז דער דעמאלטדיגער דייטשער גענעראל וויליאמס באשטימט געווארן אלס דער פירער פון די נארוואס געגרינדעטע צווייטע רייך.


דייטשלאנד אינעם 19'טן יאר-הונדערט

דייטשלאנד'ס באפעלקערונג איז בעיקר געוואקסן אינעם 19'טן יאר-הונדערט פון 20 מיליאן אין 750' צו 33 מיליאן אין 816' און צו 52 מיליאן אין 865'. דאס איז זייער א שנעלע וואוקס פאר א לאנד. ווען מען צוטיילט דאס ביי די שטעט קומט אויס אז דווקא עטליכע גרויסע שטעט זענען געווען די וואס זענען אזוי שנעל געוואקסן. צום ביישפיל די שטאט האמבורג איז געוואקסן פון 132,000 צו 768,000. די שטאט מינכן פון 45,000 צו 422,000. די וואוקס פאר די שטעט איז געווען אזוי שנעל אז די הואזינג האט נישט געקענט נאכקומען די באפעלקערונג און א גרויסע טייל מענטשן זענען געבליבן אן הייזער פאר א לענגערע צייט. די באפעלקערונג האט געוואוינט צוטיילט צו טויזענטער קליינע קאמיוניטיס, יעדע פון זיי מיט ארום 2,000 מיטגלידער. מיט אזויפיל מלחמות האט דייטשלאנד פארפאסט די געלעגנהייט זיך אויפצובויען אן עקאנאמישן נאמען ווען אין פאקט איז זי שוין דעמאלט געווען אן עקאנאמישער ריז. די אינדוסטריאלע פעקטאריס האבן פראדוצירט אלע ערליי אייזן און שווערע מאשינערי וועלכע די ביזנעס אייגנטומער האבן זיך געפלאגט צו פארקויפן אויסער'ן לאנד. לויט שטודיעס פון יענע צייטן זעט מען אז 90 פראצענט פון די ארבעטס קראפט אין יענע יארן האבן געארבעט אין די פעקטאריס. איינמאל דייטשלאנד האט אריינגעטרעטן אינעם 20'סטן יאר-הונדערט האט איר שטארקע עקאנאמיע אויפגעקראכט און דאס לאנד איז מיטאיינמאל געווארן איינע פון די שטערקסטע עקאנאמישע לענדער און אינטערנאציאנאלע האנדלער איבער די וועלט. דייטשלאנד'ס אריסטאקראטן האבן כמעט נישט געהאט וואס צו טאן אינעם 19'טן יאר-הונדערט און האבן אריינגעלייגט זייערע קעפ אין די רעגירונג און אין די מיליטער. ווי פריער דערמאנט איז דייטשלאנד אריינגעקומען זייער שפעט אין די אינדוסטריאלע רעוואלוציע וועלכע האט איבערגענומען אייראפע אין די מיטעלע יארן פונעם 19'טן יאר-הונדערט. איינמאל די עפעקטן פון די רעוואלוציע האט באטראפן דייטשלאנד איז זי געווען די שנעלסטע לאנד עס אויפצונעמען און איינעסן צווישן די ביזנעסער. טייל אינדוסטריס זענען פילפאכיג געשטיגן און האבן שווער געקענט נאכיאגן די פארלאנג. די פראדוקציע פון די קוילן אינדוסטרי איז אין עטליכע יאר געשטיגן פון 3.8 מיליאן מעטריק טאנען צו 21.5 מיליאן מעטריק טאנען. דאס לאנד'ס אינדוסטריאלע ראטע איז ביז א קליינע צאל יארן געשטאנען די העכסטע אין די וועלט מיט 10.2 פראצענט. אין יענע יארן האט די רעגירונג אויפגעבויט איר רעילוועי סיסטעם וועלכע האט באהאפטן אלע שטעט און נאכמער געהויבן די האנדל אין לאנד.


מאדערנע דייטשלאנד

דייטלאנד'ס מאדערנע צייטן הייבט זיך אן פון 871' ביז היינט צו טאג און נעמט אריין די צוויי וועלט מלחמות און דאס לאנד'ס ערהוילונג דערפון. די לעצטע פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד איז אין פארשידענע וועגן געווען נאך א טריאומף פאר דייטשלאנד אבער האט אויך געברענגט פרישע פראבלעמען און ארויספאדערונגן. צווישן די יארן זינט דייטשלאנד'ס ערשטע פאראייניגונג און די ערשטע וועלט קריג האט זי געהאט אירע בעסטע יארן. די עקענאמיע איז געשטאנען גאר שטארק, דאס לאנד באפעלקערונג איז געוואקסן, און עס האט געהערשט רואיגע יארן אן קיין שום ערנסטע מלחמות. ביים אנהויב פון די ערשטע וועלט קריג איז דייטשלאנד געווען די דריט גרעסטע אימפעריע אין אייראפע. א סעריע פון אימפעריאליסטישע קאנפליקטן און פאליטישע אומבארעכטיקייטן האט געפירט דייטשלאנד צו א קאטאסטראפע אין די ערשטע וועלט קריג. דער דייטשער קאנצלער וויליאמס דער צווייטער האט אריינגעלייגט כוחות אויפצובויען דייטשלאנד'ס אימפעריע און איר מיליטער. ספעציעל האט ער אריינגעלייגט כוחות אהערצושטעלן א מעכטיגע מיליטערישע ים פלאטע וועלכע ער האט געהאלטן פאר וויכטיג פאר זיין מיליטער (קיין פליגערס איז נאך דעמאלט נישט געווען). וויליאמ'ס פאליסיס האט דערצערנט בריטען און רוסלאנד וועלכע זענען דעמאלט געווען די גרעסטע אימפעריעס אויף די וועלט און האבן געהאט א פארמעסט וועלכע לאנד קען האבן מער קאלאניעס. דייטשלאנד האט געציטערט פון די צוויי גרויסמאכטן און האט געגרינדעט די טריפל אלייענץ מיט עסטרייך-אונגארן און איטאליע אין 882'. די טריפל אלייענץ איז געווען ווי אן אפמאך אז די דריי לענדער וועלן זיך העלפן איינע די אנדערע אין פאל פון א קאנפליקט. עטליכע יאר דערויף האבן פראנקרייך, רוסלאנד, און בריטען געגרינדעט אן ענליכע אלייענץ וועלכע זיי האבן אנגערופן די טריפל ענטענטי. ביים אריינטרעטונג אינעם 20'טן יאר-הונדערט איז אייראפע געווען צוטיילט צו צוויי באוואפנטע קעמפס וועלכע זענען גרייט געווען איינצושלינגן איינע די אנדערע. אין קאנטראסט צו זיין אומבארעכנטע אויסערן פאליסי וועלכע האט אנגעצינדן א פלאם אין אייראפע, האט וויליאם אייגעפירט אן עקסטרעמע קאסערוואטיווע דאמעסטיק פאליסי. ער האט ווייניג ערלויבט די פארברייטערונג פון סאציאלע סערוויסעס, און האנדל יוניאן געזעצן און האט געשטיצט די אינדוסטריאלע סעקטאר. פארשטייט זיך אז די רייכע קאפיטאליסטן האבן געשטיצט די מעכטיגע מיליטערישע אויפבוי אבער די סאציאליסטן זענען געווען זייער אומצופרידן און האבן געמאכט פראבלעמען, פרובירנדיג צו שטערן וויליאמס'ס פלענער. דאס האט אבער זייער שלעכט אויסגעקלאפט אין די ארבעט'ס קראפט ווייל די נאציאניליסטן זענען געווען ברוגז אויף די סאציאליסטן און האבן נישט געוואלט ארבעטן צוזאמען מיט זיי. די ברוגז טאנץ צווישן די צוויי באוואפנטע קעמפס האט נישט גענומען לאנג עס זאל עקספלאדירן. דאס איז געווען אין 911' ווען עס האבן אויסגעבראכן קאנפליקטן אין די באלקאן לענדער און אין מאראקא. דייטשלאנד'ס פירער וויליאם האט זיך אריינגעמישט און פרובירט צו העלפן פאר פרידן אבער פראנקרייך איז געווען שטארק דערקעגן אויס מורא אז דייטשלאנד וועט עווענטועל אריינרוקן א פיס אין אפריקע. א קורצע צייט דערנאך האט עסטרייך אנעקסירט די אטאמאן פראווינצן אין באסניע אויף וועלכע סערביע האט שוין לאנג געהאלטן אן אויג. פון דארט האט שוין נישט געדויערט לאנג ווען אן איינציגע אסאסינאציע דורך די סערבן אויף דעם יורש (פרענסיס פערדינאנד) צום עסטרייך-אונגארנ'ס טראן איז געווען דער פונק וואס האט אויפגעפלאקערט די ערשטע וועלט קריג אין עטליכע טעג. דייטשלאנד האט באלד אנגעבאטן איר שטיצע פאר עסטרייך-אונגארן און די עסטרייכער האבן געשיקט א נארישע אולטימאטום צו סערביע וועלכע סערביע האט נישט געקענט אקצעפטירן. פארשטייט זיך אז עסטרייך האט דעקלערט קריג קעגן סערביע און רוסלאנד, א פארבינדענער פריינט מיט סערביע, האט באלד דעקלערט קריג אויף עסטרייך און אויף דייטשלאנד. א טאג דערויף האט דייטשלאנד געגעבן אן אולטימאטום צו רוסלאנד אז זי מוז זיך דעמאביליזירן ביז 12 שטונדן און ווען דאס איז נישט צושטאנד געקומען האט דייטשלאנד דעקלערט קריג אויף רוסלאנד און אויף איר פריינט פראנקרייך. דעם אנדערן אינדערפרי האט פראנקרייך דעקלערט קריג אויף דייטשלאנד און עווענטועל האט אויך בריטען דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד און עסטרייך-אונגארן.


די ערשטע וועלט קריג

די אויסברוך פון די ערשטע וועלט קריג האט אנטוועקט דייטשלאנד און אויך פראנקרייך און בריטען א נאטיווע פאטריאטיזם און זיסע חלומות פון כבוד און מאכט. די שרעקליכע טויט ציפערן האט באלד אהיימגעברענגט די גרויליגע הוצאות פון מאדערנע מלחמה-פירונג צו אלע אנטייל נעמער. אפילו אין די טונקלסטע מאמענטן פון טויט און חורבן האבן די קאנסערוואטיווע מיטגלידער פון די דייטשע מיליטער אנטזאגט אלע אנבאטן צו פארהאנדלונגען פאר שלום, פארברייטערנדיג די בלוטיגסטע קריג אין היסטאריע צו א סך הכל פון 4 יאר וועלכע האט אפגעקאסט די לעבנ'ס פון 6 מיליאן דייטשן. דייטשלאנד'ס פלאן איז געווען אייצונעמען פראנקרייך אין אן איבערראשונג און אזוי פארמיידן א שווערע פראנט אויף מזרח ווי רוסלאנד'ס ארמייען האבן זיך מאביליזירט צוזאמען מיט פראנקרייך. דייטשלאנד האט צו ערשט אריינגעדרינגן אין די נוטראלע בעלגיע און פון דארט געפלאנט צו מאכן די וועג אריין גלייך קיין פאריז און עס פארכאפן אין א סורפרייז. אבער די פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט ווייל איר אריינדרינגונג אין בעלגיע איז געווען א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע קריג'ס געזעצן אויף וועלכע בריטען האט שטארק מקפיד געווען און איז צו הילף געקומען פאר בעלגיע. דייטשלאנד איז געווען איבערראשט ווען אפילו די בעלגישע האבן געשטעלט א העפטיגע ווידערשטאנד אפצושלאגן די דייטשן וועלכע די מיליטערישע פירער האבן נישט געקענט וויסן פריער. ממש בעפאר די דייטשן זענען געשטאנען ביי די טויערן פון פאריז האט מען איר צוריקגעשטויסן מיט א מעכטיגע ווידערשטאנד וועלכע איז באצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די קריג אוו די מעין. די דייטשע כוחות זענען דארט פארבליבן זיך שלאגן ביז די ענדע פון די קריג ווען רוסלאנד'ס ארמייען האבן אנגעהויבן אטאקירן אין מזרח דייטשלאנד און די דייטשע מיליטער האט זיך מיטאמאל געטראפן אין א מעכטיגע קריג אויף צוויי פראנטן. רוסלאנד'ס מיליטער האט נאך דעמאלט געטויגט אויף כפרות און די דייטשן האבן זיי אריינגעגעבן שטארקע קלעפ אבער אויפ'ן מערב פראנט איז דייטשלאנד פארבליבן ארומגענומען מיט ריזיגע מיליטערן פון בריטען, פראנקרייך און זייערע פארבינדענע פריינט. די אליאירטע (די זייט וואס האט געקעמפט קעגן דייטשלאנד איז אזוי אנגערופן געווארן) האבן באוויזן אפצושניידן די סופליי ליניעס פון די דייטשע מיליטער און אזוי שטארק צוקלאפט די מאראל צווישן די דייטשן. זעענדיג די מצב האבן א טייל מיניסטארן וועלכע זענען בכלל געווען קעגן די קריג זיך אפגעריסן פון די רעגירונג און געגרינדעט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי אבער די מיליטערישע פירער האבן דאמינירט די רעגירונג און געהאט די פולע קאנטראל אויף איר. זייענדיג פארצווייפעלט איבער די בלאקירונג וואס די אליאירטע ארמייען האבן אונטערגעשטעלט האט דייטשלאנד אנגעהויבן נוצן די סובמארין מיטל און אנגעהויבן זינקן שיפן רעכט און לינקס. דאס האט אבער פארערגערט איר מצב ווייל נאכדעם וואס עטליכע אמעריקאנער שיפן זענען געזינקן געווארן האט אויך די פאראייניגטע שטאטן דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד. צוריק אין מזרח האבן די דייטשן יא געהאט אן אויבערהאנט איבער די רוסן און די רוסן האבן געבעטן פאר שלום וועלכע איז צושטאנד געקומען אין מערץ 918'. דייטשלאנד האט דעמאלט מאביליזירט אלע אירע ארמייען אויף מערב ווי די אליאירטע האבן זיך נאר דערשטערקערט פון טאג צו טאג. איינזעענדיג די סיטואציע אויפ'ן פראנט אלס הילפסלאז האט דייטשלאנד'ס הויכע קאמאנד גע'עצה'ט וויליאמס צו גרינדן א נייע ציווילע רעגירונג וועלכע זאל בעטן פאר שלום, וויסנדיג אז די אמעריקאנער וועלן איינגיין אויף געשפרעכן מיט א ציווילע רעגירונג. בלית ברירה האט וויליאמס מסכים געווען און אויפגענומען פרינס מעקס פון באדן אלס דער נייער קאנצלער. מעקס האט זיך באלד פארבינדן מיט אמעריקע'ס פרעזידענט וואודראו ווילסאן וועלכע האט באלד געעפענט געשפרעכן ווען די קריג איז ווייטער אנגעגאנגן אין פולן ברען. אין דייטשלאנד זעלבסט איז די מצב געווען ביטער און עס האבן אויסגעבראכן אסאך אינערליכע קאנפליקטן. עס האבן זיך געגרינדעט נייע קאונסילס, טייל פון זיי קאמוניסטישע, און א רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין באוואריע. אין נאוועמבער האט פרינס מעקס אנאנסירט די אבדיקירונג פון וויליאם און אויך זיין אייגענע רעזיגנאציע אלס קאנצלער. מעקס האט איבערגעגעבן זיין פלאץ פאר פרידריך עבערט, דער פירער פון די נייע סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי. אינעם זעלבן טאג האט א הויפט מיניסטער פון די נייע רעגירונג פראקלאמירט א נייע רעפובליק. דייטשלאנד איז איינגעגאנגן אויף א וואפן- שטילשטאנד אנגעהויבן פון נאוועמבער דעם עלפטן.


נאכווייען פון די קריג

די נאכווייען פון די ערשטע וועלט קריג איז געווען זייער ביטער פאר דייטשלאנד און די שוואכקייט איז שפעטער אויסגענוצט געווארן פאר די נאצי פארטיי וועלכע האט אריינגעפירט אייראפע אין די צווייטע וועלט קריג, ברענגנדיג די גרעסטע אומגליק פאר כלל ישראל. באלד נאך די קריג האבן זיך די אליאירטע לענדער צוזאמענגעזעצט מיט דייטשלאנד און אויסגעארבעט די אזוי גערופענע "טריטי או ווערסעלייעס", אין וועלכע דייטשלאנד האט זיך געמוזט אונטערנעמען פארשידענע תנאים, אויפגעבן גרויסע טיילן פון איר אימפעריע, און נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די קריג וואס האט געמיינט באצאלן די 30 ביליאן דאלארדיגע שאדן וואס די קריג האט אנגעמאכט. דייטשלאנד זעלבסט האט געהאלטן אז זי איז אייניג שולדיג ווי פראנקרייך, בריטען, רוסלאנד, עסטרייך, און סערביע אבער זי איז געווען געצוואונגן אנצונעמען די טריטי כדי צו קענען צוריק אריינגעברענגט ווערן אין די אייראפעאישע קאמיוניטי וועלכע איז עווענטועל נישט צושטאנד געקומען ווייל דייטשלאנד איז אפגעסטעמפלט געווארן אלס א שלעכטע און מלחמה אנצינדער. איינמאל דייטשלאנד האט אקצעפטירט די טריטי האט זי געמוזט אויפגעבן טיילן פון איר לאנד צו פראנקרייך און פוילן, פארלירנדיג א גרויסע חלק פון איר אויל און קוילן אינדוסטרי. זי האט געמוזט איינצוימען איר ארמיי אין א פארזיכערונגס מיטל אז זי וועט נישט קענען קעמפן אין די קומענדיגע 15 יאר. דאס אויפגעבן די גרעסטע טיילן פון די מיליטער האט געמיינט א טאטאלע קאטאסטראפע ווייל מיליאנען מענטשן פון אלע סארט ביזנעסער זענען געווען אנגעוויזן אויף דאס מיליטער. צו אלעם האט דייטשלאנד געדארפט אנהייבן זוכן וועגן וויאזוי צו באצאלן די שאדן פון די קריג וואס וואלט קיינמאל נישט מעגליך געווען און יענע אומשטענדן. די אלע זאכן האט געברענגט א שטארקע דעביטערקייט צווישן די המון עם און האט פארמינערט די צוטרוי פון די רעגירונג אין די אויגן פון אירע אייגענע סיטיזענס. די נאצי פירער האבן גוט אויסגענוצט די צובראכנקייט און אומצוטרוי און גרינג אריינגעשטעלט אירע מערדערישע פיס. איינמאל די פרטים פון די טריטי זענען אויפגעצויגן געווארן איז די רעגירונג געווען געצווינגן איבער צו שרייבן די קאנסטיטוציע צו א נייע דעמאקראטישע רעגירונג וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס די וויימער רעפובליק. די תקופה פון די וויימער רעפובליק איז געווען זייער א קורצער אבער עס האט אראפגעשטעלט נייע יסודות אין די רעגירונג וועלכע איז צוניץ געקומען נאך די צווייטע וועלט קריג. די קאנסטיטוציע איז געווען באצירט אויף די גרונטיקע ציווילע רעכטן וועלכע איז געווען צושפרייט אין אלע דעמאקראטישע לענדער ווי די פרייהייט פון שפראך, פרעסע, אקטיוויטעטן, און אסאסיאציע. די נייע רעגירונג סיסטעם איז געווארן א פארלימענטרישע וועלכע האט באקומען א פרעזידענט. די איינשטעלונג פון די נייע רעגירונג איז אבער נישט איינארקענט געווארםן ביי די קאנסערוואטיווע און סאציאליסטישע פארטייען וועלכע האבן פרובירט אונטערצואווארפן די רעגירונג דורך אומגעלונגענע פוטשעס. די צייטן זענען געווען שווערע און קיין געלט האט דייטשלאנד נישט געהאט ווען די עקאנאמישע מצב איז געווען אין צווייפל. פארשטייט זיך אז דייטשלאנד האט נישט געהאט קיין פרוטה ארויסצונעמען פון טאש צו באצאלן די שטראפן וואס די אליאירטע האבן ארויפגעלייגט אויף איר. נאך א צייט פון 5 יאר האט די פראנצויזישע רעגירונג אריינגעשיקט טרופן און אינוואדירט גרויסע טיילן פון דייטשלאנד'ס פארבליבענע אינדוסטריאלע צענטערן זיי זאלן ארבעטן פאר איר. די דייטשע רעגירונג האט דאס נישט געוואלט אראפשלינגן און האבן געקוראזשט די ארבייטער זיך קעגנצושטעלן און נישט ארבייטן ווען די רעגירונג האט זיי באצאלט מיט אומווערידע געלטער וועלכע האט זיך דערקייקעלט צו א שרעקליכע מצב אפגעווישנדיג אלע סאציאלע פראגראמען ווי, פענסיע, סעווינגס, אינשורענס, און נאך באשטימטע פארדינסטן פון מיטל און ארבעטס קלאס דייטשן. עס איז אינגאנצן געווען 5 רואיגע יארן אין דייטשלאנד צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט קריגן. דאס איז געווען אין די מיטעלע יארן פון 920' ווען די אליאירטע האבן ארויסגענומען זייערע ארמייען פון לאנד און איינגעשטעלט די נייע גרעניצן. די נייע קאנסטיטוציע איז ערשט דעמאלט אריינגעגעסן געווארן אין דעם סיסטעם און די רעגירונג האט אנגעהויבן אויספירן די באפעלן פון די טריטי אוו ווערסעלייעס. אין יענע יארן איז דייטשלאנד אריינגענומען געווארן אין די נייע געגרינדעטע ליג אוו נעישאנס. די רואיגערע צייטן זענען שנעל פאראיבער ווען די וועלט איז אריינגעפאלן אין די 930' דעפרעסיע וועלכע האט ווידער צוקלאפט די מאראל אין לאנד ווען מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן זייערע דזשאבס. רוב דייטשן האבן דעמאלט באשלאסן זיך אנצוהענגן צו איינע פון די 4 פארטייען: די קאמוניסטישע, סאציאליסטישע ארבייטער פארטיי, נאציאנאלע סאציאליסטישע פארטיי, אדער צו די נייע פארשאלטענע נאצי פארטיי. די נאצי פארטיי האט שנעל געבליעט און איז ביז א קורצע צייט געשטאנען די צווייטע גרעסטע פארטיי אין די רייכסטאג.


די דריטע רייך

קיין איין רעזשים אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט און אויך קיינמאל בעפאר איז געווארן אזוי נאנט אינדענטיפיצירט מיט אינסטיטוציאנלאזירטע טעראר און שלעכטס ווי די דריטע רייך אונטער דער קאנטראל פון דעם ארכי מערדער אדאלף היטלער (ימ"ש) און זיין נאצי פארטיי. די וואוקס פון די נאצי פארטיי און איר שפעטערדיגע פירערשאפט האט געהאט ביטערע קאנסעקווענצן איבער די גאנצע וועלט און איר לעגאט האט אנגעהאלטן די שלעכטע אינדענטיטעט פון די דייטשן לאנג נאך די קריג. היטלער איז געווען א דורכגעפאלענער ארטיסט וועלכער האט געדינט די דייטשע מיליטער אין די ערשטע וועלט קריג. ער האט פיינט געהאט דאס אידישע פאלק פון זיין יוגנט ווי אויך די אריסטאקראטן, קאפיטאליסטן, באלשעוויקס (קאמוניסטן), און ליבעראלע. היטלער האט געהאט א געשליפן צינג מיט וועלכע ער האט אויפגעבויט די נאצי פארטיי. זיינע רעדעס זענען געווען געצילט קעגן די אידן און קאמוניסטן און ער האט פרובירט אויפצואווייזן די שוואכקייט פון די נייע וויימער רעגירונג. זיין פארטיי איז זייער שנעל געוואקסן צוליב די ביטערניש וואס האט דעמאלט געהערשט אין לאנד. שוין אין 923' האט היטלער אנגעהויבן זיינע מעשים פרובירנדיג אראפצואווארפן די רעגירונג. אין זיינע ערשטע שריט האט ער מיט זיין ארמיי געשטורעמט א רעגירונג'ס געביידע אין מינכן און געצווינגן די פאליטישע פירער צו דערקלערן זייער שטיצע צו די נאצי רעוואלוציע. היטלער האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט און האט פרובירט פארכאפן די קריגס מיניסטעריום וועלכע איז אים נישט געלונגן און ער איז אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע מיט א 5 יעריגע אורטייל. למעשה איז ער נישט געזעסן מער ווי איין יאר און באלד נאך זיין באפרייאונג איז ער צוריק געווארן די פירער פון זיין פארטיי. ערשט דעמאלט האט ער אנגעהויבן א מאסיווע קאמפיין אין וועלכע ער האט מיט זיינע רעדעס אויפגעצויגן גאר א שטארקע שטיצע צווישן די דערביטערטע איינוואוינער. זיינע נאכפאלגער האבן זיך צוגעהערט צו זיינע העצערייען און אנגעהויבן פייניגן די אידן און להבדיל קאמוניסטן אין זייערע לאקאלע געגענטער. די נאצי פארטיי איז געוואקסן פון 40,000 מיטגלידער אין 927' צו 38 פראצענט פון די באפעלקערונג אין 932'. 38 פראצענט איז נישט אזא גרויסע ציפער אבער אין יענע צייטן האט ער געהאט די גרעסטע שטיצע פון אלע פארטייען. זיין שטארקייט האט אים געטראגן גלייך צו זיין ציל ווען א טייל פון די רעכטע מיליטערישע און ציווילע פירער האבן אים געהאלטן פאר א מאניפולירנדיגע פירער און האבן אים, מיט די הילף פון אנגעזעענע דייטשע ביזנעס לייט, ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל און ער איז געווארן דייטשלאנד'ס קאנצלער. נאך א שטיק צייט אין אמט האט היטלער גוט אויסגענוצט א פייער אינצידענט אין די רייכסטאג געביידע אויף וועלכע ער האט באשולדיגט די קאמוניסטן. ער האט דאן אויסגעשלאסן קאמוניסטן פון זיין רעגירונג און האט פאררופן נייע וואלן. כאטש די נאצי פארטיי האט נאך דעמאלט אויך נישט געהאט אן אמת'דיגע מאיאריטעט האט זי אבער באוויזן צו געווינען די בארעכטיקייט אויסצופירן אירע רעוואלוציאנארע אקטן, וועלכע האט געגעבן די נייע רעגירונג דיקטאטוריאלע מאכטן אין אלע אספעקטן פון דייטשלאנד'ס לעבן.


טאטאליטארישע דייטשלאנד

זייענדיג באוואפנט מיט זיין מאכט האט היטלער אנגעהויבן פארמירן א טאטאליטארישע נאציאנאלע אימפעריע, די דריטע רייך. די יסודות פון זיינע פלענער האט היטלער אנגעהויבן אויסארבעטן נאך אין די אלטע פרייסן און שפעטער דורכאויס די ערשטע וועלט קריג ווען דאס מיליטער האט איבערגענומען די קאנטראל פון די רעגירונג. היטלער איז אנגעגאנגן מיט זיין ארבעט מיט אסאך עפעקטיווקייט. ער פלעגט ערשט קאנסאלידירן מיט די לעגיסלאטיוו, עקזעקיוטיוו, יוסטיץ, און מיליטערישע אויטאריטעט און דאן איבערגענומען די אויטאריטעט אליינס. היטלער איז שפעטער געווארן אויך פרעזידענט ווען דער דייטשער פרעזידענט וואן הינדנבורג איז געשטארבן אין 934'. די נאצי פארטיי האט צוזאמגעבינדן נאציאנאליזם און אויטאריטעטיזם צו פראדוצירן א פאטיסטישע שטאט, נאכגייענדיג די שטאט סיסטעם וואס שפאניע און איטאליע האבן אין יענע צייטן געפירט. איינמאל די נאציס זענען געווען אין פולן מאכט זענען אלע פאליטישע פארטייען פארבאטן געווארן און עס איז נישט געווען קיין מעגליכקייט פאר סטרייקס. אלע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין ארבעט זענען אריינגענומען געווארן אין ארבעט קעמפס וואו זיי האבן געהאלפן בויען די ארמיי. היטלער האט פרובירט איינצושטעלן א אינערליכע עקאנאמיע (ווערט אנגערופן אן אליין-אויסקום עקאנאמיע) און אלע ביזענעסער האבן געארבעט פאר דאמעסטיק פראדוקציע. די אנעמפלויאמענט ראטע איז געפאלן פון 6 צו 2 מיליאן. און די ארמיי איז אינגאנצן איבערגעארבעט געווארן צו א פראפעסיאנאלע ארמיי מיט זייער א שטארקע קראפט וועלכע היטלער האט געברויכט צו דעגרייכן זיינע בייזע פלענער. איינע פון די הויפט שטארקייטן צו היטלער'ס ארמיי איז געווען די אויפבוי פון א מעכטיגע עיר-פארס אויף וועלכע היטלער האט פארלאזט זיין מאכט. היטלער האט אויפגענומען הערמאן ווילהעלם גאורינג, א נאנטע פריינט צו היטלער, אנצופירן מיט די אויפבוי פון די עיר-פארס. נאך א שליסל צו זיין סוקסעספול ארמיי איז געווען די גרינדונג פון א פראפאגאנדע אפטיילונג פאר דאס מיליטער. היטלער האט פארדעם אויפגענומען פאול דזשאסעף גאבעלס וועלכער האט געהאט אסאך ערפארונג אין מידיא און פראפאגאנדע. גאבעלס האט געטאן א גוטע דזשאב מיט וועלכע היטלער איז געווען זייער צופרידן. די פראפאגאנדע איז געגאנגן זייער סאפיסטיקירט, אריינפרעגלנדיג די כבוד און מאכט פון די ארמיי אין יונגע קינדער און אין פרויען אז אלע זאלן שטיצן היטלער'ס אגענדע. די פראפאגאנדע אגענטור האט זיך באנוצט מיט ראדיא, פילמס, און פאבלישינג צו דעגרייכן איר ציל.


די האלאקאסט

שוין אין 933' האט די נאצי רעגירונג אנגעהויבן בויען די קאנצענטראציע קעמפס איינצוזעצן פיינט פון די רעזשים, אריינגערעכנט די אידן, פאליטישע אפאנענטן, קאמוניסטן, פראפעסיאנאלע קרימינאלן, און אנדערע גלויביגע אדער עטנישע מענטשן. זייער אסאך איינוואוינער האבן אנגעהויבן פארלאזן דייטשלאנד ווען די גזירות זענען געווארן הארבער, ספעציעל נאך די ביטערע נורענבורג געזעצן וועלכע האט אוועקגענומען אסאך רעכטן פון די אידן, אריינגערעכנט סיטיזענשיפ און אנדערע ציווילע רעכטן. אין יענע צייטן (936') איז פארגעקומען די אלימיפיק שפילן אין דייטשלאנד און די (פרייע) אידישע ארטיסטן און פילם מאכער האבן געהאט א גרויס'ן טייל דערין. דורכאויס די אלימפיקס איז דער מצב געווען אביסל בעסער ווייל די נאצישע רעגירונג האט נישט געוואלט ארויסווייזן איר אגרעסיווע אויפפירונג. אבער נאך די אלימפיקס איז אלעס געווארן נאך פיל ערגער ווען די גוטע אידישע שפילער, ארטיסטן, אקטיארן, און אנפירער זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע שטעלעס און זייערע פראדוקטן האבן זיך פארקויפט פאר א צענטל די פרייז וואס עס איז ווערד געווען. מיט דער צייט האבן די נאציס אנגעהויבן אטאקירן אידן אויפ'ן גאס און האבן געמאכט פאגראמען אינמיטן די נאכט. די מערסט באקאנטע פאגראם אין דייטשלאנד בעפאר די קריג איז באקאנט די קריסטאל נאכט ווען די נאציס האבן אומגעברענגט 90 אידן, האבן פארברענט צענדליגער שולן, און אויסגעבראכן די פענסטער און בא'גנב'ט די אידישע געשעפטן. נאך די קריסטאל נאכט געשעעניש זענען הונדערטער טויזענטער אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד אבער מער פון דעם האבן נישט געקענט אדער האבן נישט געוואלט און זענען ליידער פארבליבן קרבנות צו די נאציס. פון די אידן וואס זענען יא אנטלאפן זענען אסאך געראטעוועט געווארן פון די קריג אבער פאר וועמען די גזירה פון הימל איז שוין געווען פארשריבן האט עס גארנישט געהאלפן און זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך די דייטשן ווען זיי האבן איינגענומען זייערע לענדער וואו זיי זענען אנגעקומען (הי"ד). וואס די האלאקאסט האט ווייטער געברענגט דורכאויס די קריג איז אומבאשרייבליך און איז אינגאנצן נישט דא דאס פלאץ ארויסצוברענגן. אידן פון פוילן, פראנקרייך, בעלגיע, האלאנד, נארוועי, דענמארק, יוגאסלאוויע, און גריכן זענען אריין אונטער דייטשע אקופאציע וועלכע האבן זיי איינגעצוימט אין געטאס און שפעטער אפגעשיקט קיין אוישוויץ וואו זיי האבן ליידער אומגעברענגט א געשאצטע 6 מיליאן אידן (הי"ד). ווען די דייטשן זענען אריין קיין רוסלאנד האבן זיי מיטגעשיקט א ספעציעלע טויט איינהייט וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט אומברענגן אידן. מען שאצט אז ארום א מיליאן רוסישע, בילארוסיע, און אוקריינישע אידן זענען אומגעקומען אין דיישטע הענט (הי"ד). די דייטשן האבן געוואלט אויסנוצן יעדן איד און האבן זיי געגעבן שווערע ארבעט. די וואס האבן נישט געקענט ארבעטן אדער זענען קראנק געווארן זענען אומגעברענגט געווארן דורך פארגאזונג, שיסן, אדער פאטאלע איינשפריצונגן. די טויטע אידישע קערפער זענען ליידער גענוצט געווארן פאר מעדיקאלישע עקספרימענטן. אין 942' זענען די טרויעריגע טויט קעמפס אין אוישוויץ און אין בירקענאו פארטיג געווארן און די דייטשע רוצחים האבן אפיציעל אנגעהויבן אומברענגן גאנצע קהלות און אידישע קאמיוניטיס דורך זייער בארימטע גאז קאמערן און קרעמאטאריעמס. די טויט קעמפס האבן אומגעברענגט ארום 9,000 אידן אין 24 שטונדן מיט די הילף פון אידישע ארבייטער און פאליציי. ביי די ענדע קריג איז די נומער פון די אומגעקומענע געשאצט געווארן צווישן 5.6 און 5.9 מיליאן אידן. ימח שמם וזכרם. אויסער די אידן זענען הונדערטער טויזענטער מינערווערדיקע מענטשן אומגעברענגט געווארן דורכאויס די 12 יאר פון די פארשאלטענע דריטע רייך.


אפאזיציע און קעגנערשאפט

כאטש רוב לענדער וועלכע זענען אקופירט געווארן דורך די דייטשן האבן קאלאבראדירט מיט די דייטשע רציחות פון אידן און אנדערע, זענען אבער געווען געוויסע לענדער וועלכע האבן זיך יא קעגנגעשטעלט די דייטשן. אונגארן, בולגאריע, פינלאנד, און איטאליע האבן אין אנפאנג אפגעזאגט די דייטשן צו דעפארטירן אידן קיין דייטשלאנד. צווישן די געליטענע זעלבסט איז אויך געווען עפעס קעגנשטעלונג. אין די לאגערן פון טארנאו, רעדאם, בעדזין, ביאליסטאק, און סאביבאר זענען פארגעקומען דורכגעפאלענע אויפשטאנדן אין וועלכע די געליטענע אידן האבן נקמה גענומען פון זייערע פייניגער אבער זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן דורך די דייטשע ארמיי וועלכע זענען זייער שנעל געקומען צו הילף די עס-עס רוצחים. די גרעסטע אויפשטאנד אין פארגעקומען אין ווארשע אין 943' ווען די פארבליבענע 65,000 אידן וועלכע האבן שוין געוואוסט וואס עס ווארט זיי (ר"ל) האבן ארגאנאזירט א מעכטיגער אויפשטאנד וועלכע האט אנגעהאלטן איבער 3 וואכן. אין דעם אויפשטאנד האבן די אידן מיט זייערע גע'גנב'טע געווער און ארטילערי אויסגעקוילעט הונדערטער דייטשע פאליציי לייט און האבן געקעמפט ביז'ן לעצטן מינוט ווען א ריזיגע מחנה פון דייטשע סאלדאטן האבן זיי נאכאנאנד באמבארדירט און פארניכטעט די גאנצע געטא מיט אלע מענטשן אין איר (הי"ד). אין דייטשלאנד זעלבסט איז געווען קעגנערשאפט פון צוויי באזונדערע גרופעס. די ערשטע זענען געווען אינדיווידואלע מענטשן וועלכע האבן נישט געקענט פארנעמען די דייטשע רציחות און און גרעסטע מאס אוממענטשליכקייט און די היסטאריע און האבן זיך גרופירט אונטער די פירער פון א דייטשע קירכע וועמענס גלחים זענען געווען די אנפירער פון די גרופע. די גרופע האט זייער אפען אראפגעריסן די דייטשע ראסיזם און ברוטאליטעט און האבן באצאלט א פרייז דערפאר ווען די דייטשן האבן זיי ארעסטירט, דעפאטירט, אדער אומגעברענגט. די צווייטע גרעסטע קעגנערשאפט איז געווען אין די אויניווערסיטי אוו מינכן וואו א גרויסע טייל סטודענטן האבן געגרינדעט אן אונטערערדישע קעגנערשאפט וועלכע איז אנגערופן געווארן די ווייסע רויז. די גרופע איז געווען שטארק און האבן געהאט גרויסע פלענער אבער עס איז עווענטועל אויפגעדעקט געווארן און עקזעקוטירט געווארן דורך די עס-עס. סאציאליסטן און קאמוניסטן וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן בעפאר די קריג האבן אויך פרובירט צו קעמפן די פאטיסטישע רעגירונג אבער זייער אקציעס זענען געווען ווערדלאז. אחוץ די ציווילע קעגנערשאפט איז אויך געווען קעגנערשאפט אינערהאלב היטלער'ס רעגירונג וועלכע האבן פרובירט עטליכע מאל אים אומצוברענגן. די מערסט באקאנטע פראבע איז געווען אין 944' ווען עטליכע גאר נאנטע פריינט פון היטלער האבן אונטערגעלייגט א באמבע אין זיין אונטערערדישע אפיס וועלכע האט אים נאר לייכט פארוואונדעט. היטלער האט נקמה גענומען פון אלע אויפשטענדלער אין פובליק מיט גרוליגע און ברוטאלע עקזעקואציעס.


די צווייטע וועלט קריג

די מאסיווע חרבנות וואס די ערשטע וועלט קריג האט אנגעמאכט איז נאך געלעגן אין די ביינער פון אלע אייראפעאישע לענדער, אבער די רייץ און גלוסט פאר מאכט איז ווייטער געבליבן איינגעבאקן. נאצי-דייטשלאנד האט טראץ אירע סאנקציעס אנגעהויבן אויפבויען איר מיליטער שטילערהייט אבער די אליאירטע לענדער זענען שנעל געוואויר געווארן וואס עס קאכט זיך דארט און האבן דאך פארמאכט די אויגן אויס מורא פאר נאך א קריג ווען דער ביטערער טעם האט זיך נאך געשפירט. היטלער האט פארשטאנען זייער שוואכקייט און האט דאס אויסגענוצט ביז די לעצטע מינוט ווען די אליאירטע האבן געזען וואס ער פלאנט צו טאן און האבן אנגעהויבן קעמפן. היטלער'ס אויסריידן זענען געווען אז די ווערסעלייעס טריטי איז נישט געווען יושר'דיג און דייטשלאנד וויל צוריקנעמען אירע געוועזענע טעריטאריעס. זיינע טענות האבן נישט שלעכט געקלינגן און די אויערן פון אסאך פאליטישע פירער וועלכע האבן אויך געהאלטן אז די טריטי איז נישט געווען גוט אויסגערעכנט און עס קומט זיך מער פאר דייטשלאנד. אין 933' האט דייטשלאנד איבערגעלאזט איר מיטגלידערשאפט אין די ליג אוו נעישאנס און געשלאסן א געשעפט מיט יאפאן קעגן קאמוניזם. דייטשלאנד האט אויך געמאכט א נאנטע אליאנץ פארבינדונג מיט די פאטיסטישע איטאליע. היטלער האט אין זיינע ערשטע טריט געמאלדן אז עסטרייך איז א טייל פון דייטשלאנד און האט געמאכט אן אפיציעלע יוניאן אן דעם וואס איינער זאל מאכן א פיפס. אפילו עסטרייך זעלבסט האט נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, ציטערנדיג פון דייטשלאנד'ס מלחמה מאשין. היטלער האט זיך באלד דערנאך גענומען צו טשעכסלאוואקיע ביי וועלכע ער האט ווייטער אויסגעפירט אן א שאס נאכדעם וואס בריטען, פראנקרייך, און איטאליע האבן אונטערגעשריבן די טרויעריגע באוואוסטע מינכן פאקט וועלכע האט געגעבן רשות פאר היטלער צו אקופירן די טייל פון טשעכסלאוואקיע וועלכע איז געווען פיל מיט דייטשע איינוואוינער אויפ'ן תנאי אז מיט דעם וועט ער זיין צופרידן און אפלאזן אנדערע לענדער. למעשה האט זיך די מינכן פאקט ארויסגעשטעלט צו זיין די גרעסטע טעות פון די אליאירטע וועלכע וואלטן נאך דעמאלט געקענט גרינגער קעמפן קעגן נאצי-דייטשלאנד. עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע מאנאטן ווען היטלער האט געבראכן זיין צוזאג און איינגענומען די צווייטע העלפט טשעכסלאוואקיע. 5 מאנאטן שפעטער האט היטלער אויסגעדרייעט זיין פאליסי, מאכנדיג א נייע פאקט מיט סאוויעט יוניאן אין וועלכע די צוויי גרויסמאכטן האבן אויסגעארבעט די פלענער צו אינוואדירן פוילן און זיך דערנאך צוטיילן מיט די רויב. פוילן האט אנגעהויבן דערגיין די פלענער און האט געשלאסן א פאקט מיט בריטען אז זי וועט איר צו הילף קומען אויב דייטשלאנד מארשירט אריין. אין א איבערראשונג האט דייטשלאנד אינוואדירט פוילן א מאנאט דערויף און בריטען און פראנקרייך האבן דעקלערט קריג קעגן דייטשלאנד און די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן. דייטשלאנד האט דורכגעפירט בליץ קריגן וועלכע מען האט זיך שווער געקענט אנטקעגן שטעלן. די דייטשע ארמיי האט געהאט די בעסטע עקוויפמענט און האט געארבעט זייער פונקטליך. מערב פוילן איז איינגענומען געווארן איינס צוויי דורך די דייטשן און מזרח דורך רוסלאנד. נאך פוילן האט דייטשלאנד גרינגערהייט איינגעשלינגן דענמארק, נארוועי, און נאך קלענערע לענדער גרייכנדיג די גרעניצן פון פראנקרייך. פראנקרייך איז געווען די ערשטע לאנד וואס האט געמאכט אן ערנסטע ווידערשטאנד אבער די דייטשן האבן איר שנעל באזיגט און האבן נקמה גענומען דורך איינשטעלן אן ענליכן טריטי וואס פראנקרייך האט איינגעשטעלט אין דייטשלאנד נאך די ערשטע וועלט קריג. אין דעם טריטי האט פראנקרייך אויך נישט געמעגט האבן קיין וואפן און האט געמוזט אויפגעבן טעריטאריעס פון איר אימפעריע. היטלער האט זיך נישט אפגעשטעלט און מארשירט ווייטער קיין בריטען, אנהייבנדיג מיט מאסיווע באמבארדירונגן נאכט נאך נאכט וועלכע האבן פארניכטעט טויזענטער געביידעס און מיליטערישע איינריכטונגן. אבער די בריטישע זענען געווען עקשנים און האבן זיך נישט געוואלט אונטערגעבן. היטלער האט אויך געשיקט טרופן קיין אפריקע, גריכלאנד, און יוגאסלאוויע וואו די איטאליענישע כוחות האבן געקעמפט און דערנאך פלוצלינג זיך אויסגעדרייעט קעגן רוסלאנד און אנגעהויבן מעכטיגע אינוואזיעס, גרייכנדיג ביז נאנט צו מאסקעווע וואו די סאוויעטן האבן צוגעגרייט א שטארקע ווידערשטאנד און מיט די הילף פון א קאלטע ווינטער צו וועלכע די דייטשן זענען נישט געווען געוואוינט, האבן זיי פארטריבן די דייטשן און פארניכטעט א גרויסע טייל פון איר ארמיי. יאפאן וועלכע האט באזונדער געקעמפט אינעם פאסיפיק האט איין אינדערפרי באמבארדירט אמעריקע'ס פוירל הארבאר שיף איינריכטוג וועלכע האט אריינגעשלעפט אמעריקע אין די קריג אויך קעגן דייטשלאנד. די קריג איז שוין דעמאלט געגאנגן שלעכט פאר די דייטשן אבער די דיישטע רוצחים האבן אנגעפירט מיט זייערע רציחות אומגעברענגענדיג וואס מער אידן (און נאך) הי"ד. די אקופירטע לענדער האבן אנגעהויבן פארלירן סופלייס און עסן פון וועלכע אסאך מענטשן זענען געשטארבן און געהעכרט די צאל פון די טויטע. אין 943' האט די שטריק ארום דייטשלאנד אנגעהויבן איר שטיקן. די אליאירטע האבן אפגעהאלטן נצחונות אין אפריקע און פון דארט אינוואדירט איטאליע. מיליאנען באמבעס האבן אנגעהויבן פאלן אויף דייטשע פאבריקן און מיליטערישע פעסטונגן, אומברענגנדיג צענדליגער טויזענטער ציווילע דייטשן. ביי א געוויסן פונקט האבן די אליאירטע באמארדירונגן אין איין נאכט אויף האמבורג און דרעסדען אפגעווישט 130,000 ציווילע דייטשן. וויאזוי אימער, האט היטלער זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און האט ווייטער געקעמפט און געהייסן זיינע גענעראלן קעמפן ביז'ן לעצטן סאלדאט. די אליאירטע כוחות האבן צוביסלעך אריינגעדרינגן אין דייטשלאנד דורך די היסטארישע אינוואזיע אין נארמאנדי און די רוסן פון מזרח. ווען די רוסישע מיליטער איז געשטאנען ביי די שוועל פון בערלין איז היטלער באגאנגן זעלבסמארד און זיין מיליטער האט זיך אונטערגעגעבן ביז עטליכע וואכן.


דייטשלאנד אינעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט

די דייטשע באפעלקערונג איז אסאך געוואקסן אין א צייט פון קריג (פארגעסט נישט אז דייטשלאנד האט פארלוירן קרוב צו 20 מיליאן מענטשן דורכאויס די 6 יאר פון די קריג) און מער מענטשן האבן זיך אריבער געצויגן אין די גרויסע שטעט אנצוהייבן אן אורבאן לעבן. די וואוקס איז אבער נאר געווען אין מערב דייטשלאנד. אין מזרח איז די באפעלקערונג פארבליבן ביי 17 מיליאן איינוואוינער לאנגע יארן נאך די קריג. ווען דייטשלאנד האט זיך צוריק פאראייניגט אין 990' האט זי געהאט סך הכל 82 מיליאן איינוואוינער. טראץ די מאסיווע באמבארדירונגן און טאטאלע פארניכטונג האט דייטשלאנד'ס אינדוסטריאלע עקאנאמיע איבערגעלעבט ביידע וועלט קריגן און האט ווייטער געבליעט. די שנעלסטע וואקוס איז געווען אין די קוילן אינדוסטרי וועלכע איז בעפאר די קריג געווארן די וועלטס גרעסטע קוילן פראדוצירער. אין די אויטאמאביל אינדוסטרי איז דייטשלאנד געווארן די וועלטס פירער נאכדעם וואס רודאלף דיזעלס האט ערצייגט א נייע סארט אויטא מאטאר וועלכע טראגט זיין נאמען (דיזעל מאטארן) אין צוגאב צו די גאזאלין מאטאר וועלכע איז אויך אויסגעטראפן געווארן דורך דעם דייטשן אינדזשעניר גאטליב דיימלער יארן פריער. דיימלער האט אין זיינע עלטערע יארן געעפענט אן אייגענעם אויטא פירמע וועלכע האט זיך שפעטער צוזאמנגעשמאלצן מיט אן אנדערע דייטשע אויטא פירמע פון קארל בענז און איז געווארן די וועלט'ס באוואוסטע מערצעדעס-בענז בראנד. אין דער זעלבער צייט האט זיך אין דייטשלאנד געגרינדעט צוויי אנדערע גרויסע אויטא פירמעס: בעוועריען מאטאר וואורקס (בי-עם-דאבעליו) און וואלקסוועגן, ביידע ריזיגע וועלט פירמעס. דייטשע סייענטיסטן און פארשער זענען אויך געווען זייער סוקסעספול און האבן געווינען 26 נאבעלע פרייזן אין כעמיסטרי, פיזיקס, און מעדעצין. כאטש די גרעסטע סייענטיסטן אין פיזיקס זענען אין יענע צייטן געווען אלבערט איינשטיין און מעקס פלענק (פלענק איז גראדע אויך געווען א דייטשער נאר ער איז ארויסגעטראסקעט געווארן פון לאנד נאכדעם וואס ער האט אפען קריטיקירט די נאצי רעזשים), האבן די דייטשע סייענטיסן דעגרייכט זייער אסאך אין נאטורליכע און סאציאלע סייענס.


צוויי שטאטן

אין די לעצטע מאנאטן פון די קריג ווען דייטשלאנד'ס מפלה איז שוין געווען א זיכערע זאך האבן די אליאירטע זיך צוזאמענגעזעצט צו פארהאנדלן די נאך-מלחמה אקופאציעס וועלכע איז דאן צוטיילט געווארן צו 4 באזונדערע זאנעס צווישן פראנקרייך, רוסלאנד, אמעריקע, און בריטען. די רוסן האבן שווער געקעמפט אין מזרח און מען האט זיי באלד צוגעטיילט גאנץ מזרח דייטשלאנד מיט'ן אויסנאם פון די הויפט שטאט בערלין וועלכע איז זעלבסט צוטיילט געווארן צווישן די גרויסמאכטן און רוסלאנד האט נאר באקומען א טייל. די פראנצויזן האבן באקומען דרום-מערב דייטשלאנד און אמעריקע און בריטען האבן זיך צוטיילט מיט מערב. אין די פאלגענדע 2 יאר נאך די קריג איז אפגעהאלטן געווארן אן אינטערנאציאנאלע מיליטערישע טריבונאל אין נורעמבורג וואו די דייטשע מערדער האבן באקומען זייערע פראצעסן פאר זייערע קריגס פארברעכן אין זייערע אכזריות'דיגע פארברעכן קעגן די מענטשהייט. רוב פארברעכער זענען אומגעברענגט געווארן אדער פארשפארט געווארן פאר זייער גאנצן לעבן. אין יענע צוויי יאר איז געווען דייטשלאנד'ס שווערסטע עקאנאמישע יארן. אויב די קריג האט נישט גענוג צוקלאפט די עקאנאמיע האבן פרישע צענדליגער טויזענטער מזרח דייטשע איינוואוינער געשאפן די גרעסטע פראבלעם ווען זיי זענען אנטלאפן פון קאמוניזם און האבן באלאגערט די אזוי אויך אפגעשוואכטע מערב סאסייאיטי וועלכע האבן קוים געהאט גענוג האוזינג און עסן פאר זייערע אייגענע געברויכן. איינמאל די עקאנאמיע האט זיך צוריקגעכאפט האבן די אנטלאפענע געגעבן ווערדפולע ארבייט און כשרונות. אין די צוויי דייטשע שטאטן האט זיך נאך די קריג אנגעהויבן בויען צוויי אנדערע עקאנאמיעס וואס איז געוען א פארמעסט צווישן די אליאירטע און די סאוויעט יוניאן. אמעריקע אין בריטען האבן זיך שנעל פאראייניגט זייערע זאנעס און עס איז געווארן די ברייזאניע. פראנקרייך האט נאכגעטאן און האט זיך אויך פאראייניגט, פארמירנדיג די אזוי גערופענע טרייזאניע. אמעריקע אין בריטען האבן באזייטיגט די דייטשע אומסטאבילע וואלוטע און האבן איינגעשטעלט די דייטשע מארק און אנגעהויבן אינוועסטירן שווערע געלטער צו די ווידער-אויפבוי פון דייטשלאנד'ס עקאנאמיע. אמעריקע און אירע שותפים האבן דייקא געוואלט ווייזן פאר די קאמוניסטן אז זיי וועלן מאכן מערב דייטשלאנד פאר א עקאנאמישע וועלט מאכט ווען די סאוויעטן האבן געטאן דאס זעלבע און אויסגעפארעמט א ריכטיגע קאמוניסטישע עקאנאמיע וועלכע האט נאציאנאליזירט אלע פריוואטע ביזנעסער און אלע גרויסע אונטערנעמונגן זענען צוטיילט געווארן צו עטליכע קלענערע לאגערן. למעשה האבן ביידע זייטן שטארק מצליח געווען און אלס רעזולטאט איז דייטשלאנד ארויסגעקומען אייראפע'ס מערסט בליענדיגע לאנד. די מארשאל פלאן האט אויך גאר אסאך געהאלפן קליינע און פריוואטע ביזנעסער וועלכע וואלטן פארלוירן געגאנגן ווען נישט די הילף וואס זיי האבן באקומען. די סאוויעטן און די פאראייניגטע שטאטן האבן אויך אויפגעבויט פאליטישע קאנקורענט רעזשימען און האבן זיך גערייצט ביי יעדע געלעגנהייט. אין 948' האבן די סאוויעטן פרובירט איבערנעמען קאנטראל אויף גאנץ בערלין דורך בלאקירן אלע ראודס אריין אין שטאט און אזוי ארום פארהאלטן די שטאט'ס סופלייס און פארשיקן די אמעריקאנער אקופירער. אמעריקע האט זיך אבער שנעל אן עצה געגעבן און האט ארגאניזירט א עירליפט וועלכע האט סופלייט מערב בערלין פאר 11 מאנאטן ביז די סאוויעטן האבן צוריקגעצויגן און אויפגעלעזט זייערע בלאקירונגן. אין 949' האבן אמעריקע, בריטען, און פראנקרייך געהאלפן גרינדן די פעדעראלע רעפובליק אוו דייטשלאנד כאטש בערלין איז נאך אלס געווען צוטיילט אין 4 זאנעס. די נייע קאפיטאל איז אויפגעשטעלט געווארן אין באן און דער פירער פון די קריסטליכע דעמאקראטישע יוניאן, קאנראד עדענעוער, איז געוארן דער ערשטער קאנצלער.


די קאלטע קריג צייטן

אין 952' האבן די מערב אקופירער לענדער אונטערגעשריבן אן אגרימענט מיט מערב דייטשלאנד וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די באן קאנווענשן וואס האט אפיציעל געענדיגט מיליטערישע אקופאציע כאטש מערב טרופן זענען נאך אלץ פארבליבן דארט אלס אליאירטע. צוויי יאר שפעטער האט דייטשלאנד באקומען פולע זעלבסשטענדיקייט און איז געווארן א פולע מיטגלידער אין נאטא'ס דעפענס סיסטעם. די איינציגסטע ארט וואו דאס מיליטער איז פארבליבן איז געווען אין מערב בערלין וואו די אליאירטע האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט צו באהאנדלן די מצב מיט די סאוויעטן און דארט זיין פאר א מעגליכע ווידער פאראייניגונג. אין 956' האט דייטשלאנד אנגעהויבן צוריק אויפבויען א מינימאלע מיליטער טראץ די קעגנערשאפט פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי (עס-די-פי). עטליכע יאר דערויף האט די עס-די-פי פארלאנגט די מערב לענדער ארויסצוציען אלע זייערע טרופן און האט פארלאנגט א שטרענגע לימיטאציע צו קאנווענציאלע וואפן. די דייטשע באפעלקערונג האט אבער נישט מסכים געווען און האט פארלאנגט א באוואפנטע דייטשלאנד וועלכע איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס אמעריקע האט געהאט חשק צו האבן נאך א נוקלעארע באוואפנטע נאטא קראפט מיטגלידער. דייטשלאנד איז אויך דאן געווארן א מיטגלידער אין די אייראפעאישע עקאנאמישע קאמיוניטי. די 50'גער יארן זענען געווען זייער גוטע און דאס לאנד האט זיך אסאך אנטוויקעלט אין די יארן. די דזשי-די-פי איז געוואקסן מיט 75 פראצענט און די יערליכע וואוקס פער מענטש האט זיך גאר געדאפעלט. די אינדוסטריאלע וואוקס איז געקומען פון פרישע שטייער שניטן פאר פריוואטע און גרויסע אינוועסטמענטס פון פריוואטע מענטשן. די ארבעטס קראפט איז געבענטשט געווארן דורך 3.5 מיליאן אימיגראנטן מיט גוטע כשרונות, רוב דערפון אנטלאפענע פון מזרח דייטשלאנד און אסאך פון שפאניע, טערקיי, און איטאליע. די אימיגראנטן האבן פארשפרייט אלע ביזנעסער און האבן ארויפגעשטופט די עקאנאמיע צו גאר הויכע שטאפלן וואס קיינער וואלט זיך נישט געקענט פארשטעלן. די דייטשע האבן עס שפעטער באצייכנט אלס די "ווירטשאפטס וואונדער" (עקאנאמישער נס). די דייטשע רעגירונג האט אין די אלע יארן ווייטער פאר'משפט נאצי פארברעכער און האט זיי געשטערט פון האבן א טייל און די נייע דייטשלאנד. די רעגירונג האט אויך געגעבן גרויסע געלטער פאר די צושטאנדקום פון די אידישע מדינה (מדינת ישראל) וועלכע זי האט באטראכט אלס א שטיקל קאמפענסאציע צו די חרבנות וואס זי האט אנגעמאכט אין דאס אידישע פאלק. ביי די ענדע פון די 50'גער יארן האבן עטליכע פירמעס מיט נאצי פארגאנגענהייטן יא אנגעהויבן צוריקקומען אין די עקאנאמיע. ביז אין 960' האט שוין דייטשלאנד געהאט אן 1 ביליאן דאלארדיגער סורפלוס אין עקספארט און איז געווארן אייראפעס פירנדיגע פאליטישע און עקאנאמישע קראפט. אין מזרח דייטשלאנד האט זיך אויפגעבויט אן אנדער לאנד מיט אן אנדערע סאסייאיטי. די קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם האט געהאט די פולע קאנטראל אויף די גאנצע עקאנאמיע און איר אויסגעפירט דורך די פאליציי קראפט וועלכע מען האט דארט אנגערופן די סטאסטי. די ארטיגע רעגירונג האט פארבאטן די געוועזענע נאציס פון ארבעטן אין די סעקטארן פון ערציאונג, געזעץ, און די ארמיי. מזרח דייטשלאנד האט געליטן פון אסאך פראבלעמען און טייל מאל איז פשוט געווען א מאנגל אין עסן. די שטייערן זענען געווען זייער הויך וועלכע האט געפירט צו ריזיגע פראטעסטן וועלכע זענען אפגעשטעלט געווארן מיט געוואלד. אין די ערשטע 15 יאר זענען הונדערטער טויזענטער איינוואוינער אנטלאפן קיין מערב דייטשלאנד, ספעציעל די געלערנטע מענטשן וועלכע האבן געזוכט א פרייערע לעבן צו קענען טאן ביזנעס. זעענדיג אז זי בלייבט באלד אן א מענטשן, האט די קאמוניסטישע מזרח רעגירונג אנגעהויבן בויען א צוים פון שטעך דראט און אייזן צו קענען פארהאלטן די מאסן אויסוואנדערונג. די רעגירונג האט אנגערופן די צוים "די אנטי פאטיסטישע באשיצונג וואנט". די שטעך דראט איז שפעטער איבערגעטוישט געווארן צו א שטיינערנע מויער וועלכע איז באקאנט געווארן אלס די בערלינע וואנט (זעה מער אינפארמאציע אין בייגעלייגטן קעסטל). אין 969' איז די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי ענדליך געלונגן צו געווינען די מיאריטעט א דאנק די הילף פון די פרייע דעמאקראטישע פארטיי וועלכע האט איר אויך געשטיצט. ווילי ברענדט, דער פירער פון די פארטיי איז געווארן קאנצלער און געזוכט אנצוקניפן בעסערע באציאונגן מיט סאוויעט רוסלאנד. די סאוויעטן האבן זיך געלאזט און ברענדט האט דעגרייכט א 4 קראפטיגע הסכם (אקארד) צו בערלין און די אפיציעלע אנערקענונג פון ביידע רעגירונגן. א יאר דערויף זענען ביידע רעגירונגן איינגעשריבן געווארן און די יונייטעד נעישאנס אבער ברענדט האט רעזיגנירט פון זיין בענקל נאך פאר זיין ארבעט איז פארענדיגט געווארן נאכדעם וואס מען איז דערגאנגן אז איינער פון זיין אינערליכע פערזענליכע שטאב איז געווען א שפיאן פאר מזרח דייטשלאנד. ברענדט איז איבערגענומען געווארן דורך העלמוט שמידט וועלכע האט אויפגעגעבן נאך א קורצע צייט צוליב די אפשוואכונג פון ברענדט'ס פארהאנדלונגן. דער נעקסטער קאנצלער איז געווען העלמוט קאהל אויך פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי. קאהל האט געטאן א גוטער ארבעט און ער איז איבעראל באגריסט געווארן דערפאר. ער איז עטליכע מאל ווידער-ערוועלט געווארן און האט געשאפן א פראמינענטער נאמען פאר דייטשלאנד אין די אינטערנאציאנאלע קאמיוניטי. צוביסלעך האבן די צוויי דייטשע רעגירונגן אנגעהויבן בעסערע באציאונגן אין פינאנציעלע אישוס און שפעטער אויך אין טרעוול. אין 987' האט דער מזרח דיישטלאנד פרעזידענט, עריך האנעקער, געבראכן די אייז און איז געווארן דער ערשטער מזרח פרעזידענט אפצוהאלטן אן אפיציעלע באזוך אין מערב דייטשלאנד.


דייטשלאנד פאראייניגט זיך צוריק

אין די 980' יארן האבן די אייראפעאישע קאמוניסטישע רעגירונגן אנגעהויבן ווייזן פארמערנדיגע צייכנעס פון איבערשטרענגעניש און יעדער האט געקענט זען אז די קאמוניסטישע סיסטעם איז לעכערליך. די קאמוניסטישע רעגירונגן האבן דאן אנגעהויבן אויפציען דעמאקראטישע רעפארמען און האבן פארגרינגערט די טרעוול פארבאט צו מערב. די מזרח דייטשע איינוואוינער האבן דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבער געכאפט קיין מערב דייטשלאנד דורך די סאציאליסטישע לענדער ווען זייער רעגירונג איז געשטאנען פארצווייפעלט נישט וויסנדיג וואס צו טאן ווייטער. די מערב רעגירונג האט גוט אויפגענומען די נייע אימיגראנטן און זיי געשאפן ארבעט. מען קען זיך פארשטעלן וואספארא קריזיס עס האט אויסגעבראכן אין מזרח דייטשלאנד. טויזענטער ביזנעסער זענען אונטערגעגאנגן און די וויכטיגע באדערפענישן האבן אנגעהויבן מאנגלן. האנעקער האט רעזיגנירט פון אמט און זיין נאכפאלגער, עגאן קרענז, האט צוגעזאגט רעפארמען. קרענז האט גענומען שנעלע שריט און האט איבערראשט גאנץ דייטשלאנד מיט זיין מעלדונג אז די בערלינער וואנט איז מער נישט גילטיג און וועט מער נישט סערווירן קיין שום פינקציע. דעמאקראטישע לעכצער פון ביידע זייטן האבן אנגעהויבן אראפרייסן דעם סימבאלישן מויער און פרישע 200,000 מענטשן האבן פארלאזט מזרח דייטשלאנד דורך די נארוואס אויפגעריסענע עפענונגן. די מערב רעגירונג האט דאן אויסגענוצט די געלעגנהייט אויף פארקערט און אנגעהויבן אריינשיקן הילף פאר די אונטערגעדרוקטע איינוואוינער. מיט וואס א טאג מער זענען די צוויי סאסייאיטיס געווארן מער אפען איינע צו די אנדערע און אין 990' האבן די צוויי רעגירונגן געלאנטשט א פאראייניגטע פינאנציעלע סיסטעם. פון דארט איז שון אלעס געגאנגן שנעל און די מזרח רעגירונג האט אויף יעדע אישו אנגענומען דער דעמאקראטישער וועג וועלכע מערב דייטשלאנד האט אנגעבאטן. אום אקטאבער 993' האבן זיך די צוויי דייטשלאנדס אפיציעל פאראייניגט דורך די אויפלעזונג פון די מזרח רעגירונג. די ערשטע וואלן פון דאס גאנצע לאנד צוזאמען איז אפגעהאלטן געווארן אין דעצעמבער. די קאאליציע איז אנגעפירט געווארן דורך קאהל וועלכער האט גענומען א טייל אין די ווידער-פאראייניגטע רעגירונג. א יאר דערויף האט די בונדסטאג באשטימט בערלין אלס די הויפט שטאט פון דייטשלאנד און מען האט אנגעהויבן טראנספערירן די רעגירונג אוועק פון באן. נישט אלעס איז געלונגן צו טראנספערירן אזוי שנעל און זענען פארבליבן אין באן ביז'ן היינטיגן טאג. מיט די פאראייניגונג פון די צוויי דייטשלאנדס איז די ווידער-פאראייניגטע רעגירונג געווארן די 12'טע לאנד אין די דעמאלט גערופענע מעסטריקט טריטי (אפמאך) וועלכע האט פארמירט די אייראפעאישע פאראיין. די מיטגלידער אין די אי-יו האבן זיך געברויכט צושטעלן צו א פאראייניגטע עקאנאמישע און אויסערן פאליסי. דייטשלאנד האט אנגעהויבן ארבעטן ארייגענומען צו ווערן אין די יו-ען סעקיוריטי קאונסיל און האט עס דעגרייכט נאכדעם וואס א דייטשע קאנסטיטוציאנאלע געריכט האט געאורטיילט אז דייטשלאנד איז פאסיג אנטייל צו נעמען אין שלום אפעראציעס אויסער נאטא. אין 994' האבן די לעצטע פארבליבענע רוסישע טרופן פארלאזט בערלין, סיגנאליזירנדיג די ענדע פון די 50 יעריגע אקופאציע אין מזרח דייטשלאנד דורך סאוויעט רוסלאנד. ווי נאר דאס האט פאסירט זענען די לעצטע 200 אליאירטע טרופן אויך אהיימגעגאנגן און בערלין איז צום ערשטן מאל זינט די צווייטע וועלט קריג מער נישט געווען גאסט-געבער צו אויסערן טרופן.

פאראייניגונג שוועריקייטן

מיט דייטשלאנד'ס פאראייניגונג זענען טויזענטער לאנגיעריגע צושיידטע פאמיליע'ס און פריינט צוריק פאראייניגט געווארן אבער די פאראייניגונג האט נישט געהאט נאר א גלאטע זייט, עס האט מיטגעברענגט א רייע עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעמען מיט וועלכע דאס לאנד האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן. די פראבלעמען האבן אריינגערעכנט: א מאנגל אין הואזינג, ארבעטסלאזיקייט, פארמערטע פארברעכן, און געוואלדטאטן פון רעכטע פליגלן קעגן די אויסלענדישע איינוואוינער וועלכע האבן געברענגט צו ריזיגע פראטעסטן. די מערב רעגירונג האט געהאט גערעכנט אויסצוגעבן אסאך געלט נאך די פאראייניגונג אבער ווען עס איז געקומען דערצו זענען די קאסטן אריבער אלע ערווארטונגן ווען אין מזרח האט מען אפילו נישט געקענט אנזען קיין רעזולטאטן. די רעגירונג האט דאן בלית ברירה געהעכערט שטייערן און פארמינערט רעגירונגס פראגראמען. אויך האט די רעגירונג פרובירט צו פארקויפן זייער אסאך פון די גאר גרויסע ביזנעסער פון מזרח דייטשלאנד וועלכע זענען געווען צו טייער אויפצוהאלטן. די פאראייניגונג האט אויך מיטגעברענגט א רייע פראבלעמען אינערהאלב די ארבעט'ס קראפט ווען הונדערטער מזרח ביזנעסער וועלכע זענען באשיצט געווארן דורך די קאמוניסטישע רעגירונג זענען יעצט געבליבן איינזאם און האבן שווער געקענט קאנקורירן מיט די מער פארגעשריטענע מערב ביזנעסער אין די זעלבע קאטעגאריעס. עס האט געדויערט יארן צו לעזן דעם פראבלעם און האט אפגעקאסט זייער אסאך געלט וועלכע די שטייער צאלער האבן צושטייער געגעבן אבער האבן גענוג דעמאנסטרירט קעגן דעם. דאס ערגסטע פון אלעם איז געווען די אומרואיגקייט וואס די מזרח איינוואוינער האבן געברענגט ווען צענדליגער טויזענטער האבן פארלוירן זייערע דזשאבס און אסאך האבן אויך פארלוירן זייערע הייזער ווען די נייע רעגירונג האט ארומגעטוישט די מאפעס, אראפשניידנדיג טיילן וועלכע די נאציס האבן אומלעגאל קאנפיסקעטירט. געהאלטן זענען געווען פיל נידעריגער אין מזרח ווי אין מערב פאר די זעלבע דזשאבס און אויך די פענסיעס זענען געווען א שפאט קעגן מערב ארבייטער. די אלע פראבלעמען זענען ארויסגעברענגט געווארן דורך ריזיגע פראטעסטן וועלכע די מזרח איינוואוינער האבן דורכגעפירט. אין איין פאל איז די גאנצע האפן שטאט ראדסטאק כמעט געבליבן אן ארבעט נישט קענענדיג זיך פארגלייכן מיט די מערב האפן שטעט. מען קען זיך פארשטעלן וואספארא קאפ-וויי דאס האט אנגעמאכט אויף די נארוואס פארגרעסערטע רעגירונג. אין די יארן נאך די קריג זענען צענדליגער טויזענטער אויסלענדישע אריינגעלאזט געווארן קיין דייטשלאנד צו ארבעטן דארט. די אימיגראנטן האבן נישט געקענט ווערן קיין סיטיזענס אבער האבן אריינגעברענגט זייערע פאמיליעס מיט זיך, העכערנדיג די באפעלקערונג מיט גרויסע פראצענטן. רוב פון די ארבעט'ס אימיגראנטן זענען געקומען פון איטאליע און טערקיי. אין סך הכל זענען איבער 2 מיליאן אזעלכע אנגעקומען אין לאנד ביז אין 990'. אין צוגאב זענען 400,000 אימיגראנטן געקומען קיין דייטשלאנד וואוינען אלס גלות זוכער, רוב דערפון זענען געווען פון יוגאסלאוויע. די אויסלענדישע זענען געווען אויפ'ן צימבל פון עקסטרעמע גרופעס און רעשט נאצי שטיצער וועלכע האבן אטאקירט די אויסלענדישע און אומגעברענגט 17 מענטשן אין 2,300 אטאקעס. די דייטשע רעגירונג האט זייער שטרענג גענומען די אטאקעס און שווער געארבעט צו צוברעכן די אומלעגאלע רינגן. די רעגירונג האט אבער אויך צוגעהערט זייער קעגענערשאפט און געשרינקן די ליבעראלע פאליסי איבער די גלות זוכער. די נייע פאליסיס האבן נישט קיין סאך געהאלפן אפשטעלן די אטאקעס וועלכע האבן אנגעהאלטן ביז טיף אין די 90'ער יארן. רוב אטאקעס זענען פארגעקומען אין מזרח דייטשלאנד וואו א פינפטל פון די באפעלקערונג וואוינט. העלמוט קאהל האט אנגעהאלטן זיין זיץ אויך אין די 94' עלעקציעס, טראץ די אלע אומרוען. קאהל האט טאקע פארלוירן אסאך זיצן אין די בונדסטאג אבער האט באוויזן איבערצוצייגן די דייטשע באפעלקערונג אז ער האט געטאן דאס בעסטע פון זיין זייט צו העלפן איבערקומען די שוועריקייטן. מיט זיין ווידער-ערוויילונג איז ער געווארן דער לענגסטער קאנצלער אין די נאך מלחמה דייטשלאנד.


עקאנאמישע איבערבוי

אין 997' איז דייטשלאנד'ס ארבעטסלאזיקייט ראטע געשפרינגן צו 12.2 פראצענט צוליב די עקאנאמישע שוועריקייטן, הויכע געהאלטן, און קעלטערע וועטערס וועלכע האט געשטערט די אינדוסטריאלע פאבריקן און ארבייטער. די דייטשע רעגירונג האט זיך צוזאמנגעזעצט מיט אנדערע אייראפעאישע רעגירונגן צו די אזויגערופענע "מאסטריכט טריטי" אין וועלכע מען האט דיסקוסירט דייטשלאנד'ס אדאפטירונג פון די יורא וועלכע איז דאן פארגעשטעלט געווארן אלס א נייע איינציגע וואלוטע פון די אי-יו (אייראפעאישע פאראיין). צו קענען אדאפטירן די יורא האט דייטשלאנד ערשט געמוזט זיך צושטעלן די די אי-יו'ס פארלאנגן וועלכע האט אריינגענומען א נידעריגע בודזשעט דעפיציט און אינפלאציע. קאנצלער קאהל האט דאן אנאנסירט פלענער צו שניידן דייטשלאנד'ס וועלפעיר סיסטעם מיט ביליאנען דאלארן. זיין קאנטראווערסיאלער פלאן, וועלכע האט געמיינט ווייניגער אנעמפלאוימענט און קראנקע טעג בענעפיטן, האט געברענגט באלדיגע פראטעסטן פון די מאסן און שטארקע קעגענרשאפט פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי. קאהל'ס פלענער האבן זיך נישט אויסגעארבעט אפילו נאכדעם וואס ער האט געשניטן די בענעפיטן און די ארבעטסלאזיקייט איז ווייטער געשטיגן יעדע מאנאט. די דייטשע באפעלקערונג האט פארלאנגט מען זאל אפשטופן די אדאפטירונג פון די יורא ווילאנג די עקאנאמיע וועט זיך סטאביליזירן. אינדערצווישן האבן זיך אונטערגערוקט די קומענדיגע עלעקציעס וואו קאהל איז געשטאנען מיט זייער שוואכע שאנסן נאכדעם וואס די ארבעטסלאזיקייט אין מזרח דייטשלאנד איז געשטיגן צו 18.6 פראצענט און אויך זיי וועלכע זענען געווען זיינע שטיצער האבן אנגעהויבן קווענקלן איבער זיין אמט. ווען דאס לאנד איז געשטאנען הארט פאר די עלעקציעס אין 998' איז שוין די ארבעט'סלאזיקייט ראטע געשטאנען ביי 12.6 פראצענט איבער דאס לאנד און ביי 18.4 פראצענט אין מזרח דייטשלאנד. רוב אפאזיציע גרופעס האבן אפעלירט צו די באפעלקערונג צו ערזעצן קאהל אין די עלעקציעס וועלכע האט טאקע פאסירט. די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי האט געוואונען די מאיאריטעט און איר פירער גערהארד שראדער איז געווארן קאנצלער, ענדיגנדיג א 16 יעריגע קאנסערוואטיווע תקופה אונטער קאהל. הארט בעפאר די וואלן האט דייטשלאנד אפיציעל אדאפטירט די יורא וועלכע איז אריינגעקומען אין די סיסטעם צווישן די יארן פון 999' און 02'.


שראדער'ס צייטן

א מאנאט נאך די איבערנעמונג פון די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי האט זיך די פארטיי פאראייניגט מיט דייטשלאנד'ס דריטע גרעסטע פארטיי, די גרינע פארטיי. די פאראייניגונג, וועלכע איז אנגערופן געווארן די רויט-גרין יוניאן, האט אריינגעברענגט די גרינע פארטיי אין די רעגירונג צום ערשטן מאל. די נייע רעגירונג'ס לעגיסלאטיווע פראגראם האט אריינגערעכנט מאסנאמען קעגן די ארבעטסלאזיקייט, רעפארמען צו פארגרינגערן די פראדעצור צו ווערן א דייטשע סיטיזען, און א פלאן צו פארמאכן אלע נוקלעארע פלענטס אין דייטשלאנד. אין מערץ 99' האט דייטשלאנד זיך באטייליגט אין נאטא'ס מיליטערישע קאמפיין קעגן יוגאסלאוויע (היינט די רעפובליק אוו סערביע און מאנטענגיראו) אפצושטעלן זייערע אטאקעס אויף די עטנישע אלבאניער אין קאסאווא. דאס איז געווען די ערשטע מאל זינט די צווייטע וועלט קריג וואס דייטשלאנד האט זיך באטייליגט אין א מיליטערישע אפעראציע. אין דעצעמבער 99' האבן רעפרעזענטיוון פון די דייטשע רעגירונג און אינדוסטריס אנאנסירט אויפצושטעלן א 5.2 ביליאן דאלארדיגער קאמפענסאציע פאנד פאר די מענטשן וועלכע האבן געארבעט ווי קנעכט אין די נאצי-תקופה דייטשלאנד. די אנאנסירונג איז געקומען נאך אנגייענדיגע געשפרעכן און פארהאנדלונגן צווישן די רעפרעזענטיוון פון די דייטשע רעגירונג, אידישע גרופעס, און די פאראייניגטע שטאטן. אינעם פלאן האבן איבער א מיליאן מענטשן געברויכט באקומען קאמפענסאציע פאר זייער ארבעט.


לעצטע געשעענישן

נאכפאלגנדיג די סעפטעמבער דעם עלפטן אטאקעס אויף אמעריקע האט קאנצלער שראדער געשטיצט א ביל וועלכע האט געזאלט שיקן 4,000 דייטשע טרופן צו העלפן אין אמעריק'עס קאמף קעגן טעראריזם. צו קענען געווינען זיין ביל אויך אין די גרינע פארטיי, האט שראדער געפרואווט זיין ביל אין א "שטימע פון קאנפידענץ" וואו עס איז גרינג דורכגעגאנגן. מיט'ן איינשטעלן די 4,000 טרופן אין אפגאניסטאן איז עס געווארן די ערשטע דייטשע אפעראציע אויסער אייראפע זינט די צווייטע וועלט קריג. דייטשלאנד'ס וואקלדיגע עקאנאמיע איז אריין אין רעסעסיע אין אנפאנג 02' אלס רעזולטאט פון אן אלטוועלטליכע עקאנאמישע אפשוואכונג. דער מצב איז געווארן זייער שווער ספעציעל ווען די אי-יו האט געשיקט א ווארענונג צו דייטשלאנד אז איר בודזשעט דעפיציט האלט אט ביים איבערגיין 3 פראצענט וועלכע איז פארבאטן לויט די מאסטריכט טריטי פאר די אדאפטירונג פון די יורא וואלוטע. שראדער איז ווידער ערוועלט געווארן אין די עלעקציעס פון 02' טראץ די אנגייענדיגע עקאנאמישע אפשוואכונג און הויכע ארבעטסלאזיקייט. שראדערס שליסל צו זיין געווינס איז געקומען נאכדעם וואס די וועלט האט אנגעהויבן דיסקוסירן אמעריקע'ס פלענער צו אטאקירן איראק. שראדער'ס עקסטרעמע שטעלונג האט אים געברענגט זייער אסאך שטיצע אינערהאלב דייטשלאנד און אויך איבער די וועלט. זיין הארבע שטעלע האט אים טאקע געגעבן נאך א טערמין און אסאך שטיצע פון אלע זייטן אבער אויך די קריטיקיזם איז געווען גרויס פון די פאראייניגטע שטאטן און עטליכע נאטא מיטגלידע לענדער. שראדער'ס פאראייניגונג מיט די גרינע פארטיי האט זיך דאן ארויסגעשטעלט צו זיין סוקסעפול ווען די פארטיי האט באקומען 8.6 פראצענט פון די שטימען און א דאנק דעם האט ער באקומען א 11 זיצן מאיאריטעט אין די בונדסטאג. אום מאי 2005 האט אנדזשעלע מערקל פון די קריסטיען דעמאקראטיק יוניאן געוואונען די גרעסטע פראצענט אין די גענעראלע וואלן און נאך א קאאליציע מיט די סאציאלע דעמאקראטישע פארטיי איז זי אנאנסירט געווארן אלס קאנצלער פון דייטשלאנד, ווערנדיג די ערשטע קאנצלער אין דייטשלאנד'ס היסטאריע.

אידן אין דייטשלאנד

דייטשלאנד זענען פון די איינציגסטע אייראפעאישע לענדער ווי אידן האבן שוין געוואוינט פון נאכ'ן חורבן בית המקדש. אין 930' האט מען געפינען א אידישע בית החיים אין די שטאט קאלאגן אויף וועלכע סייענטיסטן האבן עס געשאצט צו זיין פון די 400 יארן (למספרם) וואס מיינט באלד 2,000 יאר צוריק. אין יענע צייטן האבן די רוימען נאך געהערשט אין גאנץ אייראפע און זענען ווארשיינליך געווען די פירער אויך אויף די עווענטועלע דייטשלאנד. קיין סאך מער פון יענע צייטן ווייסט מען נישט. די ערשטע צייטן פון וועלכע מען ווייסט אפיציעל איז געווען 500 יאר שפעטער ווען די קריסטן האבן אנגעהויבן באזעצן אייראפע. לויט דאקומענטן פון יענע צייטן זעט מען אז די אידן האבן געוואוינט ארום דעם ראיהן טייך און האבן גענאסן פון אלע פריווילעגיעס, גארנישט אנדערש ווי די רוימישע. די אידן האבן געהאט זייער א גוטע תקופה אין דייטשלאנד פאר זייער א לאנגע צייט און זענען געווען געשעצט צווישן די גוים אויף אזוי ווייט אז הונדערטער גוים האבן זיך מגייר געווען און אנגענומען די אידישע גלויבן. אידן אין דייטשלאנד האבן אלע יארן געהאט גרויסע ביזנעסער און זענען געווען א טייל פון די דיישטע עקאנאמיע. דאס האט טאקע שפעטער געברענגט אנטיסעמיטיזם און די האלאקאסט. די אידישע ביזנעסער גייען נאך צוריק אין יענע צייטן ווען רוב פון די סאסייאיטי האבן געהאנדלט מיט פארמינג אדער קונסט-ווערק. די אידן זענען געווען מער פארגעשריטן ווי די קריסטן און האבן געגרינדעט די אשכנזישע וועלט. די אשכנזים זענען געווען ווי א גרופע פון אידן אין דייטשלאנד און ארום וועלכע זענען זיך צוזאמענגעקומען יעדע עטליכע יאר צו דיסקוסירן אידישקייט און ביזנעס. דאס האט זיי געגעבן א געלעגנהייט צו זען וואס אנדערע טוען און פארשטייט זיך געברענגט מער האנדל קיין דייטשלאנד. די יארן צווישן 960 און 1028 איז אנגערופן געווארן די גאלדענע יארן צוליב די רואיגע יארן וואס די אידן האבן געהאט און זייער סוקסעס אין ביזנעס. אין יענע יארן האט רבינו גרשם געעפענט זיין באוואוסטע ישיבה אין מינס וועלכע האט באלד ג'שמ'ט מיט איר נאמען און צוזאמענגעברענגט תלמידים פון ווייט אוועק. די ישיבה איז געווען געשעצט און באוואוסט אין גאנץ אייראפע און האט ארויסגעגעבן תורה ריזן, אריינגערעכנט רש"י הקדוש וועלכער האט פארפאסט זיינע חידושים אויף די גמרא און אזוי צוריק געברענגט א געוואלדיגע חשק ביים אידענטום צו לערנען גמרא און משניות. די רעספעקט פאר רש"י איז באקאנט אין די אידישע היסטאריע אז אפילו די גוים זענען זיך צוזאמענגעקומען צו זען זיין הימלישע צורה.


די קרייץ ציגלער און דער מיטל אלטער

די גאלדענע יארן האבן זיך געענדיגט פאר די אייראפעאישע אידן אין נאוועמבער 1095 ווען דער קריסטליכער פויבסט אורבאן דער צווייטער (האט געוואוינט אין פראנקרייך) האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר אלע קריסטן צו באפרייען ירושלים פון די טורקישע מוסלעמענער וועלכע האבן אפגעשפארט די טויערן פון די שטאט און נישט אריינגעלאזט די קריסטן. דעם פויבסט באפעל האט געגרינדעט די טרויעריג באוואוסטע קרייץ ציגלער וועלכע האבן זיך צוזאמענגענומען וואו א מיליטער און מארשירט קיין ירושלים ווען אויפ'ן וועג האבן זיי אויסגעפירט די גרויליגסטע רציחות. מיט די גרינדונג פון די קרייץ ציגלער האט די אייראפעאישע אידישע לעבן איבערגעמישט א בלעטל און עס האבן זיך אנגעהויבן א רייע צרות און אנטיסעמיטיזם. די קרייץ ציגלער האבן באשולדיגט די אידן אלס שטיצער צו די מוסלעמענער און האבן אויסגע'שחט'ן גאנצע קהילות און שטעט. די גאלדענע אידישע קהילות זענען אינגאנצן פארניכטעט געווארן און אידן זענען געווארן נע ונד. אין די שטאט מינס אליינס האבן די קרייץ ציגלער אויסגע'הרג'ט 1,100 אידישע נפשות אין איין טאג און עטליכע שולן זענען פארברענט געווארן. דער פויבסט האט עטליכע מאל פארדאמט די אטאקעס אבער עס איז נאר געווען געזאגט, למעשה האט ער גארנישט געטאן צו באשטראפן די באשולדיגטע וואס האט געמיינט א גרינע ליכט פאר די קרייץ ציגלער אנצוגיין מיט זייערע רציחות. די קרייץ ציגלער האבן אנגעהאלטן אסאך יארן און עס זענען געווען 7 קרייץ ציגלער גרופעס. קיין איינע איז נישט געווען ווי די ערשטע וועלכע האבן אנגעמאכט די גרעסטע חרבנות. דאס אידישע לעבן איז שוין מער קיינמאל נישט צוריק געקומען צו די שטאפלן ווי זי האט געהאלטן בעפאר די קרייץ ציגלער. דאס לעבן איז געטוישט געווארן אינגאנצן און אנטיסעמיטיזם האט געוואקסן מער און מער. א גרויסע טייל פון די צובראכענע אידן וועלכע זענען נעבעך געבליבן אן גארנישט האבן געהאט אוועקגעלייגט אסאך געלט און האבן אנגעהויבן מאכן ביזנעס דורך בארגן געלט. די קריסטליכע שכינים זענען אבער געווען פארהאסט קעגן די אידן און האבן אין טייל פעלער ענדערש אומגעברענגט דעם אידישן לייער ווי צו באצאלן. מיט וואס א יאר שפעטער איז דער מצב מיט די אידן געווארן ערגער. אפגערעדט פון דעם אז זיי האבן מער נישט געקענט געניסן פון אלע פריווילעגיעס, האט מען אין טייל ערטער געצווינגן די אידישע באפעקערונג צו וואוינען אין איין געגענט וועלכע ווערט אנגערופן א געטא. די געטא איז געווען ארומגענומען מיט א טויער און דער הויפט עפענונג איז געווען פארמאכט 24 שטונדן אונטער א שווערע וואך. א איד האט נאר געמעגט ארויסגיין פון די געטא צוליב א סיבה ווי למשל באזוכן א דאקטער, קויפן עפעס, אדער פאר ביזנעס צוועקן. כדי צו קענען פארלאזן די געטא האט מען געמוזט באקומען אן ערלויבעניש. עס זענען איינגעשטעלט געווארן שתדלנים אין אלע געטאס וועלכע זענען געווען די רעפרעזענטירער פון די אידישע באפעלקערונגן און האבן געהאלפן צושטעלן וואס מעגליכע געברויכן. אין יענע צייטן האט זיך די אידישע שפראך אויפגעארבעט ווען די אידן האבן געוואלט רעדן אן אנדערע שפראך וועלכע די קריסטן וועלן נישט פארשטיין. די נייע דעטאלן פון די אידישע שפראך איז ארומגעגאנגן פון געטא צו געטא און אזוי געווארן א מושלמ'דיגע שפראך וועלכע מען האט ווייטער אויסגעלערנט פאר די קינדער. אויך די פאלגענדע 200 יאר נאך די קרייץ ציגלער זענען געווען ביטערע פאר די אידן. די קאטוילישע קירכע האט איינגעשטעלט די אזויגערופענע אינקוויזיציע וועלכע האט פארהאסט אלע ערליי וועלטליכע און רעליגיע משפיעים, אריינגערעכנט געלערנטע גוים וועלכע האבן שטודירט סייענס און אנדערע זאכן. די קאטויליקן האבן נישט געוואלט אז מענטשן זאלן זיך אויסלערנען צופיל חכמות און האבן אויסגע'הרג'ט אלע וויסנשאפטלער און להבדיל רבנים און תלמידי חכמים. אין יענע יארן האט זיך אויך אנגעהויבן די טרויעריג בארימטע בלוט בילבולם אין וועלכע די אידן זענען אנגעקלאגט געווארן פאר'ן נוצן גוי'אישע בלוט פאר מצות. די בלוט בילבולים האבן אנגעהאלטן ביז טיף אריין אין די רעפארמאציע יארן און האט זיך נאך געמאכט "דא און דארט" ביז ממש הארט בעפאר די וועלט קריג. אידישע געמיינדעס האבן נישט געהאט קיין מנוחה אין ערגעץ און האבן זיך שטענדיג גערירט פון איין ארט צום צווייטן ביז ווען אויך אינעם צווייטן האט מען שוין געמוזט אוועקגיין צוליב צרות. אין יעדע שטאט אדער דארף וואו אידן זענען אלץ אנגעקומען האבן די ארטיגע פריצים און הערשער זיי געגעבן געוויסע רעכטן און זיכערהייט נאכדעם וואס מען האט אויף זיי ארויפגעלייגט הויכע שטייען. כאטש מען האט פיינט געהאט אידן די אלע יארן האט מען אבער געברויכט אנקומען צו זיי ווען עס איז געקומען צו ביזנעס. די אידן זענען געווען פון די בעסטע האנדלער. אין טייל שטעט האט מען זיי ווארים אויפגענומען און זיי צוגעשטעלט פרנסה'ס אבער איינמאל די ביזנעס אין יענע שטאט איז שוין געווען אויפגעארבעט און די אידן האבן מער נישט אויסגעפעלט האט מען זיי אויסגעטיילט צרות. דורכאויס די יארן האבן זיך די אידישע קהלות אלץ גערוקט מער צו מזרח אייראפע וואו זיי האבן זיך קאנצעטרירט אין פוילן. אין דייטשלאנד זעלבסט האבן די אידן זיך טיילמאל אן עצה געגעבן ווען זיי האבן זיך געלעקט צו די הערשער און זיי געהאלפן ארכיטעקטן שיינע פאלאצן און צומאל געהאלפן אויפבויען די ארמיי. ווי דערמאנט האבן זיך די אידישע קהלות גערוקט אלס מער צו מזרח און זיך באזעצט אין מינכן, וויען, און בערלין. די אלע שטעט זענען געווארן וויכטיגע אידישע שטעט אין די מאדערנע דייטשלאנד.


דייטשע אידן אין די מאדערנע וועלט

די סטאטוס פון די אידישע באפעלקערונג האט זיך עטוואס פארבעסערט אינעם 17'טן יאר-הונדערט ווען די וועלט האט זיך אנגעהויבן מאדערניזירן אין אירע ערטשע שטאפלן. טויזענטער קליינע דערפער וועלכע זענען געפירט געווארן דורך לאקאלע הערשער זענען צוזאמענגעשמאלצן געווארן צו גרעסערע שטעט און זייערע קעניגן און הערשער האבן איינגעזען אז עס איז געווען א נארישקייט צו פייניגן די אידן וועלכע וואלטן געקענט אסאך אויפטאן פאר די דייטשע עקאנאמיע. אזעלכע הערשאפטן ווי פרייסן, האמבורג, בראדנבורג, פאמירעניע (די אלע שטעט זענען געווען זעלבסשטענדיגע קעניגרייכן בעפאר דאס לאנד דייטשלאנד האט זיך אפיציעל געגרינדעט) האבן אנגענומען אידן אין זייערע טעריטאריעס אבער האבן זיי גוט אויסגענוצט דורך ארויפלייגן באזונדערע געזעצן פון וועלכע רוב האבן געמוזט אדמיניסטרירט ווערן דורך די קהלות. די הערשאפט פון די ראשי קהלה האט צוביסלעך אויסגעוועפט מיט יעדע טריט נענטער צו דייטשלאנד'ס גרינדונג. אין 750' האט דער דעמאלטדיגער פרייסישע קייסער, פרעדעריק דער צווייטער, איבערגעקוקט די אידישע טשארטער (אין די רעגירונג'ס טשארטערס האבן זיך שטענדיג געפינען א באזונדערע טשארטער בנוגע די אידן און זייערע רעכטן) און זיי ערלויבט מער רעכטן און פארמינערט די הערשאפט פון די קהלות. די מאדערניזירונג האט טאקע געהאלפן די אידישע געמיינדעס און מען האט לייכטער אפגעאטעמט אבער ברוחניות האבן די קהלות אנגעהויבן ליידן פון די משכילים און זייערע נאכפאלגער וועלכע האבן פארכאפט די תמימות'דיגע אידן און צובראכן משפחות און קהלות. צענדליגער משיח'סטן האבן ארומגעפירט די אידן ווי משה מענדלעסאן (ימ"ש) און זיינע נאכפאלגער. די דייטשע אידן האבן צום ערטשן מאל באקומען כמעט פולע סיטיזנשיפ נאכדעם וואס פרייסן איז איינגענומען געווארן דורך פראנקרייך און דער קייסער נאפאליען האט איבערגעארבעט אלע טשארטערס, אריינגערעכנט די אידישע. מען האט אבער נישט גענאסן פון די נייע רעכטן ביז 50 יאר שפעטער צוליב די נאכאנאנדיגע מלחמות צווישן פראנקרייך און פרייסן. אין 812' איז פרייסן געווארן די ערשטע דייטשע שטאט וואס האט אפיציעל געגעבן 100 פראצענטיגע סיטיזנשיפ פאר אלע אידן אין איר טעריטאריע. מיט יעדע טריט ווייטער צו מאדערניזירונג האבן די אידישע קהלות אנגעהויבן ליידן פון פרישע רוחינות'דיגע פראבלעמען און דאסמאל איז עס געווען די גרינדונג פון די רעפארם גרופעס. זייער אסאך אידן האבן ליידער איבערגעלאזט די ערליכע אידישע וועג און זיך אנגעהאנגן צו די רעפארם גרופעס. פארשטייט זיך אז מען האט די רעפארמער ארויסגעווארפן פון די שולן און זיי האבן געגרינדעט רעפארם טעמפלן און די קהלות זענען גענצליך צוטיילט געווארן. נאך די רעפארם איז געקומען די קאנסערוואטיוו גרופעס וועלכע האט געהאט א שוואכערע אבער ענליכע עפעקט אויף די אידישע געמיינדעס. די אידן האבן זיך מער און מער איינגעגעסן אין די נייע דייטשלאנד און האבן געעפענט ריזיגע ביזנעסער און האבן זיך אפילו ארויפגעארבעט צו הויכע פאליטישע שטאפלן. די דייטשן האבן געקוקט מיט האס אבער האבן מורא געהאט אפען צו דיסקרימינירן ביז נאך די ערשטע וועלט קריג ווען אנטי-סעמיטיזם איז צוריק געקומען צו איר ערגסטע פונקט אין הונדערטער יארן ביז היטלער איז געקומען צום מאכט און אנטי-סעמיטיזם איז געווארן לעגאל. די פילע צרות האט ליידער נישט נאכגעלאזט און האט געברענגט די גרינדונג פון ציוניזום דורך טעאדער הערצל (ימ"ש). מיט די פארמערונג פון צרות איז די ציוניסטישע באוועגונג שטערקער געווארן און טויזענטער אידן האבן אפגעצויגן פון דייטשלאנד און אויסגעוואנדערט קיין אמעריקע אדער קיין פאלעסטינע, ספעציעל נאכדעם וואס היטלער איז געקומען צום מאכט. די גרעסטע טייל אידישע איינוואוינער זענען אבער יא פארבליבן אין דייטשלאנד מיט קאטאסטראפישע רעזולטאטן.


נאך די קריג

נאך די קריג זענען גאר אסאך אידן צוריק קיין דייטשלאנד. זיי זענען געווען איינגעטיילט אין 3 גרופעס: מענטשן וואס האבן געוואוינט אין דייטשלאנד בעפאר די קריג און האבן זיך צוריקגעקערט צו זייערע שטעט און היימען, פארלוירענע מענטשן אן פאמיליעס (הי"ד) פון גאנץ אייראפע וועלכע האבן געפינען רעזערוואט אין דייטשלאנד, און אן ערך פון 20,000 אידן וועלכע זענען געווען באהאלטן אין דייטשלאנד דורכאויס די קריג. סך הכל איז די צאל אידן אין דייטשלאנד נאך די קריג געווען נאר 5 פראצענט פון בעפאר די קריג. די נומער איז שטארק רעדוצירט געווארן וואס שפעטער נאך די קריג ווען די דייטשע אידן האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל און אמעריקע. אידן האבן זיך באזעצט נאך די קריג אין מערב בערלין, מינכן, פראנקפורט, דוסעלדארף, האמבורג, און קאלאגן. ווייניגער פון 1,000 אידן האבן געוואוינט אין מזרח דייטשלאנד און אלע פון זיי אין מזרח בערלין. רוב פארבליבענע אידישע קאמיוניטיס וואס זענען פארבליבן אין דייטשלאנד אפילו שפעטער זענען מיינסטענס געווען עלטערע מענטשן און דער אידישער צוקונפט אין דייטשלאנד איז געווען א פארפאלענער. די אידן האבן באקומען קאמפענסאציע פון די דייטשע רעגירונג און נאך פארשידענע הילף וועלכע האט זיי געמאכט די רייכסטע אידן אויף די וועלט אין יענע אומשטענדן. די ווידער-פאראיייגונג פון דייטשלאנד און שפעטער די צוזאמנפאל פון די סאוויעט פאראיין האט געברענגט נאך אידן קיין דייטשלאנד וועלכע האט דעגרייכט 40,000 אין צאל. עס איז געווארן א גרעסערע פארלאנג פאר כשר'ע עסן און און סקולס און נייע אידישע ארגאניזאציעס האבן זיך געגרינדעט. די צאל פון נישט אידישע אידן איז געשאצט געווארן צו דאפעלט (80,000). היינט האלט די צאל אידן ביי 60,000 אבער רוב אידן זענען ליידער פארכאפט אין רעפארם אדער קאנסערוואטיווע באוועגונגן וועלכע לאזט איבער זייער א קליינע צאל ערליכע אידן. אנטי סעמיטיזם איז שוין היינט מער ווי אביסל צוריקגעקומען דורך עקסטרעם רעכטע גרופעס וועלכע באגייען פיינטליכע אקטן קעגן אידן אין גאנצן לאנד. כאטש די דייטשע באפעלקערונג איז שטארק קעגן די גרופעס און זייערע מיינונגן שאדט עס אבער אסאך די אידישע באפעלקערונג. די דייטשע רעגירונג נעמט זייער ערנסט די אנטי-סעמיטישע אקטן און באשטראפט זייער הארב דערפאר. ru-sib:Германия