אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ רובוט מוסיף: lij:Stati Unïi d'America משנה: nap:State Aunite d'Amereca
שורה 376: שורה 376:
[[lg:Amereka]]
[[lg:Amereka]]
[[li:Vereinegde State van Amerika]]
[[li:Vereinegde State van Amerika]]
[[lij:Stati Unïi d'America]]
[[ln:Lisangá ya Ameríka]]
[[ln:Lisangá ya Ameríka]]
[[lt:JAV]]
[[lt:JAV]]
שורה 387: שורה 388:
[[my:အမေရိကန္‌ပ္ရည္‌ေထာင္‌စု]]
[[my:အမေရိကန္‌ပ္ရည္‌ေထာင္‌စု]]
[[nah:Tlacetilīlli Tlahtohcāyōtl Ixachitlān]]
[[nah:Tlacetilīlli Tlahtohcāyōtl Ixachitlān]]
[[nap:USA]]
[[nap:State Aunite d'Amereca]]
[[nds:USA]]
[[nds:USA]]
[[nds-nl:Verienigde Staoten van Amerika]]
[[nds-nl:Verienigde Staoten van Amerika]]

רעוויזיע ביי 01:50, 5 אויגוסט 2007

פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע United States of America
פלאג פון אַמעריקע
פלאג פון אַמעריקע
סימבאָל פון אַמעריקע
סימבאָל פון אַמעריקע
(פּרטימדיק) (פּרטימדיק)
מלוכיש מאָטאָ: In god we trust.
אָפֿיציעלע שפראַך ענגליש
הױפּטשטאָט װאַשינגטאָן די. סי.
גרױסע שטאָט ניו־יאָרק
פּרעזידענט דזשארזש וואלקער בוש
שטח
- סך-הכל
- % װאַסער
3 אין דער װעלט
9,631,418 קמ"ר
4.87%
באַפֿעלקערונג
-סך-הכל (2000)
- נעדיכטקײַט
3 אין דער װעלט
איבער 300,000,000
31 /קמ"ר
זעלבשטענדיקײַט
- דאַטע
פֿון גרױסבריטאַניע
4 יולי, 1776
װאַלוטע-סיסטעם דאָללאַר
צײַט
UTC
DTS

5- אויף 10-
4- אויף 10-
מלוכיש הימען The Star-Spangled Banner
אינטערנעץ סופיקס gov .edu .mil .us .um
טעלעפֿאָן שיפֿער 1+

די פאַראַייניקטע שטאַטן פון אַמעריקע איז אַ דעמאָקראַטיש רעפובליק װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאַר 1776. זײַן הױפּטשטאָט איז װאַשינגטאָן די. סי..דער ערשטער פרעזידענט איז געווען דזשארדזש וואַשינגטאַן.

היסטאריע

אין די צייטן פונעם מיטל אלטער האט מען נישט בכלל געוואסט פונעם אמעריקאנער קאנטינענט, מען האט געמיינט אז נאך יוראפ גייט דער אטליאנטישער אקען ארום דער האלבער וועלט ביז עס טרעפט זיך ווידער צוזאם מיטן פאסיפיק אוקען, עס איז געווען א גרויסער שפאנישער מאטראס וואס האט געהייסן קריסטאפער קלאמבעס ער האט געהאלטן אז אויב פארט מען לאנג אויפן אטלאנטישער אוקען קומט מען אהן קיין אינדיע, ער האט געפוילט ביים שפאנישן קעניגן אויב מען גיט איהם איבער א גרויסן שיף מיט געלד און מענטשן וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקורצן דעם וועג קיין אינדיע, ער האט אויפגעוויזען אז דאס וועט הייבן דער עקספארט-אינפארט פון איבעראל, און שפאניע וואס איז דאן געווען א וועלט מאכט וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.

נאך א לאנגע נסיעה איז ער אנהגעקומען צו דער טריקעניש, ער האט דארט געטראפן אסאך אימצוויליזירטע מענטשן, ער מיט זיינע מענטשן האבן געמיינט אז זיי האבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האט ער גערופן די מענטשן" אינדיאנער. ווען ער איז אנגעקומען איז געווען אין יאהר 1492, צו די אינזלן פון די פאראיינגיטע שטאטן,

אביסל שפעטער איז אנגעקומען אויף די טערעטאריע וואס איז היינט זיד אמעריקא, א גענעראל מיטן נאמען אמעריקא, און האט אנטדעקט אז דאס איז בכלל נישט אינדיע, דאס איז א נייער קאנטענענט, דעריבער רופט מען עס אויף זיין אמעריקא.

דער אנהייב פון די קאלניעס

נאך קריסטאפער קלאמבוס האבן די שפאניער ארויס געשיקט נאך שיפן און צוביסלעך האט שפאניע באהערש גאנץ זיך און צענטראל אמעריקע, חוץ בראזיל וואס איז געווארן א פראטוגעזישע קאלאניע.

אין 1565 האט שפאניע - די ערשטע שטעטל מיט די אייראפעישע סטיל - אויפגעשטעלט א שטעטל אין פלארידע.

אויך אנדערע יוראפעאישע לענדער האבן זיך אנהגעהויבן אינטרעסירן אין דעם נייעם קאנטינענט, ענגלאנד, פראנקרייך און האלאנד.

ענגלאנד האט אויפגעשטעלט ווירזשיניע אין 1620 דערנאך סאסאטשועסטש, און דערנאך פענסילוועניע. די פראנצויזן האבן געבויעט דעם צפונ'דיגן טייל פון נארד אמעריקא די שטעט קוויבעק און מאנטריאל, און די האלענדער האבן געבויעט די ניו אמסטרדאם ווי עס געפינט זיך ניו יארק, אבער די ענגלענדער האבן געקעמפט אז זיי זאלן זיין די בעלי בתים, ניו יארק איז גאר שנעל אריבער צו זיי פון האלנאד, און אין יאהר ה'תקכג איז אויך קאנדאדע אריבער, אזוי אז גרעיט בריטען (ענגלאנד) איינגענימען אלע שטחים וואס זענען געשטיצט געווארן ביי אנדערע לענדער.


== די מלחמה פאר אינדיפענדענ'ס ==ֿ

אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף די טעראטאריע האט זיך פרובירט דאס אויסנוצען מאקסימום. דער דעמאלטסדיגער ענגלישער קעניג דזשארזש דער דריטער האט ארויפגעלייגט שווערע שטייערן אויף די איינווואנער. די איינוואונער האבן פארלאנגט אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרייך זאלן זיי קענען וועעהלן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פארלאמענט וואס זאל זיך אהננעמען פאר זיי, און נישט דערלאזן די אומיושר'דיגע שטייערן דער קעניג האט זיי דאס נישט געוואלט נאכגעבן. דאס האט געברענגט דערצו אז אין צווייטען האלב פון יאהר 17 הונדערט האט זיך געפענט א באוועיגונג וואס האט זיך געריפען "די אמעריקאנע רעוואלוציע" . די מענטשן האבן אנגעהובין פארלאנגען מער פרייהייט, ענגלאנד איז גרייט געווען איהר דאס צו געבן, אזוי אז אין יאהר 1763 האבען זיך צוזאמען גענימען דרייצען קאלאניעס וואס האבען נישט געוואלט זיין אינטער בריטען און אין אפריל 1775 האט די מלחמה אויסגעבראכען פאר אינדיפענדענט אונטער'ן גענעראל דזשארזש וואשינגטאן און אין יולי 4 1776 האט טאמעס זשעפערסאן געשריבן די דעקלערעהשן אוו אינדיפענדנטס פאר די יונייטעד סטעיט'ס אוו אמעריקא.

די ערשטע דרייצען לענדער וואס האבן זיך דערקלערט אינדיפענדן און זענען געווארן א חלק פון די נייע מדינה זענען דעלווער, פענסילוועניע, ניו דזשערסי, דזשארשיע, קאנענטיקעט, מאסטשושעס, מערילענד, דרום קארליינע, ניו המפשער, ווירדיזשיניא, ניו יארק, צפון קארליינע און ראוד איילנד.

דער ווידערשטאנד האט זיך צופלאקערט, די ענדלענדער האבן געשיקט א ארמיי אונטערדריקען דעם ווידערשטאנד, נאך א לאנגער קאמפ האבן זיך די ענדלענדער אינטערגעגעבן.

די מלחמה האט אנגעהאלטן ביז אויגוסט 19 1782, סעפטעמבער 3 1783 האט ענגלאנד אינטער געשריבן א שלום אפמאך מיט אמעריקא, כאטשיג זשארזש 3 פון ענגלאנד האט נאך געוואלט אנהאלטן די מלחמה האט ער פארלוירן אין פארלימענט זיינע שטיצער און מ'האט דורכגעפירט א רעזולוציע אין פארלימענט פאר שלום.

פון דאן אהן האבן די דערמאנטע דרייצן קאלאניעס באקומען א פולקאמע זעלבסשטענדיקייט, דזארזש וואשינגטואן איז געווען אויסעווילט אלס דער עשטרע פרעזידנעט פון די פאראיינגיטע שטאטען.

פון 1803 צו 1848 האט זיך אמעריקא געטריפעלט גרויס ווייל אמעריקעס אידיאלאגיע איז געווען זיך אויסשפרייטן פאר ווי מער, וואס צוליב דעם האט אויסגעבראכען אין יענע יאהרן 2 מלחמות:

די ערשטע איז: אמעריקא האט דערקלערט קריג קעגען בריטען אין יוני 18 1812, צוליב די נישט פרייע באוועגונג פון אמעריקא ארום די וועלט אין צוליב אירע פיש כאפער'ס וואס מ'האט זיי נישט געלאזט האנדלען א.ד.ג. און אנדערע ווערטער פרייע האנדעל, - וואס דאס איז געווען א רעזולטאט פון די מלחמה פון ענגלאנד אין פראנקרייך - איינזעהנדיג אז ס'נישטרעאליסטיש זיך צו שלאגען קעגען אזא אימפעריע האט מען באשלאסען איינצונעמן קאנאדע וואס איז געווען אינטער בריטען,

דער בירגער קריג

א וויכטיגער קאפיטעל אין די געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז דער בירגער קריג וואס האט אויסגעברויכן אין יאהר ה'תרכ"א, עס איז באקאנט מיטן נאמען דער קאמפ פון דעם צפון מיטן דרום. די דרומ'דיגע לענדער פון די פאראייניגטע שטאטן האבן באשעפטיגט איבער א מיליאן שווארצע קנעכט, די זענען געווען שווארצע מענטשן וואס מען האט געצוואנגענערהייט געברענגט פון אפריקא. די דרום שטאטן האבן געהאט אסאך פעלדער אין זייער באנוץ, און עס איז זיי געווען וויכטיג צו האבן אסאך ארבייטערס פאר די תבואה און פרוכטן. די צפון איינוואוינער אין שפיץ פון דעם פרעזידענט אבראהם לנקאלען האבן אויפגעפאדערט די דרום לענדער פרייצולאזען די קנעכט, וויבאלד דאס איז קעגן דעם מענטשליכן מאראל און קעגן די פארשריפטן פון די דעקלעראציע פון זעלבסשטענדיגקייט פון די פאראיינוגוג, וואס לויטעט אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן אייניג. די דרום'דיגע האבן זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם פרעזידענט'ס פאדערונג, זיי זענען געגאנגען א טריט ווייטער און האבן ערוויילט א נייעם פרעזידענט, זיי האבן געלאזט וויסן אז זיי טיילן זיך אפ פון די פאראייניגטע שטאטן, לינקלון האט דאס נישט צוגעלאזט און איז ארויס מיט א בלויטיגן קאמפפ קעגן די דרום שטאטן, עס האט זיך געצויגן פיהר יאהר, איבער זעקס הונדערט טויזענט סאלדאטן זענען גע'הרג'ט געווארן, צום סוף האבן זיך די דרום'דיגע אינטערגעגעבן, די יוניאן האט זיך צוריק פאראייניגט, און די שווארטצע קנעכט זענען ארויס פריי. (פרעזידענט לינקלון איז ערמארדעדט געווארן איינצעלנע טעג נאך דעם וואס די דרום'דיגע לענדען האבן זיך אינטערגעגעבן).

דער אמעריקאנער פאהן

דער פאהן אין אמעריקא האט דריי קאלירן רויט, בלוי, און ווייס. עס האט דריין פאסן, דאס סימבאליזירט די דרייצען גרינדעדע לענדען, און עס האט פופציג שטערן, דאס זענען די פופציג לענדער ואוס זענען דערין פאראייניגט.

א פאלק פון אימיגראנטען

די פאראייניגטע שטאטן איז א פאלק וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון אלע סארט מענטשן אין דער וועלט, פון די פארצייטישע איינוואוינער די אינדיאנער זענען געבליבן עטליכע הונדערט טויזענט אלס אנדענק, פון זיי איז דא אזעלכע וואס לעבן נאך ביז היינט אין ספעציעלע רעזערווארטן. די רעגירונג גיט זיי נאך אסאך בענעפיטן כדי זיי פארגיטיגן פארוואס מען האט פון זיי צוגענומען זייער לאנד, ווי דאס אז זיי מוזען נישט צאהלן קיין שטייערן. אבער דער מערהייט פון די באפעלקערונג פון די פאראייניגטע שטאטן איז ווייסע מענטשן אפשטאמיגע פון אייראפא און אזיע, אבער עס זענען אויך פארהאן מליאנען שווארצע וואס זענען קינדער פון די וועלכע זענען געברענגט געווען געצוואונגענערהייט פון אפריקע צו דינען אלס קנעכט פאר די ערשטע באנוצער, אין די שנייאיגע געביטן אין אלאסקא טרעפט נאך די אסקימוסישע שבטים,

דער קלימאט אין די פאראייניגטע שטאטן

די פאראייניגטע שטאטען איז א חלק פון די נייעם אנטעקטער קאנטינענט אמעריקא, ביידע חלקים דרום און צפון גרעניצן זיך מזרח ציין מיטן אטלאנטישן אקען און מערב מיטן שטילן אקע. אויך ביים מערב ברעג איז דא ביי ביידע חלקים די הויכע בערג וואס זענען פארדעקט מיט אייביגע שניי ווי די ראקי מאונטענס און די אנדען בערג, אבער זי טיילט זיך אפ מיט איהר קלימאט פון זיד אמעריקא. דער קלימאט אין די פאראיינגיטע שטאטן איז אין אלגעמיין מיטלמעסיג און באקוועם, און צפון זייט וואס ביישטייט פון קאנאדע און מעקסיקא הערשט זייער א קאלטער וועטער, דאגעגען איז דרום אמעריקא איז דער וועטער אין אלגעמיין טראפיש, א שווערע היץ און הויכע פייכטקייט נעמט ארום צפון און צענטראל אמעריקא.

אויך איז דער צענטראל אמעריקא און חלקים פון די פאראייניגטע שטאטן ווי פלארידא, וואס ווענדט זיך צום זיד פאול, אויפן צו שטורמישע ווינטען אין געוויסען סעזאנס פון יאהר האריקען.

אויך איז א חילוק אינעם ווינטער און זומער, ווען אין די פאראייניקטע שטאטן איז זומער איז אין זיד אמעריקא ווינטער און אזוי פארקערט.

די פאראייניגטע שטאטן איז פון די רייכסטע קאנטינענטן אין נאטורליכע ווינדער, עס געפינן זיך אין איהם בערג און טאלן גרין פארדעקט מיט ריזיגע וועלדער, עס זענען דא אין איהר גרינע בוימער וואס בליעהן און שפראצו לויט די אפשאצונגען איבער צוויי טויזענט יאהר. הויכע ציכטיגע ווייסע בערג שפיצן מיט שניי א גאנץ יאהר, טרוקענע וויסטענישן וואס באקומען נישט קיין רעגן כמעט א גאנץ יאהר, און דאקגען פייכטע נאסע געגענדן מיט שלאקס רעגנס א גאנץ איהר. עס געפינט זיך אין איהם די גרעסעט זיסע וואסער זאמלונגען אין דער וועלט, אויך האט זיך נאטורליכע מינעראלן.

צוליב איר ריזיגער פארנעם און די אואייניגקייט פון דעם גרויסן לאנד איז איר קלימאט פארשידענארטיג, אין קאליפארניע און אין דעם פלארדיע האלב אינזעל איז און ווינטער זייער איינגענם, אבער אין דער זומער איז זייער הייס מיט א הויכע מאס פייכקייט, דאגעקן אין די צפון'דיגע חלק פונעם לאנד איז דער זומער הייס אבער צום אויסהאלטן, אבער דער ווינטער איז זייער א קלטער צוליב די פראסטיגע ווינטן וואס קומען אריין פונעם נארד פאל.

די ערד די ערד אין די פאראייניגטע שטאטן איז אין מערהייט זייער גוט צום בארבעטן, די בעסטע ערד איז אין דעם צענטראלן חלק וואס באקומט ריזיגע קאוואנטומם פון דעם מיסיסיפי טייך, אלס רעזולטאט ווערט די פאראייניגטע שטאטן גערעכט צו איינע פון ענטוויקילסטער לענדער אין לאנד ווירטשאפון און אויך אין האדעווען שאף און רינדער.

עס שטעלט נישט בלויז צו פאר אייגענע געברויכן, נאר עס פארבלייבט איהר גענוג איבערגי צו עקספארטירן צו אנדערע מדינות.

עס געפינט זיך אין איהר ערד פיל נאטורליכע מינעראלן, ווי גאלד, זילבער, נאפט, קוילן, אוראניום, אייזן קופער, בליי און נאך. אירע געדיכנטע וולדער זענען געבענטש מיט אויסגעצייכנטע סארטן ביימער וואס ווערט פארנוצט צו בויען און מעבל אינדוסטריע.

אינדוסטריעס עס געפינט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן פארצווייגסטע אינדרוסטריעס וואס זענען פון די ענטוויקעלסטע אין דער וועלט. אין די לעצטער הונדערט יאהר איז זי פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די רייכסטע אינדוסטריעלא לענדער פון דער וועלט.

3 פליגלען אינערהאלב די רעגירונג

די רעגירונג ביישטייט פון דריי פליגלען.

1) לעגיסלעטיוו

די געזעץ געבער וואס איז דער קאנגרעס וועלכע אנטהאלט צוויי הייזער דער סענאט וואס איז דער אויבערשטער הויז, און דער קאנגרעס וואס איז דער אינטישטער הויז. זיי ווערן אויך גערופען די לעגיסלאטארן.

יעדער שטאט שיקט צום סענאט צוויי סענאטארן, וועלכע דינען אין אמט זעקס יאהר, דער קאנגרעס ביישטייט פון קרוב צו פיהר הונדערט און פופציג פארשטייער, דאס איז אזוי אויסגעשטעלט אז יעדע פינעף הונדערט טויזענט מאן שיקן איין קאנגרעס מאן אדער קאנגרעס פרוי צום פארלעמענט. די וואהלן פאר די קאנגרעס קומט פאר יעדע צוויי יאהר, זייער הויפט קווארטיער איז אין דעם קעפיטאל בילדונג וואס געפינט זיך אין וואשינגאטואן די. סי.


3) נאך דעם קומט אריין דער געריכט, זייער תפקיד איז זעהן אז די געזעצען וואס מען האט באשטימט זאל ווערן איינגעהאלטן פונקט ווי מען האט עס באשטימט, און ווער עס איז עובר דערויף זאל ווערן באשטראפט.


2 ) די עקזעקוטיוו'ער ארעם

נאך דעם וואס דער געזעץ געבער פירן דורך א געזעץ קומט אריין דער פרעזידענט מיט זיינע פופצין מיניסטארין זיי זענען די אויספיהרער וואס ווערן גערופען די עקזעקוטיווער ארעם, זייער תפקיד איז אויסצופירן אלעס וואס דער קאנגרעס האט באשטמיט. זיי פירן אהן די טאג טעגליכען ווירטשאפט אין די פעדעראלע רעגירונג, ס'ווערט אנגעריפן ביים המון עם גאווערמענט, די עקזעקיוטיוו פליגעל קען נישט איינפיהרן נייע געזעצן (דאס איז די ארבעט פון דעם ערשטעל פליגער די געזעץ געבר) און אויך נישט טוישען וואס דאס איז די ארבעט פון יורידיקציע, די עקזעקיוטיוו פליגעל איז געמאכט געווארן בלויז אויספיהרן וואס מען פון פריער באשטימט, די אנפיהרער איז אלעמאל די פרעזידענט, דאס איז א ליסט פון אלע דיפארטמעט'ס:


1. (State), אויסער'ן אינטערעס'ן געגרינדעט 1789, באשיצען ציווילע אין נישט ציווילע פאסיזשירען, דיפלאמאטישע באציאונגען


2. (Treasury), געלט קאסע, געגרינדעט 1789, אלעס ארום געלט ווי שטייערן בענק פאסט באצאהלן


3. (Defense), באשיצען, געגרינדעט 1947, זעין אז נאצינאלע און מילטערישע זיכערהייט זאל קלאפן (די פענטאגאן איז אין זייער באזיץ)


4. (Justice), געזעצליך, געגרינדעט 1870, זעין אז אלעס זאל ווערו געטועהן געזעצליך ווי למשל האלטן א אויג אויף אלקעהאל, באוואבען עדים. און טראספארטאציע פאר יוריקדיציע צוועקן ווי למשל פריזענע'ס,


5. (Interior), אינעווייניג-שטחים, געגרינדעט 1849, פאבליק פארקס, וועלדער, אויך צושטעלן וואסער,


6. (Agriculture), איבער עסן, געגרינדעט 1889, געזונטע עסן, הונגער, פארמ'ס נאטורליכע אוצרות


7. (Commerce), האנדעל, געגרינדעט 1903, די עקאנאמי וואוקס, אלטערנאטיווע ארבייט'ס פלעצער, האנדעל מיט די וועלט


8. (Labor), ארבעט, געגרינדעט 1913, (קודם געווען אינאיינעם מיט קאמערץ), העלפען און שיצען דעם ארבעטער


9. (Health and Human Services), געזונטהייט, געגרינדעט 1953, דיזיז, קאנטראל מעדיקעיר, העלפט ארימע,


10. (Housing and Urban Development), הייזער, געגרינדעט 1965, שעלטער'ס, עפארדעבעל הייזער,


11. (Transportation), טראנספארטאציע, געגרינדעט 1966, ליפט, באן, הייוועי, טראק, געזעלשאפט, פארבעסערן


12. (Energy), ברענשטאף, געגרינדעט 1977, נוקראלע וואפען אין רעאקטאר, אלעס ארום ברענשטאף,


13. (Education), ערציאונג, געגרינדעט 1979, ארבעט פאר ערציאונג'ס אינטערעסן


14. (Veterans Affairs), וועטעראנען איטערעסן, געגרינדעט 1988, נעמט קעיר פון די וועטעראנען


15. (Homeland Security), היימלאנד זיכערהייט, געגרינדעט 2002, אפהיטען פון נאטורליכע אדער טעראריסטישע געשעהנישן


יורידיקציע

אמעריקאנער שטעהט

אמעריקא באשטייט פון פופציג שטאטן, דאס הייסט כאטש אין פאקט איז זי איין גרויסע מדינה, איז זי אבער צוזאם געשטעלט און פאראייניגוט פון פופציג לענדעט, אכט און פערציג פון זיי געפינט זיך זייט ביי זייט אין צענטער פון נארד אמעריקא, די אנדערע צוויי לענדער זענען אלאסקע און האוויאי. וואס קאנאדא און די פאסיפיק אוישן טיילט זיי אפ פון זייער היימלאנד.

ווי געזאגט איז ביים אנהייב געווען בלויז דרייצען שטעט, מיט דער צייט זענען צוגעשטאנען נאך מדינות, אין הונדערט צוואצניג יאהר נאך איהר גרינדונג האט זי געציילט אכט און פערציג לענדער. אין יאהר תשי"ט איז צוגעקומען די שטאט אלאסקא, און א יאהר דערנאך די פופציגסטע שטאט האווייאי.

די הערשאפט

די הערשאפט אין די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט, יעדע איינע פון די פיפציג שטאטן האט א אייגענעם הערשער, א אייגענע געזעץ הויז, און אייגענע געריכט הייזער, וועלכע פירן אהן די אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון זייער שטאט, ווי ערציהונג, פארקער. דאגעגן די אויסעליכע פאליטיק און נאציאנאלע זיכערהייט זענען אונטער די צענטראלע פעדעראלע רעגירונג וואס איהר זיץ געפינט זיך אין די הויפט שטאט . דיסטריקט אף קלאמביע.

אין שפיץ פון לאנד שטייט א פרעזידענט וולעכע ווערט ערוויילט אין דעמאקראטישע וואהלן איינמאהל אין פיהר יאהר, אין די הענט פונעם פרעזידענט איז קאנצעטרירט די רעגירונגס באפולמעכטיגונג, ער איז דער פאקטישער פירער פונעם לאנד. דאס איז אנדערש ווי רוב דעמאקראטישע מדינות וואס ביישטיין פון א פארלאמענט, און די רעגירונג אויטאריטעט איז אין די הענט פון דעם פרעמיער מיניסטער.


די פופציג שטאטען

50 שטעט

  1. אלאבאמא
  2. אלאסקע
  3. אריזאנע
  4. ארקענסאו
  5. קאליפארניע
  6. קאלאראדא
  7. קאנעקטיקעט
  8. דעלעווער
  9. פלארידע
  10. זשארזשיע
  11. האוואי
  12. איידעהא
  13. אילינויעס
  14. אינדיענא
  15. אייווא
  16. קענזעס
  17. קענטאקי

 

  1. לואיזיענא
  2. מעין
  3. מערילענד
  4. מעסעטשוסעטס
  5. מישיגען
  6. מינעסאטע
  7. מיסיסיפי
  8. מיזורי
  9. מאנטענע
  10. נעבראסקא
  11. נאוועדא
  12. ניו העמפשיר
  13. ניו זערסי
  14. ניו מעקסיקא
  15. ניו־יאָרק (New York)
  16. נארט-קארעלאינע
  17. נארט-דעקאטע

 

  1. אוהאיו
  2. אקלעהאומע
  3. ארעגאן
  4. פענסילוועניע
  5. ראוד איילענד
  6. סאוט-קארעלאינע
  7. סאוט-דעקאטע
  8. טענעסי
  9. טעקסאס
  10. יוטא
  11. ווערמאנט
  12. ווירזשיניע
  13. וואשינגטאן (Seattle)
  14. וועסט ווירדשיניע
  15. וויסקאנסין
  16. וויאמינג

באוואינטע טעריטאריעס

  1. אמעריקאנער סאמוא
  2. גוואם
  3. נארטערן מעריאנעס אינזלען
  4. פארטא ריקא
  5. u.s. ווירזשין אינזלען


נישט אריינגערעכענט


אידן אין די פאראייניגטע שטאטן

קריסטפער קלאמבוס איז אנגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן אין יאהר ה'רנ"ב, דאס הייסט אין דעם יאהר וואס מען האט פארטריבן די אידן פון שפאניע, אידן זאגט אז פון הימל האט מען דאן צוגעגרייט א רעטונגס פלאץ פאר די קומענדיגע יאהרן פאר די אידן.

די ערשטע אידישע אימיגראנטען זענען געקומען קיין אמעריקא פון אייראפע, הויפטזעכליך שפאנישע און פארטוגעזישע אידן וואס זענען אנטלאפן פון די אינקוויזיציע צו די נייע וועלט. יאהרן שפעטער ווען עס זענען פארגעקומען רדיפות אין דייטשלאנד און אין רוסלאנד קעגן אידן די באקאנטע פראגראמען האט זיך פארשטארקט דעם שטראם פון דארט קומען צו די פאראייניגטע שטאטן.

נאכן צווייטן וועלט קריג זענען פיל געראטעוועט פון די נאצישע אקופירטע לענדער געקועמן צו די פאראייניגטע שטאטן, און האבן איבערגעבויעט און אויפגעלעבט פודאסניי די פארניכטעטע אידישע געמיינדעס פון זייער אלטער היים. מען האט אויפגעשטעלט בליעהנדע אידישע געמיינדעס בתי מדרשים, ישיבות, כוללים, חסידישע הויפן, ליטווישע ישיבות, מיידל שולעס און תלמיד תורה'ס, עס וויבערלט אידישעקייט אויפן העכסטען גראד.

היינט צו טאג געפינט זיך דער גרעסטער אידישע ישוב אין די פאראייניגטע שטאטן, עס איז נישט דא קיין שטאט וואו עס וואינען נישט אין איר קיין אידן. אבער דאס רוב פרומע אידן זענען קאנצטעטריעט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, לאס אנדזשעלס, אין אלגעמיין זענען די אידן גלייכבארעכטיגט ווי די איבריגע באפעלקערונג, פיל גרויסע אידישע קהילות עקסזיסטירן אין לאנד. אסאך פון זיי פירן זייערע קינדער און אייניקלעך אויף די אלטע וועגן גענוי ווי אונזערע זיידעס האבן זיך געפירט פאר הונדערטער יאהרן. אויך זענען די אמעריקאנער אידן באוואסט איבאראל פון זייער מיטלייד און הילף פאר יעדן נויטבאדערפיגן. == וועבלינקס מוסטער:בעארבייט ru-sib:Соспаренны Мерикански Державки