אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שפינאזא"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: ברוך שפינאזא, איז געווען פון די אויסגערופנסטע כופרים ביי כלל ישראל, וועלכער האט זיך בארימט גע...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 20:04, 17 יולי 2007

ברוך שפינאזא, איז געווען פון די אויסגערופנסטע כופרים ביי כלל ישראל, וועלכער האט זיך בארימט געמאכט מיט זיין אפענער אטעאיזם. נאך זיין טופונג צום נוצרישן גלויבן האט ער באקומען דעם קריסטליכן נאמען בענעדיקט שפינאזא.

שפינאזא איז געבוירן אין אמסטערדעם אן חודש חשון שצ"ח לפ"ק, צו זיינע עלטערן מיכאל שפינאזא, וועלכער האט געטראגן דעם לאטיינישן נאמען מיגועל שפינאזא.

זיין פאטער איז געווען אן אפשטאמיגער פון די שפאנישע אנוסים, וועלכע זענען דערנאך אנטלאפן קיין פאטוגאל. אבער דארט האט זיי אויך נישט אפגעווארט קיין גוטס, זענען פון דארט אנטלאפן ווייטער קיין האלאנד, און זיך באזעצט אין אמסטערדאם.

שפינאזא איז געווען א טיפער דענקער און א פיליזאף. ער האט ליב געהאט צו לערנען, אבער זיין רייץ צו חקירה און פארשונג האט אים געפירט צו קריגן אפן אויף די אידישע חכמים און זאגאר אויך אויף תורת משה.

ער האט זיך נישט אפגעשטעלט בלויז ביי זיין אפענע ארויסטרירט קעגן חז"ל. ער האט זיך זאגאר באפריינדעט מיט קריסטליכע פיליזאפן, שפעטער האט זיך אנגעהאנגען אין דעם וועלט בארימטן פילזאף רונעי דיקארטוס. שפינאזא האט דאן פארעפנטליכט זיינע טעאריעס איבער א-ל-הית און דאס מציאות השם.

דאס האט געפירט אז די קהילה אין אמסטערדאם האט אים מחרים געווען מיט א פולסא דנורא ווי עס ליינט זיך:

האדונים מן המעמד מודיעים לכבוד מעלתכם כי מאחר שמזה זמן נמסר על השקפותיו ומעשיו הרעים של ברוך דה אספינוזה והם ניסו בדרכים ובהבטחות שונות להשיבו מדרכיו הרעים, אך לא עלה בידם לתקנו. ואדרבה כל יום הגיעו לידיעתם ידיעות נוספות על כפירות נוראות שעשה ולימד, ומעשים עצומים שחולל, ויש בידם עדויות רבות וראויות לאמון שנמסרו כולן בנוכחות האדונים החכמים לכן נמנו וגמרו על דעתם של אלה כי אספינוזה הנ"ל יוחרם וינודה מעדת ישראל, והרי הם מטילים עליו את החרם דלהלן:

"בגזירת עירין ובמאמר קדישין אנו גוזרים חרם, נידוי, אלה ושמתא על ברוך דה אספינוזה בהסכמת האל יתברך וכל הקהל הקדוש הזה ארור יהיה ביום וארור בלילה, ארור יהיה בשוכבו וארור בקומו, ארור בצאתו וארור בבואו, וה' לא ירצה בכפרתו ותבער בו חמת ה' וקנאתו... "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום"

ואנו מזהירים שאיש אינו רשאי להתקשר עמו בעל פה או בכתב, ולא לעשות לו שום טובה, ולא לשהות עמו תחת קורת גג אחת, ולא לקרוא שום חיבור שעשה או שכתב

דער פאלגענדער כתב פולסא דנורא האט געהאט א מעכטיגן אפקלאנג. שפינאזא האט זיך געמוזט אוועקציען פון דארט. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין רעגנשבורג, ווייטער אראפצו אין האלאנד. און האט זיך אפגעגעבן מיט שלייפן טעלעסקאפן און אפטיקס.