אלחנן וואסערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
אלחנן וואסערמאן
קיין פריי בילד
געבורט 1875
בירזש, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 יולי 1941 (אלט 66 בערך)
ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט טעלזער ישיבה
ראדינער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט ראש ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ר' אלחנן וואסערמאן

רבי אלחנן בונים װאַסערמאַן (ה'תרל"ה 1874 - י"א תמוז ה'תש"א 1941) פון די גרעסטע פרומע רבנים און ראשי ישיבות אין אייראפע צווישן די צוויי וועלט מלחמות, און פון די אגודת ישראל אנפירערס. דער פארפאסער פון די ספרים "קובץ שיעורים" און "קובץ הערות" אויף דעם תלמוד. זיין ספר "קובץ שיעורים" איז גערעכענט צו איינער פון די קלאסישע לערן-ספרים אין דער ישיבישער וועלט.

זיין לעבן געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געבוירן געווארן אין שטאט בירזש אין ליטע. ארום ה'תר"ן (1890) יאר, האָט זיך זיין פאמיליע איבערגעצויגן קיין בויסק אין היינטיקן לעטלאנד. פון דארטן איז רבי אלחנן וואסערמאן געגאנגען לערנען זיך אין דער טעלזשער ישיבה, ביי רבי שמעון שקאפ, און ביי רבי אליעזר גארדאן.

אין ישיבה ער איז אנטפעלקט געווארן אלס אן עילוי, און נאך א פאר לערניארן, ער האט זיך געווענדט צו זיך לערנען ביי רבי חיים בריסקער.

אין יאר ה'תרנ"ט (1899) ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב מאיר אטלאס, וואס ער איז געווען אין יענער צייט דער רב פון דער שטאט סאלאנט.

אין די יארן ה'תרס"ג - ה'תרס"ד (1903) ער האט געגרינדט די אמסיסטלאווער ישיבה אין רוסלאנד צוזאמען מיט רבי יואל באראנטשיק פון ריגע. אין יאר תרס"ז (1907) ער איז צוגעקומען קיין ראדין, און ער האט זיך געלערנט אין "כולל קדשים" ביי דעם חפץ חיים, און ער איז געווארן זיין אויסגעצייכנטער תלמיד מובהק. אין כולל קודשים האט ער געלערנט חברותא דריי יאר מיט הרב יוסף שלמה כהנעמאן.

אין יאר תר"ע (1910) ער האט אונטערגענומען דעם אמט פון ראש ישיבה אין שטאט בריסק, אבער נאכן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין 1914, ווען די באוואוינער פון בריסק האבן זיך אנגעהויבן פארלאזן די שטאט, האט ער צוריקגעקערט קיין ראדין. אנהייב תרע"ו איז ער צוזאמען מיט זיין ישיבה אנטלאפן קיין סמילאוויטש.

אין יאר (1921) איז געווארן מעגלעך צו פארלאזן רוסלאנד, און ער האט זיך צוריקגעצויגן אין פוילן. דארט האט ער אויפגענומען פירן די ישיבה "אהל תורה" אין באראנאוויטש. זיין ישיבה איז געווען א ישיבה פאר יונגע בחורים.

ער איז געווען נאענט צו רבי יוסף ראזין און זיין שוואגער רבי חיים עוזר גראדזענסקי.

געמארדט געווארן אין חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"א, (1941) א איינציקע טעג נאך דער נאצישער דורכדרינגונג קיין קאוונע. זונטיק פארנאכט ווען רבי אלחנן וואסערמאן האט געהאלטן אינמיטן לערנען מיט רבי יוסף חיים זאקס און אנדערע ראשי ישיבות זענען אריינגעקומען פיר שאוליסטן און זיי ארויסגעשלעפט און געהרגעט.[1]

אויף זיין נאמען איז אויפגעשטעלט געווארן אור אלחנן ישיבה דורך זיין זון הרב שמחה וואסערמאן, און הרב משה חדש.

זיין געזעלשאפטלעכער אויפטו[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב וואסערמאן איז געווען פון די ציוניזם קעגנערס. און ער האט אויכעט געשריבן צו די מזרחי-באוועגונג רבנים אן אפענער בריוו, וועלכער אין אים דערקלערט ער זיין אפגרענצונג (באווארעניש) פון זייער באוועגונג. (דער בריוו הייסט "הנאום והמכתב" פארעפענטלעכט אין "קובץ מאמרים" דער ערשטער טייל). זיין סיסטעם-דערקלערונג האט ער געשריבן אין זיין ספר "קובץ מאמרים". ער האט קארעספאנדירט אין געזעלשאפטלעכע-טעמעס מיט דעם חזון איש און רבי יוסף ראזין. זייענדיק אין ראדין האט זיך אים געטראפן צו לערנען א קורצע צייט מיט הרב קוק. כאטשיק ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו זיין סיסטעם, האט ער אים געשיקט א בריוו נאכצופרעגן וואס מאכט ער, ווען ער איז קראנק געווארן.

ער איז געווען פון די "אגודת ישראל" רבנים, און ער האט אנגעוויזן דעם וועג צו אגודת ישראל אלס א פארטיי וואס איר צוועק איז צו פארשטארקן דאס יידנטום. אין דעם דריטן אגודת ישראל קאנגרעס אין שטאט מארינבאד, טשעכיי, יאר תרצ"ז, ער איז געשטאנען אין דעם שפיץ פון געציילטע מיינונגען וואס האבן געהאט א קעגנערשאפט צום טיילונג פלאן. זיין צוגאנג איז אפגעשטופט געווארן צוליב די פילע לאדענישן, וואס איז קלאר געווארן אז רוב רבנים שטיצן אונטער אין אן אויפשטעלונג פון א יידישן שטאט, אויך אויף א קליינעם טייל פון ארץ ישראל.

אויף דער ארויפגאנג פון דעם נאציאנאל־סאציאליזם שרייבט ער אזוי: "די הויפט עבודה זרהס וועמען יידן דינען און זיינען מקריב קרבנות, אין דער היינטיקער צייט זיינען צוויי: סאציאליזם און נאציאנאליזם.... האט פאסירט א וואונדער: אין הימל האט מען די ביידע עבודה־זרהס צוזאמענגענומען אין איינעם, און פון דער הרכבה – נאציאנאל-סאציאליזם – געשאפן א שרעקליכן מטה זעם צו שלאגן יידן מערדערלעך בכל קצווי ארץ. די זעלבע טומאות צו וועלכע מיר האבן געדינט, זיי שלאגן אונז. "תיסרך רעתך".

פאר איז ער מיט זיינע תלמידים גענומען געווארן צום טויט דורך די נאצישע, ער האט אויסגערופן:
"עלינו לזכור שבאמת נהיה מקדשי השם ולא תעלה על דעתנו חלילה מחשבה פסולה, שהיא בבחינת פיגול הפוסל את הקורבן. אנו מקיימים עתה את המצווה הגדולה ביותר - קידוש השם. האש שתבער בעצמותינו היא האש אשר תקים מחדש את העם היהודי". הוא הביע תקווה שקורבן היהודים באירופה יסייע להציל את אחיהם בארצות הברית.

זיין זון הרב אליעזר שמחה וואסערמאן, האט פארטגעזעצט זיין פאטער׳ס כלל ארבעט נאך זיין טויט ביי דער חורבן אייראפע. די שמועסן און די ארטיקלען וואס זיין זון האט געשריבן זײַנען אַרײַנגעלייגט געװאָרן אינעם קובץ מאמרים ואגרות חלק ב'.

זיינע וועלטקוקן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין זיינע ארטיקלען וואס זיי זיינען פארעפענטלעכט געווארן אין צייטשריפטן, און זיי זיינען איינגעזאמלט געווארן נאך זיין טויט. אין "קובץ מאמרים", רבי אלחנן וואסערמאן האט אויסגעדריקט נעגאטיוו אנטקעגן די וועלטלעכקייט און דער ציוניזם. נאך חורבן אייראפע, אגודת ישראל מֶעסִיק געווארן. און אזעלכע וועלט קוקן ווי ער האט אויסגעדריקט מען קען געפינען בעיקר אין די עדה החרדית קרייזן.

  • ישראל אף על פי שחטא - ישראל הוא", נישט געזאגט געווארן ביי כופרים:
"איז דאך אנגענומען געווארן ביי אונז אז "פושעי ישראל מלאים מצוות כרימון", "וישראל אעפ"י שחטא ישראל הוא"... די מאמרים און דאס גלייכן געזאגט געווארן אויף די וואס גלויבן אין עיקרי הדת, אבער זיי זיינען רשעים ובעלי עבירות להנאת עצמן... אבער ווען די אמונה אין עיקרי הדת איז קאליע געווארן, ער איז ארויס פון דעם כלל, און עס איז א מצוה אים פיינד צו האבן און פארלענדן".
"ער האט געקעמפט אלע זיינע טעג אנטקעגן דער תורה".
"עס איז קלאר דאס וויבאלד דער מאדערנער נאציאנאליזם ביי יידן איז עבודה זרה, קומט ממילא אויס אז די נאציאנאל-רעליגיעזע שיטה איז עבודה זרה בשיתוף....

ווי פּראבּירט מען א מענטש, ווי זאל מען וויסן וואס ער איז אין זיין פנימיות? לפי מהללו, מען זאל זען וועמען ער איז מהלל. אויב ער שטענדיק מהלל טובים, איז זיין שורש טוב, אויב מען זעט אז ער איז מהלל רשעים, איז א סימן דאס ער איז אליין דאס זעלבע (שערי תשובה לרבינו יונה). בשעת מען זעט וועמען די נאניאנאלע-רעליגיעזע זיינען מהלל און מכבד, ווייס מען וואס זיי אליין זיינען".

  • דער פלאץ פון ארץ ישראל אין יידנטום:

"קומט אויס אז אויב יידן בלייבן אן תורה, גייט זיי אונטער אין פארלויף פון איינציקע צענדליקער יאר. דערקעגן אן ארץ ישראל, קען דאס יידישע פאלק עקזיסטירן 2000 יאר.... ארץ ישראל איז נויטיק פאר יידן, אבער אן תורה האבן מיר קיין יידן נישט".

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • קובץ שיעורים, א פירוש אויף דעם ש"ס, תשכ"ד-תשכ"ז (שני כרכים)
  • קובץ מאמרים ואגרות, ארטיקלען אין א וועלט-קוק און א געדאנקענגאנג, און לעגענדע פירושים, תש"ס (שני כרכים)
  • קובץ הערות, א פירוש אויף מסכת יבמות, געדרוקט צוזאמען שוֹ"ת רשב"א אויף יבמות.
  • דברי סופרים, דיונים על מסורת התורה (הודפס בכרך ב' מקובץ שיעורים)
  • עיקבתא דמשיחא, (עקזיסטירן דריי ווערסיעס: צוויי ווערסיעס אין קובץ מאמרים חלק א', און אן אנדער ווערסיע אין א באזונדערן קונטרס)

צו נאך לייענונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אור אלחנן - תולדות חייו ופועלו של רבי אלחנן וואסערמאן (שני חלקים)

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. דאס אידישע ליכט

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]