אילעין טשאו

פֿון װיקיפּעדיע
אילעין טשאו
趙小蘭
געבורט 26 מערץ 1953 (אלט 70)
טאאיפי, טייוואן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, טייוואן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג מיטש מקאנעל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
elainelchao.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אילעין טשאו

אילעין טשאַו (ענגליש: Elaine Chao, געבוירן דעם 26סטן מערץ 1953) איז אן אמעריקאנישע פאליטיקערין. טשאַו איז געווען דער ערשטער אזיאטיש־אמעריקאנער, און די ערשטע טייוואנער אמעריקאנער פרוי, אין די פאראייניגטע שטאטן'ס היסטאריע צו דינען אין א פּרעזידענט'ס קאַבינעט. זי האט געדינט ווי דער 24סטער ארבעט סעקרעטאר אונטער פּרעזידענט דזשארזש וואלקער בוש פון 2001 ביז 2009, און דער אונטער סעקרעטאר פון טראנספארטאציע אונטער פּרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש. אום 29סטן פון נאוועמבער 2016, האט פּרעזידענט דאנאלד טראמפ נאמינירט טשאַו צו דינען ווי דער סעקרעטאַר פון טראנספארטאציע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געבורט און יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זי איז געבוירן אין טייפּע, טייוואן, דעם 26סטן מערץ 1953, צו עלטערן וואס זענען אַנטלאָפֿן פון שאנכיי צו דעם אינזל טייוואן אין 1949, אינדערצייט וואס די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט ביי דער כינעזישער ברודער-קריג. אין 1961 האט זי זיך אריבערגעצויגן מיט איר מוטער און אינגערע שוועסטער צו די פאַרייניקטע שטאַטן, און האט זיך דארט פאראייניגט מיט איר פֿאָטער וואס האט זיך אריבערגעצויגן דארט דריי יאר בעפאר.

אויסבילדונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טשאַו איז געגאנגען צו דער סיי סינג עלעמענטאַר־שולע אין טייפּע פֿאַר קינדערגאַרטען און ערשטער קלאס, און דערנאָך האט זי געלערנט אין דער סיאָסעט הויכשולע אין סיאָסעט, ניו יארק. זי האט באקומען אַן ערשטן דיפלאם אין עקאָנאָמיק פון מאונט האליאק קאלעדזש.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טשאַו האט אין 1993 געהייראט מיטש מקאנעל פון קענטאקי, וואס איז דער סענאַט מערהייט פירער זינט דעם 3טן יאנואר 2015. און יעצט די מינדהייט פירער זינט 2021.

פריערדיגע טעטיקייטן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איידער זי האט זיך אריינגעלייגט אין פּאָליטיק, איז טשאַו געווען דער וויצע־פּרעזידענט פֿאַר סינדיקירטע הלוואות אין דער באנק פון אמעריקע קאפיטאל מארק גרופע אין סאן פראנסיסקא, קאליפארניע, און אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַנקער בייַ סיטיגרופ אין ניו יארק פֿאַר פיר יאר.