אברהם וויינבערג (דער ערשטער)

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם וויינבערג
קיין פריי בילד
געבורט 1803
פּינסק, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 נאוועמבער 1883 (אלט 80 בערך)
סלאנים, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם ווייבערג (תקס"ד - י"א מרחשון תרמ"ד) איז געווען דער ערשטער סלאנימער רבי און דער מחבר פון דעם ספר "יסוד העבודה".

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ד צו זיין פאטער רבי יצחק מתתיהו וואס איז געווען דער דיין אין פינסק, רייסין (היינט בעלארוס). רבי יצחק מתתיהו האט געהאנדלט מיט ווייצן בשותפות מיט זיין שוואגער ר' איסר ספעקטאר, דער פאטער פון רבי יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונע.

ער איז געווארן א חסיד פון רבי נח לעכאוויטשער און דערנאך צו זיין תלמיד רבי משה פון קאברין.

די רביסטעווע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאר דער פטירה פון זיין רבי'ן דער קאברינער אין תרי"ח, האט זיין רבי ממנה געווען רבי אברהם צו פירן די חסידים. ער האט געפירט זיין הויף אין סלאנים.