לדלג לתוכן

שניי-שארער

פֿון װיקיפּעדיע
אַ לאַסטאויטאָ מיט אַ שניי-שארער

אַ שניי-שאָרער איז אַ געצייג וואס ווערט געבויט ארויפצולייגן אויף אַ פֿאָרמיטל און ווערט באַנוצט אַראָפּצונעמען שניי און אייז פֿון דרויסנדיקע פֿלאַכן, געוויינטלעך יענע פֿאַר טראַנספּאָרט צוועקעס. הגם אַז דער טערמין באַדייט אָפֿט פֿאָרמיטלען מיט די דאָזיקע געצייג, זיי זענען מער פּינקטלעך באַקאַנט אַלס ווינטער דינסטן פֿאָרמיטלען (ענ'), בפֿרט אין געגנטן מיט גרויסע קוואַנטומס פֿון שניי יעדע יאָר, אָדער אין ספּציפֿישע געגנטן ווי פֿליפֿעלדער. אין אַנדערע פֿאַלן, טענדערס און לאָדערס ווערן אויסגעשטייַערט מיט געצייג אויסצופֿירן די דאָזיקע אַרבעט. אין אַ טייל געגנטן אין וועלכע שניי איז נישט נאָכאַנאַנדיק, אָפּגלייַכערס קענען מען באַנוצט אַראָפּצונעמען געפּאַקטע שניי און אייז פֿון די גאַסן. שניי-שאָרערס קענען אויך ווערן ארויפגעלייגט אויף וואַגאָנען אָדער לאָקאָמאָטיוון אויפֿצורוימען אייזנבאַן ליניעס.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: שניי-שאָרערס