לדלג לתוכן

שנה מעוברת

פֿון װיקיפּעדיע

שנה מעוברת איז א יאר וואס עס לויפט צוויי מאל דער חודש אדר, מיטן ציל אוסצוגלייכן די שנות החמה וועלכע איז 365 טעג מיט די שנות הלבנה וועלכע איז בדרך כלל 354 טעג.

אין אזא יאר איז אין אדר א׳ דא א פורים קטן און אדר ב׳ איז פורים גדול אדער דער געהעריגער פורים.

דער דין איז אז ווען דער בי״ד זיצט דן צו זיין אויב מען זאל מעבר זיין דעם יאר אדער נישט דארפן זיי זיין אינגאנצן קאנצעטרירט, דערפאר שטעלן זיי נישט אפ אפילו צו ליינען קריאת שמע ווילאנג עס איז נישט אויסגעקלארט צו מען איז מעבר אדער נישט.