שמחה שפירא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שמחה שפירא זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תרע"ב), רב אין לאנצהוט.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמחה'לע איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאך זיין פאטער'ס פטירה האט זיך געשאפן א רייבעריי איבער דעם רבנות אין לאנצהוט, דער שטעטישע קרייז האט געוואלט אויפנעמן רבי שמחה'לעס ברודער רבי מענדל'ע אלס רב, דאגעגן דער חסידישער קרייז האבן געוואלט אויפנעמן רבי שמחה'לע אין ווענען זיי האבן געזען אלס פאסיגער נאעפאלגער פון רב,

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמחה'לע איז נפטר געווארן מוצאי יום כפור ה'תרע"ג נאכדעם וואס ער האט געדאוונט נעילה פאר'ן עמוד, אין ליגט אין פאטער'ס אהל.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שמחה'לע האט געהייראט מרת רבקה הענטשא א טאכטער פון הרב ישראל ליב וואהרמאן, א זון פון רב אין בוטשאטש. זייערע קינדער:

  • הרב ישראל אריה שפירא
  • מרת נחמה, די ווייב פון הרב שמעון מארילעס רב אין יעראסלאוו.
  • מרת הדס די ווייב פון הרב אליעזר רובין רב אין באליגראד

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר