לדלג לתוכן

שמחה פיעטרושקא

פֿון װיקיפּעדיע
שמחה פיעטרושקא
קיין פריי בילד
געבורט 1893
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1950 (אלט 57 בערך)
מאנטרעאל, קאנאדע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך איבערזעצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שמחה בונים פיעטרושקא (10 אקטאבער 1893 - אפריל 1950) איז געווען א יידישער שרייבער, זשורנאליסט, און איבערזעצער.[1]

שמחה פיעטרושקא איז געבארן געווארן אין פראַגאַ, פוילן. דארטן איז ער געווארן אן עילוי. אין 1917 האט ער גראדוירט פון ישיבה פון שמואל אבֿרהם פּאָזנאַנסקי.

ער איז געווען א לערער און ביבליאָטעקאַר פון דער גרויסער שול אין ווארשע. צווישן 1926-1927 איז ער געפארן אין ארץ ישראל. דערנאך דעם איז ער געפארן אין די פאראײניגטע שטאטן און צוריקגעקומען קיין פוילן ביז דער מלחמה אין 1939. ער האט אימיגרירט קיין ניו יארק סיטי, און דערנאך אין מאנטרעאל.[1]

שמחה פיעטרושקא האט ארויסגעגעבן זיין מייסטערווערק, דעם גרויסן 6-באנד איבערזעצונג פון משנה צו יידיש, מיט א סך וויכטיקע הערות, אין 1945.[2] צוליב דעם איז ער באקומען דעם פריז "י. למד" אין 1950.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דער "יודישע ענציקלאפעדיע" אין 1936, וואס איז געווארן די מקור פאר דער "יידישע פאלקס-ענציקלאפעדיע" (1943, און 1949).

שמחה פיעטרושקאס ביכער:

  • "משניות, מיט נקודות" באנד 1 2 3 4 5 6
  • "יידישע פאלקס-ענציקלאפעדיע" (1949), באנד 1 2
  1. 1 2 Pyetrushka, Simkhe-Bunim (Symcha Bunim Petrushka) (October 1893–April 10, 1950) — Congress for Jewish Culture (en). Congress for Jewish Culture.
  2. מארגאליס, רבקה (3 November 2010). "Translating Jewish Poland into Canadian Yiddish: Symcha Petrushka’s Mishnayes". TTR 22 (2): 183–202. doi:10.7202/044829ar.