לדלג לתוכן

שמואל וואזנער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שמואל הלוי וואזנער)
שמואל וואזנער
שמואל הלוי וואזנר
הר"ר שמואל וואזנער פון בני ברק
געבורט 4 סעפטעמבער 1913
ב' אלול ה'תרע"ג
וויען, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 אפריל 2015 (אלט 101)
ט"ו ניסן ה'תשע"ה
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייך, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט ישיבת חכמי לובלין רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים חיים וואזנער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב שמואל הלוי וואזנער ( ב' אלול ה'תרע"ג[1] 1913, וויען - ט"ו ניסן תשע"ה, בני ברק) איז געווען דער גרעסטער און פראמעניטטער חרדישער רב און פוסק וואס האט געוואוינט און געשאפט אין בני ברק, ארץ ישראל.

הרב שמואל וואזנער איז געבוירן געווארן אין ווין צו זיין פאטער ר' יוסף צבי און זיין מוטער רחל (שיף). ער איז געווארן א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין געפירט דורך הרב מאיר שפירא, וואו ער איז געווען א תלמיד פון רבי שמעון זשעלעכאווער וואס האט געדינט אלס דער משפיע רוחני און משגיח אין ישיבת חכמי לובלין.

ביי די 22 יאר האט ער חתונה געהאט מיט רבקה געלבער, א טאכטער פונעם ראש הקהל פון פרעשבורג. ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל נאך פאר'ן חורבן אייראפע אין תרצ"ט. די בריטישע האבן נישט געלאזט די שיף אנקומען קיין חיפה, און הרב שמואל מיט זיין ווייב זענען געשווימען אין ים ביזן ברעג.

אין חודש אדר ראשון ת"ש האט מען אים אויפגענומען אינעם אהל תורה כולל וואס הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג האט געפירט. ער האט געלערענט דאן אין דער דושינסקי ישיבה אין ירושלים, דאן איז ער געווען טראץ זיינע אינגע יארן א חבר אין עדה החרדית. ער האט שימוש אין פסקענען ביים טעפליקער רב, הרב שמשון פאלאנסקי, און מען האט אים באשטימט רב פון גבעת שאול (הײַנט א טייל פון ירושלים).

אין יאר תש"ז האט רבי יעקב האלפערין, דער גרינדער פונעם זכרון מאיר געגנט פון בני ברק, פארבעטן הרב וואזנער, א תלמיד פון הרב מאיר שפיראאויף וועמענס נאמען דער געגנט איז גערופן, ווידער אויפשטעלן די "ישיבת חכמי לובלין" אויף א שטח וואס ער ר' יעקב האט פארמאגט אין זכרון מאיר. אויף דער ביטע פונעם חזון איש, און דעם טשעבינער רב און רבי איסר זלמן מעלצער מיט הרב יצחק הלוי הערצאג, האט מען באשטימט הרב וואזנער רב אין זכרון מאיר.

צוזאמען מיט רבי יעקב האלפרין האט הרב וואזנער געקעמפט פאר דער קדושה פון שבת אין בני ברק.

ווען מען האט פלאנירט די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק איז ער געווען טעטיג און ער איז געבליבן א מיטגליד אין פרעזידיום פונעם שפיטאל.

אין תשנ"ו איז ער געווארן אן אלמן ווען זיין ווייב רבקה איז נפטר געווארן. ער האט געהייראט בזיווג שני חנה יוטא קאהן (תרפ״א – כ"ה אלול ה'תשע"ז), די אלמנה פון הרב יעקב שמריה דייטש, רב פון קהילת חוג חתם סופר פתח תקווה און די שוועסטער פון דעם תולדות אהרן רבי, רבי אברהם יצחק קאהן.

ליל הסדר תשע"ה איז ער נפטר געווארן.

ער איז דער מחבר פון פארשידענע ספרים און שו"ת, ווי שבט הלוי עלף בענדער און נאך.

ער ווערט באטראכט אלס דער חסידישער פוסק הדור, ווי הרב אלישיב ביי די ליטווישע.

ער איז געווען זייער א נייטראלער מענטש וואס לעבט זיך גוט פון די גרעסטע קנאים ביז די רבנים הראשיים.

ער איז דער אב בית דין פון זכרון מאיר.

נאך דער פטירה פון, הרב יעקב לאנדא, רב פון בני ברק, איז ארויפגעקומען א פארשלאג פון הרב שך אז רב וואזנער זאל איבערנעמען דאס רבנות ווי א קאנדידאט אנגענומען פון אלע קרייזן סיי חסידים סיי ליטוואקעס, אבער ער האט געשטיצט די קאנדידאטור פון הרב משה יהודא לייב לאנדא, זון פונעם אלטן רב, טראץ דעם וואס הרב שך איז געווען קעגן אז ער זאל איבערנעמען דאס רבנות.