שלמה מאנדל

פֿון װיקיפּעדיע
שלמה מאנדל
קיין פריי בילד
געבורט 28 סעפטעמבער 1909
צאנז, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 סעפטעמבער 1981 (אלט 71)
יאהאנעסבורג, דרום אפריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

שלמה מאנדל (י' תשרי ה'תר"ע 1909 - כ"ה אלול ה'תשמ"א 1981) איז געווען א חזן פון די גרויסע אין זיין דור, וועלכע האט במשך זיין לעבן געדינט אין ווילנע, ווארשע, קראקע און יאהאנעסבורג.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שלמה מאנדל איז געבוירן אין צאנז, גאליציע יום כיפור תר"ע. זיין משפחה האט זיך שפעטער געצויגן קיין טארנע.

ער האט געזינגען צום ערשטן מאל ביים טיש פונעם שינאווער רב.

ער האט אנגעהויבן לערנען חזנות אין קאטאוויץ און אין ווארשע. פון דארט איז ער אויף די ראט פון משה קוסעוויצקי געפארן קיין ווילנע צו לערנען ביים בארימטן חזן דוד משה שטיינבערג וועלכער האט דארט געהאט א פאסטן.

ער איז געווארן חזן אין דער "טהרת הקודש" שול אין ווילנע, וואו חזן גלעזער האט דיריגרט דעם כאר.

פון ווילנע איז ער געגאנגען קיין ווארשע וואו ער האט געדאוונט אין דער נאזשיק שוהל און מוריה. דארט האט ער אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיינע ערשטע פלאטעס. נאך צוויי יאר איז ער געגאנגען צו דער "אהבת רעים" שוהל אין קראקע וואו ער איז שטארק באריהמט געווארן און אנגעהויבן געבן קאנצערטן איבער אייראפע, האלאנד און ענגלאנד.

ער האט איבערגעלעהבט די קריג. און אין 1938 איז ער געגאנגען קיין יאהאנעסבורג, דרום אפריקע וואו ער איז געבליבן חזן ביז ער האט פענסיאנירט און געפארן קיין ישראל אין יאהר תשל"ד וואו ער האט אפגעהאלטן עטליכע קאנצערטן וואס טייל זענען רעקארדירט געווארן.

ער איז נפטר געווארן אין יאהאנעסבורג און געברענגט געווארן צו קבורה אין ישראל.

שטימע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

חזן מאנדל ווערט פאררעכנט אלס גרויסער זאגער מיט א שטארקער ווארעמקייט און חסידישן ברען.

קאמפאזיציעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייענדיג אויפגעוואקסן אין א חסידישער אטמאספערע, דערקענט זיך עס שטארק אין זיינע קאמפאזיציעס.

  • אתה חונן
  • הנרות הללו
  • ועל ידי עבדיך
  • ושמור צאתינו
  • מקדש מלך
  • רבונו של עולם, יום כיפור קטן

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]