לדלג לתוכן

אינטערנאציאנאלער רעד ווי א פיראט טאג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעד ווי א ים-רויבער טאג)

דער אינטערנאציאנאלער רעד ווי א פיראט טאג (ענגליש: International Talk Like a Pirate Day) איז א פאראדישע חגא וואס איז געשאפן געווארן אין 1995 דורך דזשאָן באָר און מאַרק סאַמערס פון אלבעני, ארעגאן, די פאראייניקטע שטאטן. זיי האבן דעקלארירן דעם 19טן סעפטעמבער יעדע יאר אלס דער טאג אויף וואס יעדער איינער אין די וועלט זאלן רעדן ווי א ים-רויבער. צום ביישפיל, איינער וואס פייערט די חגא וואלט באגריסן "אַהוי, חבֿרים" אנשטאט "שלום עליכם". די חגא און די פייערונג שטאמען פון א פארפוצטע פערספעקטיוו איבער די גאלדענע עפאכע פון ים-רויבעריי.

לויט סאַמערס און באָר איז עס די איינציקע באקאנטע חגא וואס איז געשאפן געווארן אלס א רעזולטאט פון א ספארט באשעדיקונג. ביי א ראַקעטבאָל שפיל צווישן סאַמערס און באָר האט איינער פון זיי רעאגירט צום וויי מיט א שריי פון "אַאַאַררר!", און דעם געדאנק איז געבוירן געווארן. דעם שפיל איז געהאלטן געווען דעם 6טן יוני 1995, אבער צוליב די פייערונגען פון די אינוואַזיע אין נאָרמאַנדי האבן זיי געקליבן דעם געבורטסטאג פון סאַמער'ס פריערדיקע ווייב, צו העלפן אים געדענקען דער דאטע.

די חגא איז ערשט געווען א וויץ צווישן צוויי פריינט, און האט באקומען אָפּדעקונג ווען באָר און סאַמערס האבן געשיקן א בריוו וועגן זייערע חגא צו דער אמעריקאנער הומאר קאלומניסט דייוו בערי אין 2002. בערי האט ליב געהאט דער געדאנק און האט פארשפרייט דעם טאג.

די פארבינדונג צווישן ים-רויבערס און האלצענע פיס, פאפוגייען און שאץ מאפעס, וואס איז פאפוליזירט געווארן אין ראבערט לואיס סטיוונסאנ'ס ראמאן "שאץ אינזל" (1883), האט שטארק געווירקט אויף די פאראדישע פיראטן קולטור. רעד ווי א פיראט טאג ווערט געפייערט מיט באהאלטענע פונקציעס אין א סך שפילן און וועבזייטלעך, ווי א פיראטן-סלענג איבערזעצונג פון פייסבוק אין 2008. א פיראטן-טעמע איז צוגעלייגט געווארן צו רעדיט אין סעפטעמבער 2014.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אינטערנאציאנאלער רעד ווי א פיראט טאג