רעדן:U1 (וויען)

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך מיין אז ווען מען שרייבט וויען, זעהט עס אויס בעסער ווי ווין. טאקע ווען מען רעדט זאגט מען "ווין", אבער אין רוב פלעצער, כמעט איבעראל שרייבט מען וויען. איך וועל מיך פרייען טאמער דו וועסט קענען טוישן דעם טיטול צו U1 (וויען) אנשטאט "ווין". און א גרויסן ישר כח פאר דער הילף! [[באַניצער:Davidik500| UTC)

איך האב געזוכט וויאזוי שרייבט ווין, און מען שרייבט ביידע. למשל, דאס יידישע ווארט שרייבט אמאל ״ווין״ און אמאל ״וויען״. --פוילישער 15:59, 26 סעפטעמבער 2017 (UTC)
אין אמת׳ן, רעדט מען אויס ״ווין״, ווייל מען רעדט נישט אויס דעם ״ע״, ווי אויף ענגליש, איטאליעניש און נאך אייראפעאישע שפראכן. דאס שרייבן ״וויען״ מיט אן ״ע״ שטאמט פון די משכילים פאר 200 יאר וואס האבן געוואלט אז יידן זאלן טוישן זייער שפראך אויף דייטש, און דערפאר האבן זיי געענדערט דעם אויסלייג מיט עטלעכע שטומע בוכשטאבן (למשל ע נאך א י) כדי נאכצומאכן דייטשישן אויסלייג Wien. --פוילישער 16:04, 26 סעפטעמבער 2017 (UTC)
איך האב געמיינט צו זאגן אז מען רעדט אויס ווין און נישט וויען, דאס ווייס איך אוודאי (פארגעס נישט אז אידיש איז מיין מאמע לשון צוזאמען אינאיינעם מיט לש"ק), נאר צוליב א געוואוינהייט האב איך גלייך און אויטאמאטיש אריינגעלייגט "וויען" אנשטאט ווין. אבער וועגן שרייבן וויען, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'קומט פון די פרייע משכילים. ס'איז גאנץ א חידוש פאר מיר. דאך האלט איך אז ווען מען לייגט עס אויס, וויען זעהט אויס בעסער. טאמער וואלט איך אנגעהויבן צו שרייבן אזוי ווי איך רעד, ס'איז וואלט אויסגעקוקט זייער לאכעדיג - "ביך" אנשטאט בוך, קרים אנשטאט קרום, וואטער אנשטאט ווייטער א.ד.ג.

Davidik500 (רעדן) 21:57, 26 סעפטעמבער 2017 (UTC)