רעדן:פעניס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פעניס און פינעס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מע'האט שוין עטלעכע מאל מעורר געווען אז דאס פעניס איז א טעות געווען פון איבערטייטשן PENIS די אי אלס א ע, דער פאקט איז אז איינער וואס קען ענגליש ווייסט אז מ'זאגט איר פינעס נישט פעניס. פעניס איז א טעות ביטע רוני דריי נישט צוריק איידער דו רעדסט זיך דורך א דאנק--Chaim Shel 13:34, 31 אויגוסט 2009 (UTC)

אדרבא פינעס איז א טעות.
  1. דאס ווארט איז נישט ענגליש נאר אינטערנאציאנאל, און מען פאלגט ווי מען שרייבט דאס ווארט, נישט ווי מ'רעדט ארויס אויף ענגליש.
  2. א גוגלזוך ווייזט קלאר אז מ'שרייבט "פעניס", און "פינעס" איז עפעס גאר אנדערש.

--פוילישער 14:53, 31 אויגוסט 2009 (UTC)

דער גוגל זוך געט נאר די גרייזן פון רוני מיט מיר. דער פאקט איז מיר האבן דאס אנגעהויבן צו נוצן ווען דער ניק אלס ווייסער האט דאס פארגעשלאגן אין רעדן זייט פון שמאק. אויב פינעס מיינט עפעס אנדערשט ביטע זאגן וואס? פעניס מיינט זיכער א סך פון דעם פעני סא האט נישט קיין פשט צו נוצן א ווארט וואס דו קענסט נישט ברענגן קיין באווייז אז מ'נוצט איר. ביטע זאגן וואס מיינט פינעס? --Chaim Shel 15:01, 31 אויגוסט 2009 (UTC)
אפדעיט 2# דער רוני ארויסהעלפענדיג דעם ניק פוילישער האט ווידער צוריקגעדרייט און גאר פארשפארט דעם בלאט פינעס נאך מיין רעדן דא אן זיך דורכרעדן א פיפס נישט פונעם ניק פוילישער און נשיט פון רוני. דאס דארף צוריקגעפענט ווערן און פאראכטן ווערן. א דאנק.--Chaim Shel 14:57, 1 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
איך האב געוויזן דיין טעות אבער דו ווילסט נישט הערן. --פוילישער 17:58, 1 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
איך וויל נישט הערן?! ביטע הער אויף צו אטאקירן פערזענליך איך האב דיר זייער קלאר צוריקגענטפערט אז גוגל צייגט בלויז פעניס צו די אלע וועבסייטס פון וויקיפעדיע וויקיווערטערבוך און אפאר בלאגס וואס קייען נאך דעם טעות דא פון וויקיפעדיע. דער פאקט איז א דו האסט ערקלערט אז פינעס מיינט עפעס אנדערשט איך פרעג דיך וואס ?! ביסטו שטיל דו ענטפערסט נישט. איך זאג דיר אז אפילו מיר זאלן זאגן אז פעניס מיינט שוין היינט א שמאק צוליב א טעות ביסטו דיך אדער מודה צו מיר אז עס מיינט זיכער אויכט נאך א דערהער א סך פון דעם מטבע פעני? דאן פארוואס זאלן מיר נישט צוריקגיין ווי ארגינעל געשריבן פינעס וואס דו זאגסט נישט וואס דאס מיינט עפעס אנדערשט איך ווארט איך האב געדולד דערווייל בעטן מיר די ניק פוילישער אדער רוני זאלן זאגן וואס מיינט פינעס אחוץ א שמאק. דאן קענען מיר דאס באוועגן צו פעניס צוריק נישט צוריקדרייען איידער איר רעדט אייך דורך. א דאנק--Chaim Shel 13:22, 2 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
"פינעס" איז א משפחה נאמען. --פוילישער 18:22, 2 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
שוין דו מאכסט חוזק... לענין, א משפחה נאמען דארף נישט און האט נישט קיין ארטקיל אין וויקיפעדיע אז דאס זאל זיך סותר זיין מיט א זאך. טייטלבוים איז אויך א משפחה נאמען דעריבער גייסטו נישט לאזן שרייבן אזא ארטיקל און פארדרייען דעם קעפל פונעם נאמען? דער פאקט איז אז פעניס איז נישט די ריכטיגע ווארט פעניס מיינט אן אנדער זאך נישט קיין אנדערע משפחה נאמען... פינעס מיינט נישט קיין אנדערער זאך דעריבער וועט דאס נישט דארפן ווערן קיין אנדערער ארטיקל. איך שלאג פאר אן אנדער פשרה לאמיר זיך פאראייניגן אויף די ווארט מילה און פארטיק: זעה רפאל פינקל זאגט אויך אזוי [1] איך דריי דאס איצט אהין איך האף וועסט נישט איצט זיך קעגן שטעלן ווייל מילה איז נישט דאס ווארט ברית מילה כאטשיג מקען אויך באטיטולען דער אקט פון מל'ען און לשון קודש אויף מילה אבער אין אידיש זאגט מען און מען שרייבט מל'ען. א דאנק פארן זיך שלאגן איצט איז דאס לכוארה בעסער ווי שמאק אדער שמעקל. כל טוב.--Chaim Shel 13:01, 3 סעפּטעמבער 2009 (UTC)