לדלג לתוכן

רעדן:פוט-נאוט

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

וואס איז פשט פון דעם ארטיקל? וואו איז דאס וועבזייטל? ווי געפינט זיך דער ארטיקל אין אנדערע וויקיפעדיעס? --פוילישער 00:20, 21 מערץ 2010 (UTC)[ענטפֿער]

אין האב דאס נישט אויפגעזוכט אין אנדערע וויקיפעדיעס, אבער דער וועבזייטל איז זייער פשוט, www.footnote.com, דער פשט פון דעם ארטיקל איז נאך א פלאץ ווי צו פארשטן די טעמע פון דעם צווייטן וועלטס קריג, גענוי אזוי ווי, יד ושם, USHMM, און שמעון וויזענטאהל צענטער וכדו' Wwii study 02:04, 21 מערץ 2010 (UTC)[ענטפֿער]
נו, דאס איז נאך נישט ווערט אן ארטיקל!!! אחוץ דעם, איז דאס וועבזייטל אן אלגעמיינער ארט צו זוכן דאקומענטן, און האט נישט קיין ספעציעלע שייכות מיט חורבן אייראפע. --פוילישער 07:09, 21 מערץ 2010 (UTC)[ענטפֿער]
וואס איז דער גדר אז א זאך זאלן ווערד זיין אן ארטיקל, איך בין נאך נישט גענוג קלאר מיט די כללים פון וויקיפעדיע, און עס איז דערווייל די ערשטע ארטיקל וואס איז נישט ווערד, אויב ווייס איך מער כללים קען איך זיך מער צושטעלן, יישר כח, בעסער מיר צו ענטפערן און מיין רעדן בלאט Wwii study 07:22, 21 מערץ 2010 (UTC)[ענטפֿער]
ניין, דאס איז נישט דער ערשטער ארטיקל וואס איז נישט כדאי צו האלטן. אדרבא, אסאך נייע ארטיקלען ווערן אויסגעמעקט ווייל זיי האבן נישט קיין ענציקלאפעדישן אינהאלט. אבער אייערע ארטיקלען זענען כמעט אלע פול מיט אינהאלט, אדער מ'קען גיך דערקענען וויאזוי צו פארברייטערן זיי אויף אן ענציקלאפעדישן אופן. (אין אמת'ן ווען א צווייטער וואלט פארגעלייגט דעם ארטיקל, וואלט איך אים שוין אויסגעמעקט; אבער אזוי ווי אייערע ארטיקלען זענען בדרך כלל אויסגעהאלטן וויל אין פריער מברר זיין.)
אויב דער צוועק פונעם ארטיקל איז אדורכרעדן צו פארשן די טעמע פונעם צווייטן וועלט קריג, האט ער נישט דערגרייכט זיין ציל. פונעם וועבזייטל זע איך בכלל נישט דאס שייכות מיטן צווייטן וועלט קריג. --פוילישער 10:19, 21 מערץ 2010 (UTC)[ענטפֿער]