רעדן:פאסט-טרעגער

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:פאסט טרעגער)

דער ארטיקל רעדט וועגן א "פאסט-טרעגער"? דאס הייסט איינער וואס טראגט ארום אלע סארטן פאסט, נישט נאר בריוו. גראדע איז בריוו איינע פון די זאכן וואס מען שיקט אויף פאסט, אבער איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא א באזונדערע טרעגער דערצו וואס הייסט 'בריווטרעגער'. (עולםגולם (רעדן) 13:53, 15 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]

איך האב געשאפן דעם ארטיקל. איך האב געמיינט אז דער איבערזעצונג איז געווען "פאסטמענטש" (פון ענגליש: postman), אבער פוילישער האט באוועגט דעם ארטיקל צו "בריווטרעגער". לאג ראיל (רעדן) 14:06, 15 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
דער ריכטיגער נאמען איז "פאסט-טרעגער" ווי איר האט געשריבן אינעם ארטיקל אז יענער טראגט אלע פאסט ווי 'בריוו, צייטונגען און פעקעלעך'. פונקט אזויווי "פאסט-אפיס" און נישט "בריוו-אפיס". (עולםגולם (רעדן) 14:58, 15 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
מען קען אויך זאגן פאסט-טרעגער, אבער מערסטנס זאגט מען בריווטרעגער אדער בריוונטרעגער. --פוילישער 16:39, 15 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
רוב שרייבער פון 'היינט-צוטאגס' שרייבן פאסט-טרעגער. פינטל. מען ברויך נישט קיין באווייזן אויף אזא פשוטע זאך.
אדרבה, זיכט אביסל בעסער, וויפיל פלעצער קענט איר אנווייזן וואו עס ווערט היינט געשריבן בריווטרעגער? איך האף אז מען קען עס ציילן אויף כאטש איין האנט... (עולםגולם (רעדן) 17:31, 15 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
איך מיין אז מ'קען אויף ביידע נישט זאהגן אז ס'אומריכטיג.

און כאטש איך בין שטארק מצדד פאר פאסט-טרעגער, סאי ווייל עס האט מעהר פשט און סאי ווייל מערסטנס היינטיגע יודיש רעדנער און שרייבער ניצן דאס (אדער איינפאך: פאסט-מענטש), וועל איך זיך נישט צו שטארק קימערן דערוועהגן וויבאלד איך האב גענוג פון דעהם פוילישער'ס וואנדאליזיהרן כסדר מיינע ארטיקלען. נייגעריגער (רעדן) 18:53, 17 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]

נייגעריגער.
1: אייער אויסלייג אין יידיש איז נישט ריכטיק, אבער פוילישער'ס איז. דאס איז פארוואס ער שטענדיק פארריכט אייערע ארטיקלען אדער אויסלייג.
2. איך האב געטוישט דעם ארטיקל נאמען צו "פאסט טרעגער", און אויך דעם ארטיקל וועגן "פאסט טרעגער פאט". לאג ראיל (רעדן) 07:31, 18 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
לאג ראיל
1. פוילישער'ס יודיש איז נישט מעהר ריכטיג ווי מיינס. איך ניץ די אויסלייג ווי אסאך פויליש\רוסיש\אונגארישע געבוירענע יודיש-רעדער האבן געשריהבן - בעפאר ייווא האט איינגעפיהרט זייער, דאן קאנטראווערסיאלע, טויש פאר אלעמען.

און לויט די כללים דא, האט פוילישער נישט קיין רעכט צו טוישן מיין אויסלייג, אפילו עס געפעלט עהם נישט - ווילאנג ער פארשטייט דער באדייט.

2. א דאנק פארן טוישן. און אגב, אויף ארגינעל יודיש וואלט מען געשריהבן פאסט טרעגער פ'ע'ט נישט פאט מיט אן אלף. נייגעריגער (רעדן) 23:25, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
אדרבא, ניעגעריגער׳ס אויסלייג פון ווערטער ווי ״געשריהבן״ אא״וו איז אינגאנצן נישט אויסגעהאלטן. אויסלייג אין וויקיפעדיע גייט נישט לויטן כלל פון כל הישר בעיניו יעשה. --פוילישער 10:05, 20 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
ריכטיג. "געשריהבן" (און דאס גלייכן) איז נישט אויסגעהאלטן לויט קיין שום היינטיגן אויסלייג. (עולםגולם (רעדן) 13:50, 20 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
בריווטרעגער איז ברייט באניצט. נישטא קיין סיבה צו באוועגן דעם נאמען. --פוילישער 10:25, 18 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
א רוב איז א גאר גוטע סיבה. דער רוב האט מסכים געווען אויף פאסט טרעגער. אדרבה צוריקדרייען אנטקעגן דעם רוב איז פאררעכנט אלס אן אומרעכט. (און גראדע איז בריווטרעגער שוין נישט היינט ברייט באנוצט). (עולםגולם (רעדן) 13:55, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
"פאסטטרעגער" איז נישט קיין יידיש ווארט. עס זאל מען "פאסט טרעגער". איך קען נישט באוועגן דער ארטיקל, זינט "פאסט טרעגער" איז אט א ווייטערפירונג. לאג ראיל (רעדן) 15:56, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
וואס איז מיט פאסט-טרעגער? (עולםגולם (רעדן) 16:40, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
דער בלאט איז א ווייטערפירונג, און איך קען נישט באוועגן אים. לאג ראיל (רעדן) 16:50, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
פאסט טרעגער איז א ווייטערפירונג אבער פאסט-טרעגער קוקט יא אויס ליידיג. (עולםגולם (רעדן) 17:04, 19 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]