רעדן:סאטמאר (הויף)

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

עס וואלט כדאי געווען צו איבערארבעטן און צו געבן פארן ליינער קראנטע פאקטן. וויקיפעדיע איז נישט דער פלאץ צו מאכן פאמפ פון די חסידות און גרויס מאכן דעם רבי'ן מיט טיטלען איבער טיטלען, און זיך באנוצן מיט שבחים און הילולים אויפן חסידות. עס וואלט געווען געראטן מען זאל שרייבן בלויז פאקטן און אקטיוויטעטן און לאזן פארן ליינער משבח און מהלל צו זיין אויב ווערט מען דערצו גענויגט.

אויך האב איך גערוקט געוויסע פאקטן פינעם פריערדיגען רבי'ן צן זיין אייגן ביאגראפישן בלאט דארט וואו עס קומט. --קאצקער 05:08, 10 מאַרץ 2006 (UTC)

זייער גוט האסטע געטאן, נישט יעדער איינער קען זיך איינהאלטן די התרגשות פון חסידות ווען מען באשרייבט אן אייגן רבין....--יודל 10:49, 10 מאַרץ 2006 (UTC)

הרב חיים יושע האלבערשטאם איז נאר רב אין די קהילה אין מאנסי מען האט אים נישט אויפגענומען אלץ אדמו"ר נאר אלץ רב (גאב"ד). ער ווערט נישט פארעכענט אלץ איינער פון די אדמורי סאטמאר.

ביסט גערעכט שמערל. איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אים ארויפגעלייגט אלס אדמור. (אגב, וואלט איך הנאה געהאט ווען דו קומסט אביסל צוריק כבימים מקדם בארייכערן מיט דיין געשמאקע פענע אביסל דעם וויקעפעדיע)--אלזוז 23:14, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
אוי ווען איך האב נאך אביסעל עקסטער צייט, איך האב אסאך פלענער ווי אזוי עס צי פארבעסערן, אין שרייבן שיינע ארטיקלן.--שמערל 03:35, 31 אקטאבער 2006 (UTC)
ר' חיים יהושע איז אבער א זעלבסט שטענדיגע סאטמארע רב/רבי, אנדערש ווי די אנדערע סאטמארע פלעצער, איז מאנסי אינטער קיין איינע פון די אנדערע 2 גרויסע, (ר' אהרן אין ר' זלמן לייב). נאך די פטירה פון דעם ברך משה האבן די ראשי קהלה דארט עמטליך ברוב עם מכתיר געווען ר' חיים יהושע אלס זייער ממלא מקום, און האבן גענצליך אויסגעקרויזט ר' זלמן לייב מיט ר' אהרן. נאכמער עס זענען דא אסאך סאטמארע אידן אפי' נישט דוקא וואס וואוינען אין מאנסי, וואס אידענטיפיצירן זיך אלס לויטער ר' חיים יהושע'ס חסידים, מ'רופט זיי "חמשונים" (איך זאג עס בנחת, פשוט פארצולייגן אלע סברות)--געוואלד 15:40, 31 אקטאבער 2006 (UTC)
דאס איז בכלל נישט סתירה וואס איך האב געזאגט. מען האט אים אויפגענומען פאר רב (גאב"ד) נישט רבי (אדמו"ר). ווען די וועסט מאכן א היסטארי באקס פון גאב"ד סאטמאר קענסט אים דארט אריינלייגן מיט אלע אנדערע ווי למשל גאב"ד סאטמאר מאנטריעאל, ירושלים, בני ברק, לאנדאן, אבער נישט אין די אדמו"ר באקס.--שמערל 22:50, 1 נאוועמבער 2006 (UTC)
אויב פירט ער טיש איז ער א רבי. קיינער דארף אים נישט אויפנעמן.--יודל 01:29, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

וועגן די דיקטאטארישקייטן פון סאטמאר[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס איז געשטאנען באשריבן וועגן קלויזנבורג:

  • צוכאפן קינדער? באמת? ווי אזוי? סתם אויפן גאס? עפעס א מקור (חוץ חיים ליברמן)?
  • איינער האט ארויסגעלאזט א שמועה אז סאטמאר רבי האט געזאגט אויף סקאליע רבי ר' יצחק אייזיק אז ער איז א מכשף ווער איז דער איינער? פון ווי קומט די מעשה? נאכאמאל פון חיים ליברמן, דאן באשרייב דאס דא.
  • סאטמאר האט אויף געוויסע וועגן שמאל געמאכט און אוועקגעטריבן אלע רבנים פון וויליאמסבורג, ווי האדמו"ר מקראסנא און האדמו"ר מסקווירא און האדמו"ר מקיווייאשד ועוד, אזוי? וואס פארא וועגן? אנע אנגעגעבענע וועגן איז דאס סתם ליגענט, אויך דארף די אנגעגעבנע וועגן האבן א מקור. סקווירא רבי איז געגאנגן צו זיין שטעטל, דאכט זיך אז קיוויאשדער איז געבליבן אין וויליאמסבורג, אבער עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט וועגן קיוויאשד, אין יעדנספאל, ווי אזוי האט מען זיי פארטריבן?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:13, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)
פארוואס איז דיר חיים ליברמן נישט באגלייבט אלס מקור פארן וויקיפעדיע?, דו לייקענסט דאך נישט אז סאטמאר האט אויסגעטיילט צרות יגון ואנחה פאר קלויעזענבורג דו לייקענסט גענצליך?--יודל 10:55, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)
ניין איך לייקען דאס נישט, אבער צוגעכאפט קינדער? בעלז האט אויך געכאפט און דאס קען מען אויך שרייבן. אבער נישט שרייבן אז מען האט געגנבעט זיין ווייב, פונקט ווי גנבענען קינדער פון קלויזנבורג האט קיינמאל פאסירט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:26, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך גלייך די יעצטיגע ווערסיע, עס ווייזט אויף אסאך מעהר NPOV און ברענגט די עיקר טרוקענע פאקטן, איך וואלט נאך צוגעלייגט בעלז אויך.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:28, 2 נאוועמבער 2006 (UTC)

אזוי ווי ביז יעצט האט דאס אויסגעזעהן ווי א רשימה פאר א גראסעריי... עס איז נאך דא אסאך ארבעט דא און איך האף אז נאכדעם וואס ביידע צדדים האבן זיך שוין אביסל בארוהיגט וועלן זיך מאכן חסידים וואס זאלן אראפשרייבן סאטמאר מיט אירע רבי'ס אויף א בכבוד'דיגן אופן. --גלייכער (רעדן) 21:39, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

א ייש״כ. --פוילישער 21:54, 21 אויגוסט 2018 (UTC)[ענטפֿער]

רשימה פון דיינים און מו״צים[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די רשימה איז צו לאנג. דאס דארף זיין אן ארטיקל וועגן סאטמאר נישט קיין רשימה פון אלע רבנים און מו״צים אין די סאמארער קהילות. מען דארף זען צו פארקלענערן די רשימות און דערמאנען דא נאר די מערקווערדיקע רבנים. --פוילישער 20:24, 24 דעצעמבער 2019 (UTC)[ענטפֿער]