רעדן:לייקוואוד

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:לייקוווד)

לעיקוואד אדער לייקוווד?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געוועזען איז דאס געשריבן דורך אנדערע באנוצער מיטן ארגינעלן נאמען לעיקוואד קומט רוני אן זיך דורכרעדן קעגן פאליסי און טוישט דאס צו באוועגן צו א נייעם נאמען: לייקוווד. דאס קען זיין גערעכט אבער מיר האלטן שטרענג וויקיפעדיע אלס אפען און פריי און קיינער קען נישט איבערוועגן דעם אנדערן אן זיך דוררכרעדן געהעריג דעריבער גייט דאס צוריק צום ארגינעלען נאמען. א דאנק.--יודל 15:36, 28 אַפריל 2008 (UTC)

אינטרעסאנט אז דו האסט ניט באמערקט די דריי וואוון. עניוויי, אויף יידיש שרייבט מען ניט א ציירע מיט אן עי"ן יו"ד נאר מיט צוויי יוד"ן. ►רוני◄ 10:44, 29 אַפריל 2008 (UTC)
איך הער אז אין דיין אידישיסטישער יידיש שרייבט מען אזוי אבער דא אין וויקיפעדיע ביסטו נישט בעל הבית און אז אנדערע שרייבן דאס אזוי קענסטו נישט קומן קעגן פאליסי און דאס באוועגן אן זיך דורכרעדן פארוואס דיין אידיש זאל זיין מער מאסגעבנד אויף די שרייבערס אידיש. ביטע פאלג אויס די פאליסיס דא אפילו פוילישער און איינשטיין און ריינהארט זענען שטיל.--יודל 10:56, 30 אַפריל 2008 (UTC)
געזוכט מיט גוגל: לעיקוואד 1000 רעזולטאטן, לייקוואוד 6000. איך אליין מיין אויך אז "לייקוואוד" איז שענער. --פוילישער 16:36, 30 אַפריל 2008 (UTC)
און וויפל האט רוניס ווערסיע לייקוווד? בטל בשישים. סא אז דו האלטסט אז עס איז שענער ווען רוב זאגן אז זיי האבן בעסער ליב אנדערע ווערסיעס פארוואס זאל מען באוועגן? דער פאקט איז אז די עי מיט די איי איז די איי א מיעוט. סא לאז געמאכט. וויקיפעדיע ברויך נישט זיין שיין עס ברויך ווערן געשריבן אן קיין מיעוט דיקטאטור אויף די רבים. דא איז אפען אז דער שרייבער האט דאס געשריבן אזוי ביסטו קעגן פאליסי צו באוועגן אן א רוב א דאנק פארן פארשטענדעניש--יודל 18:02, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
גוגל באשטימט נישט וואס איז א קארעקטן יידיש. הייד פארקס יידישע פארומען זיינען באגרעניצט נאר צו חסידים, וויקיפעדיע איז פֿאַרהאנדן אויך פאר די טויזנטע יידישע סטודענטן און נאך. ►רוני◄ 19:25, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
דעריבער מאכן מיר וואלן לויט די פאליסי אויב דו ווילסט דווקא טוישן. אז נישט בלייבט דאס ווי ארגינעל. פארשטאנען?--יודל 19:32, 1 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אין לייקוואוד שרייבן זיי דעם נאמען מיט צוויי יודן. --פוילישער 11:31, 2 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אין לעיקוואד שרייבן זיי די נאמען מיט עי ווייל די ליטוואקעס דארטן רעדן שוין נישט און שרייבן שוין נישט קיין אידיש. בלויז די חסידים וואס וואונען דארטן נוצען נאך אידיש און זיי זענען אלע וויליאמסבורגע אדער חסידים וואס נוצען בכלל נישט די ליטווישע צייריי אידיש.--יודל 09:36, 5 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
ניט בלויז חסידים שרייבן אן ענציקלאפעדיע ►רוני◄ 16:20, 3 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
דער אויסלייג "לייקוואוד" אדער "לייקוואד" מיט אן אלף איז מער פארשפרייט. פרוביר מיט גוגל. --פוילישער 17:18, 3 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דער אלף שטערט ניט אבער דאס וואס פעלט א ווא"ו איז פאלש. לייקוואוד איז לויט געוויסע גוט אבער לייקוואד איז לכאורה פאלש. ►רוני◄ 19:04, 3 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]

נישט פאלש ווייל פוילישע זאגן קמץ oo . לאמיר שרייבן לייקוואוד, וועלן אלע זיין צופרידן. --פוילישער 21:55, 3 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
א וואו בייט איך ניט צו א ווו זייט דער אלגעמיינער און דוד כץ שרייבן אזוי. ►רוני◄ 13:57, 4 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
נו, וואו טרעפט מען א היינטיגן אויסגאב פונעם אלגעמיינער? --פוילישער 22:07, 4 סעפּטעמבער 2008 (UTC)[ענטפֿער]
שוין אַ לאַנגע צייט איז דער שמועס געווען... דריי וואָוון אין אַ ריי איז אַ סימן פון ייוואָ־אויסלייג (אָדער סאָוועטישן), וואָס איז אַליין ניט אַזוי שרעקלעך, אָבער ווען ס׳קומט צו אַרטיקל נעמען זעט דאָס אויס פּשוט קאָמיש און מאָדנע, ווייל אין די נעמען נוצן מיר קיין פּינטעלעך ניט. אַזוי אַרום ס׳זאָל זיין מינדסטנס "לייקוואוד". בנוגע דעם "לייק־" בין איך אַליין מסכים מיט יודל: ס׳איז קיין יידישער נאָמען ניט און פאָראויס קען מען ניט זאָגן, צי איז דאָס "לעיק" אָדער "לאַיק". אויף אַזאַ אופן שטים איך פאַר "לעיקוואוד" אָדער "לייקוואוד". הר ורדים (רעדן) 00:13, 23 יולי 2014 (UTC)[ענטפֿער]
בלאט באוועגט צו "לייקוואוד".--פוילישער 06:19, 23 יולי 2014 (UTC)[ענטפֿער]