רעדן:יעזוס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וויאזוי זאל זיין דער קעפל יאשקע? יוזל? ישוע? ישו?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע טוישן דעם קעפל צו "ישו" אזוי די היברו וויקיפעדיע, דער נאמען יוזל איז לכאורה א שפעט נאמען, עס פאסט נישט פאר א פריי ענציקלאפעדיע, אויכט קען עס נישט ברענגן קיין גוטס.--טעכניקער 14:41, 25 דעצעמבער 2007 (UTC)

דער נאמען "יושקע" האט א מקור אדער סתם א שפעט נאמען???--טעכניקער 23:40, 25 דעצעמבער 2007 (UTC)
יוזל איז לכוארה דאס מערסטע אנגענומענער נאמען. דאס אז עס קען נישט ברענגן קיין גוטס אינטערסירט אונז גאר ווייניג. איך האלט נישט אז דאס קען ברענגן שלעכטס.--יודל 19:45, 1 פעברואר 2008 (UTC)

די נאמען "יאשקע" איז גארנישט קיין שפעט נאמען, פונקט ווי שלום ווערט שלומ'קע, מאיר ווערט מאיר'קע אזוי אויך ווערט יהושע יאשקע, אזויווי אינעם ליד "יאשקע פארט אוועק". די נאמען יאשקע גייט מן הסתם אויך אריין אין דעם קאטעגאריע. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער רבינו הקדוש וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

איך מיין גאר אז מען זאל אריבערפירן צו "אותו האיש" ווי ער ווערט גערופן ביי אידן. --תנא קמא (רעדן) 19:23, 26 סעפטעמבער 2019 (UTC)
אוודאי נישט. וויקיפעדיע איז א וועלטלעכער (ביידע "סעקולאר" און "אינטערנאציאנאל") פראיעקט, און אלע ווערסיעס אויף אנדערע שפראכן רופן דעם ארטיקל וועגן יעזוס ביי זיין נאמען. אפילו אויף העברעאיש הייסט עס "ישו", און אויף לאדינא "Yeshu de Nazaret". צום ביישפיל, מיר אלע ניצן די ריכטיקע נעמען פון המן, די נאציס, אסאמא בין לאדען, וואלדעמארט און אנדערע שונאים, רשעים און אפגעטער. פונקט ווי טעכניקער האט דא געשריבן 12 יאר צוריק, א יופֿעמיזם אדער שפעט נאמען פאסט נישט אלס אן ארטיקל נאמען אין א פרייע ענציקלאפעדיע. וועלטלעכער יידיש-רעדנער (רעדן) 09:13, 27 סעפטעמבער 2019 (UTC)