רעדן:יורא
צושטעלן טעמעאויסזען
תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת פוילישער
אויף יידיש שרייבט מען נישט יוראפ נאר אייראפע. די וואלוטע נעמט איר נאמען פון דעם פארקירצונג euro וואס ווערט אויסגערעדט אנדעריש - יורא, ערא, אוירא - אין יעדער מדינה פונעם אייראפעישן פארבאנד. אלס פארקירצונג פון אייראפע איז איירא די פאסיגסטע נאמען. --פוילישער 11:18, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- זאגסט אן אינטרעסאנטער געדאנק. איך שטים מיט. ►רוני◄ 11:21, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- מיר גייען נישט דא רעוואלוציאנירן דעם שפראך, אז מען רופט דאס יורא, נישט קיין נפקא מינא פאר אונז פארוואס און וויאזוי, איז דאס יורא.--יודל 12:39, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
וואס הייסט "מען רופט"? נאר ענגליש רעדנערס זאגן "יורא". קיין שום אנטווערפענער זאגט נישט "יורא". --פוילישער 15:28, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- רופן זיי דאס דען איירא. א מכה! יעדע נייע זאך רופן די אידן וויאזוי די איינוואונער און זייער לאנד רופן דאס. מיר רופן דאס יורא ווייל אין ענגליש איז דאס יורא, ביטע זיי מיר נישט קיין חכם און פארש נישט פארוואס דאס לאנד רופט דאס אזוי. ווייל דאס איז אונז נישט נוגע. רוב אידיש רופט דאס איין נאמען. און דאס יורא.--יודל 15:58, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- אין מדינת ישראל רופט מען דאס עראָ (לויט עראָפּאַ). אבער איך בין נישט זיכער ווי אזוי מען דארף זאגן אויף יידיש. ►רוני◄ 23:01, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
- רופן זיי דאס דען איירא. א מכה! יעדע נייע זאך רופן די אידן וויאזוי די איינוואונער און זייער לאנד רופן דאס. מיר רופן דאס יורא ווייל אין ענגליש איז דאס יורא, ביטע זיי מיר נישט קיין חכם און פארש נישט פארוואס דאס לאנד רופט דאס אזוי. ווייל דאס איז אונז נישט נוגע. רוב אידיש רופט דאס איין נאמען. און דאס יורא.--יודל 15:58, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)
אין גאנץ אייראפע שרייבט מען Euro (פון Europe) אבער יעדער איינער ליינט דאס ווארט לויט זיין שפראך. אזוי אויך קען מען שרייבן איירא (פון אייראפע) און יעדער איינער זאל דאס ליינען ווי ער וויל. --פוילישער 08:04, 17 אָקטאָבער 2007 (UTC)