רעדן:דייטש

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:דייטשיש)

דייטשיש אדער דייטש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דייטשיש - איז מער ניט ווי א חלום. פון וואנעט האט איהר געזען א מ'זאל רופן אזוי די דייטשע שפראך? דייטש איז אן אור אלטע ווארט אין יידיש, עברי טייטש מיינט עס עברי - דייטש ד"ה דאס איבערזעצץ צו יידישץ טא זייט אזוי גוט און מאכט בושות וחרפות פון די יידישע וויקיפעדיע. -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 95.86.125.29 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.

מען קען זאָגן דײַטש און מען קען זאָגן דײַטשיש. ►רוני◄ 01:52, 7 פעברואר 2011 (UTC)
"דייטשיש" איז אבסאלוט נישט ריכטיג (אויך קלינגט עס אביסל ווי בעיבי שפראך), מען רופט עס דייטש. (עולםגולם (רעדן) 13:27, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
פארוואס זענט איר אזוי זיכער? ווייל איר האט נאך נישט געהערט? לא שמענו אינו ראיה. איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט, אז דייטשיש איז א געמאכט ווארט, אבער יגעתי ומצאתי, ס'איז זייער ברייט געניצט, אפשר מער ווי "דייטש" אינעם זינען פון דעם נאמען פון דער שפראך. --פוילישער 13:41, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
צו וואס פעלט אויס צו פארטאפלען דאס ווארט? אפשר זאל מען זאגן "דייטשישישישיש"? דער ווארט ענדיגט זיך שוין מיט א "ש" און עס פעלט בכלל נישט אויס צוצולייגן דעם "יש". אזוי קוקט אויס ריכטיג לויטן דקדוק. והראיה אז אין דער דייטשער שפראך אליין ארבעט עס מיטן זעלבן כלל.
פוילישער, האט איר געטראפן דייטשיש אין געהעריגע מקורות? (עולםגולם (רעדן) 14:00, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
אוודאי זענען פאראן מקורות. זוכט ביי גוגל, וועט איר זען. און פון דייטש ברענגט נישט קיין ראיות, ווייל יידיש ארבעט לויט אנדערע כללים. --פוילישער 18:12, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
זייט מיר ביטע מוחל, וואָס איך מיש זיך אַריין. די לאָגיק מיט "דייטשיש" איז גאַנץ פּשוט: פראַנצייז ← פראַנצייזיש, ייד ← יידיש, דייטש ← דייטשיש, אָדער: ענגלאַנד ← ענגליש, לעטלאַנד ← לעטיש, דייטשלאַנד ← דייטשיש. אַז די פאָרם אויף ־יש איז (געווען) גאָר פאַרשפּרייט ביי אונדז אין אייראָפּע, קען מען קלאָר זען, למשל ביי eydes: דייטש, דייטשע, דייטשיש, דייטשישע. ס׳איז אָבער אַן אַנדער ענין, אַז למשל פאַר מיר פּערזענלעך הייסט די שפּראַך אָדער "די דייטשישע שפּראַך" אָדער "דייטש", דאָס מיינט: אַז ס׳גייט די רייד פון אַדיעקטיוו איז דאָס "דייטשיש" און אַז ס׳ווערט סתם אַ נאָמען באַקומט זיך די קירצערע פאָרם "דייטש". הר ורדים (רעדן) 20:23, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
דאס איז טאקע דער מקור פון וואו דער טעות איז געשאפן געווארן, כדי עס זאל זיין אייניג מיט די אויבנדערמאנטע ווערטער. אבער עס איז א טעות, ווייל די ביישפילן וואס איר דערמאנט, זענען אלע ווערטער וואס ענדיגט זיך נישט מיט א "ש", ביי טייל פאסט זיך צוצולייגן "זיש", ביי טייל "ליש", און ביי טייל סתם "יש", געוואנדן אין די ווארט. אבער ביי "דייטש" איז שוין דער "ש" אריינגעבויט אינעם ווארט אליינס, און עס פאסט זיך גארנישט צוצולייגן. (עולםגולם (רעדן) 21:03, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
חשובער פריינד, דאָס איז אייער פּערזענלעכע מיינונג. טוט ביטע אַ קוק אויף דער מאַפּע: אַזוי פלעגט מען יאָ זאָגן. חוץ דעם: דער ערשטער שין איז טאַקע אַ טייל פון טש, וואָס איז גאָר אַן אַנדער קלאַנג, ס׳איז דאָ ניט קיין מניעה דעם וואָרט סיי אַרויסצוריידן און סיי אויסלייגן. צי זאָל מען מבטל זיין אַזאַ וואָרט ווי "מענטשיש"? אָדער אַפילו אַזוינע ווערטער וואו דער ש׳ קלאַנג קומט יאָ צוויי מאָל נאָכאַנאַנד: "שישקע" אָדער להבדיל "בן שישים"? דאָס אַלץ געזאָגט מוז איך ווידערהאָלן: איך אַליין בין אויף דער מיינונג, אַז סתם "דייטש" וואָלט זיין אַ בעסערער נאָמען פאַרן אַרטיקל, אָבער אַלס אַדיעקטיוו איז "דייטשיש" גוט און כשר. הר ורדים (רעדן) 21:53, 21 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
ס'איז טאקע מיין פערזענליכע מיינונג, אבער איר האט מיך פאלש פארשטאנען. אוודאי קען זיין צוויי מאל ש' נאכאנאנד, נאר מען קען נישט ברענגען קיין ראיה פון פראנצויזיש, יידיש, ענגליש, ווייל אין יידיש איז נישט דער כלל אייניג אז מען לייגט איבעראל צו א "יש", נאר עס ווענד זיך אין יעדן ווארט באזונדער. פארוואס איז עס "ענגליש" און נישט "ענגיש" אזויווי "לעטיש"? אפשר זאל מען זאגן "דייטשליש" אזויווי ענגליש? אדער אפשר "דייטשעזיש" אזויווי פארטיגעזיש? יעדעס ווארט האט זיך איר אייגנארטיקייט געוואנדן מיט וואס עס ענדיגט זיך דאס ווארט, מען זאגט "ענגליש" נישט ענגיש, "פארטוגעזיש" נישט פארטוגאליש, "איטאליעניש" נישט איטאליעזיש, און דייטש נישט דייטשיש. מיין מיינונג איז אז די וועלכע זאגן "דייטשיש" בלויז כדי עס צו פארגלייכן מיט די אנדערע שפראכן, דאס איז א טעות און א פאלשער באהויפטונג. (עולםגולם (רעדן) 13:50, 22 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
אַדרבא, איר מאַכט דאָ אַ טעות: די ניט־אויסגעהאַלטנקייט פון דער לאָגיק איז ניט קיין גרונט צו פּסקענען צי אַ וואָרט איז דאָ בנמצא, צי ניט. דער פאָלק האָט (אומבאַוואוסטזיניק!) דער דאָזיקער לאָגיק געפאָלגט ווען דער וואָרט "דייטשיש" האָט געזען די ווייסע ליכט. ס׳איז דאָ קיין קשיא ניט: אַלס אַדיעקטיוו לעבט דער וואָרט אין מויל פון מענטשן און קומט פאָר אין ווערק פון יידישע שרייבער. אָבער אומאָפּהענגיק פון די חילוקי דעותן, צי דייטשיש איז אַ סטיליסטיש גוטער אַדיעקטיוו, צי ניט, שלאָג איך פאָר צו געבן דעם אַרטיקל דעם סיי ווי סיי מער פאַרשפּרייטן נאָמען "דייטש". אויב ר׳ פּוילישער האָט נישט דערקעגן, וועל איך אַזוי טאָן, שליסנדיק דערמיט די דאָזיקע הייסע טעמע. הר ורדים (רעדן) 22:52, 22 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין אויך מסכים אז ווי א סובסטאנטיוו פאסט מער דייטש ווי דייטשיש. ►רוני◄ (רעדן) 08:18, 23 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
כ'האב געענדערט דעם ארטיקל און באוועגט צו דייטש. --פוילישער 12:43, 23 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]

איצטער שטעלט מיט זיך פאָר דער אַרטיקל אַ מישמאַש פון פאַרשידענע שרייבונגען: אין איין זאַץ געפינט מען ײַ, פֿ און כּ, אין אַ צווייטן אַפילו קיין אַ און אָ ניט. לאָמיר דאָס אויסגלייכן, מיינע צוויי פאָרשלאָגן זיינען: דער אויסלייג וואָס נוצט די מינימאַלע צאָל פּינטעלעך (אַזוי ווי אין אַ סך ביכער און אַזוי ווי אני הקטן שרייב) אָדער די היינטיקע חסידישע שרייבונג גאָר אָן פּינטעלעך. וואָס מיינט איר? אַ גוטע וואָך אַלעמען. הר ורדים (רעדן) 18:10, 24 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]

דערווייל האבן מיר א פאליטיק אז יעדער איינער שרייבט ווי ער קען אבי צו פארגרעסערן די אינהאלט פון דער וויקיפעדיע. אויך גלויב איך אז סיי ווי סיי רוב באניצער שרייבן דא אן פינטלעך. איך מיין אז מען דארף נישט אינגאנצן בטל מאכן די נקודות, ווייל עס איז א וויכטיקער טייל פון דער יידישער שפראך. ►רוני◄ (רעדן) 11:55, 25 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
יע איך ווייס, אָבער אַז אימעצער שרייבט אין אַן אַרטיקל מיט זיינעם אַ נוסח און אַ צווייטער מיט זיינעם (צומאַל אין זעלבן זאַץ), באַקומט זיך צומישעניש, דער פּועל יוצא איז פּשוט צו בונט. וואָס איך לייג פאָר איז, אַז ווער הייבט אָן עפּעס אַן אַרטיקל דער זאָל אָנגעבן דעם טאָן, אין וועלכן אויסלייג זאָל דער אַרטיקל אָנגעשריבן ווערן און אַנדערע זאָלן צו דעם נוסח זיך צופּאַסן. דאָ האָבן מיר אַ גוטן ביישפּיל פון אַזאַ אַרטיקל, נו לאָמיר אים אויסבעסערן. ווער האָט אין זיין קלאַוויאַטור קיין נקודות, איז דערפון קיין טראַגעדיע ניט: אַנדערע קענען זיין אויסלייג פאַרריכטן ("פאַרחסידישן" זיין אייגענע שרייבונג קען, פאַרשטייט זיך, יעדער איינער). הר ורדים (רעדן) 20:53, 25 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
ריכטיג. דער עיקר אז דער ארטיקל זאל זיין אייניג און נישט אויסקוקן ווי א 'שנים שאוחזין בטלית, זה אומר אני מצאתיה וזה אומר אני מצאתיה'. כאטש איך פערזענליך שרייב אן נקודות, דאך האט די נקודות (בעיקר די מינימאלע צאל) א ספעציעלן חן. אגב, צוצולייגן נקודות פארנעמט מיר אסאך איבעריג צייט אין כח, ווער ס'קען יא, איז כל הכבוד. (עולםגולם (רעדן) 16:47, 26 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
איך האָב איצטער דעם אויסלייג אוניפיצירט לויט די תקנות מיט מינימאַלן ניקוד (בלויז אַ, אָ און פּ). טוט ביטע אַ קוק. וועמען דאָס עפּעס ניט געפעלט - גיט ביטע צו וויסן דאָ. איך בין גרייט מנקד צו זיין שרייבונגען פון די קאָלעגעס, וואָס האָבן קיין מעגלעכקייט דאָס אַליין צו טאָן. הר ורדים (רעדן) 07:23, 28 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
מיר געפעלט עס, א דאנק. (עולםגולם (רעדן) 13:59, 28 אָקטאָבער 2015 (UTC))[ענטפֿער]
ניטאָ פאַרוואָס! הר ורדים (רעדן) 21:57, 28 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]
איך האב אמאל געפלעגט אנפינטלען, אבער נאך וואס איך האב אינסטאלירט דאס לינוקס אפערירן סיסטעם, פאלט מיר דאס שווער. ►רוני◄ (רעדן) 13:03, 30 אָקטאָבער 2015 (UTC)[ענטפֿער]