רעדן:דוד פעלדמאן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

ס'איז א געמיינהייט אויסצושטעלן א צובראכענעם'ס נשמה פריוואטקייט, אז יעדער שמויגער זאל דאס קענען אריינפילן

ס'איז א רשעות נעמטס אראפ ענקערע געמיינע הענד פון אזא שפיל איידער ס'וועט חלילה נישט זיין צו שפעט אויף ענקערע אייגענע ביינער.

טייטשסט מיר נישט אויס שלעכט, א רבי, א גאווענער, א פרעזידענט, איז איין זאך. א פריוואטע נשמה איז א שפיל מיט פייער.

און אז עטס גלייבט'ס נישט, דאן פרובירט

גורו לכם מיום הדין

אוקיי אבער לייג עס דא נישט אין ארטיקל גופא.--יודל 15:22, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)


איך קען נישט און איך גיי נישט מתקן זיין די וועלט, אבער ווי נעמט א יונגערמאן וואס האט געלייגט היינט תפלין, נעמען א רעכט חסידישן איד, נישט קיין רבי, א פריוואטער מענטש און אים ארויסגיסן ברבים?

האט ער נישט גענוג געהאט מיט זיין צרה נעבעך אויף קיין איין איד געוואונטשן, מוז ער נאך הערן זיצענדיג "שבעה רח"ל" אז זיין נאמען ווערט דא צושמירט?

איז עס אזוי וויכטיג פאר די נייעס אז צו זיין נאמען זאל יעדער שמויגער קענען עפעס צושרייבן?

געוואלד און געשריבן, א בושה צו האנדלן מיט אזעלכע

איך בין נישט בכח גארנישט צו טון, נאר אזויפיל ענק מודיע זיין, די וועלט איז נישט הפקר, צוגיסן זאלץ ווען איינער באדט זיך אין די טעג אין בלוט קומט מען נישט אפ לייכט, דער רבוש"ע האט זיך זיין צייט.

ס'איז א בושה

ס'פעלט גארנישט פון די נייעס, ווען ס'האט נישט קיין נאמען, ס'איז זייער א געשמאקע וועג אויסגעשטעלט אלע נייעס.

אבער רציחה האט א שיעור, און זאלסט נאר נישט וויסן זאלסט קיין מושג נישט האבן וואס ס'מיינט ווען מ'זאל נעמען דיין נאמען און צושמירן

זיי מסביר, פארוואס קומט נישט פאר יעדן יונגערמאן די רעכט פון זיין באהאלטן?

איך קען נישט מער שרייבן, איך וויין

איך האלט אויך מיט דיר, לאמיר הערן וואס נאך זאגן וועגן דעם און לויט דעם וועט מנען מחליט זיין. ►רוני◄ 23:49, 28 נאוועמבער 2006 (UTC)