רעדן:געפאנצערטער סאלדאטן טראנספארט

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך ווייס נישט ווי אזוי מע רופט אזא זאך אין יידיש, האב איך מער ווייניגער איבערגעטייטשט פון העברעיש, אויב קען איינער א נאמען פארן מאנסטער, זאל ער לאזן וויסן, און ער ווערט געבעטן עס צו טוישן.--צבי 11:52, 13 פעברואר 2010 (UTC)

איך װײס אױך ניט, אָבער קודם־כּל "פֿאַרפּאַנצערטע" איז ניט באַקאַנט אין די ייִדישע װעבזײַטלעך, עס דאַרף זײַן "געפּאַנצערטע". און אױב מען זעצט איבער דעם זאַץ פֿון ענגליש, קומט עס: געפּאַנצערטע פּערסאָנאַל טרעגער און פֿון העברעיש: געפּאַנצערטע קאָרפּוסן טרעגער. ►רוני◄ 14:38, 13 פעברואר 2010 (UTC)
איך האב געשריבן סאלדאט, איך ווייס אין העברעיש הייסט עס "נושא גייסות משוריין", אבער אין יידיש מיין איך, וועלן נישט צופיל מענטשן וויסן, וואס דאס איז קארפוס, מיין איך עס דארף זיין א נאמען, וואס זאל זיין גרינגער פארן יידיש ליינער. פון דער אנדערע זייט אין ענגלישע איבערטייטש, איז פערסאנאל אויך א שווערע נאמען. איך לאז עס פאר ענקער באשלוס--צבי 15:08, 13 פעברואר 2010 (UTC)
א גוטע וואך רוני, קוק אויף די דייטשע וויקיפעדיע, זיי זאגן "טראנספארט פאנצער", אפשר פון דעם קען מען מאכן א צד השווה. לאמיר הערן וואס פוילישער האט צו זאגן, ער וועט זיכער האבן עפעס ארויסצוהעלפן--צבי 20:43, 13 פעברואר 2010 (UTC)
מ'דאַרף פרעגן די מומחים, איך בין ניט זיכער אז סתם שרייבן אויף דייטשיש אין אן ענטפער. נארמאל אין אזא פאל שרייב איך א פינקטלעכער איבערזעצונג פון ענגליש ווי למשל דא געפּאַנצערטע פּערסאָנאַל טרעגער און איך ווארט צו הערן פון די מומחים. ►רוני◄ 13:42, 14 פעברואר 2010 (UTC)