רעדן:אומאן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איז דאס זיכער אז ר' נפתלי האט געהאלטן מען זאל קומען צו ר' נחמן נאך זיין פטירה? ווו איז דער מקור? ►רוני◄ 21:40, 8 נאוועמבער 2007 (UTC)

דער ענטפער אויף די קשיא, שטייט אינעם בריוו וואס איז דא פון רבי נפתלי, געדרוקט אין סוף ספר "עלים לתרופה", ווי ער שרייבט פאר זיין חבר, "עוררה הרשימה הקדושה והנעימה, ובוא תבוא לפה לילך על הציון הקדוש, והבטיח לנו שע"י אמירת תהלים על ציון הקדוש שלו, ובפרט המזמורים היו"ד, יעמוד לנו למחסה ולמגן נצח סלה ועד וכו', מהיושר שיבוא לפה, והאמנם אשר על ראש השנה בוודאי קשה עליו לשבר המניעות וכו' עיי"ש.

א זאך וואס איז נישט ריכטיג[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • א זעלכע טענה'ן אז ר' נחמן געפינט זיך אין די ברעסלעווער שול אין ירושלים, ווייל די גאנצע צייט וואס מען האט נישט געקענט פארן אין רוסלאנד (ווען ס'איז געוועזן אונטער די קאמאניסטישע רעגירונג) האבן זיך די ברסלעווער צאמגענומען ראש השנה אין די שול אין ירושלים, און ר' לוי יצחק בענדער האט געשריגן "דער רבי איז דא", אלזא דעם, איז ר' נחמן ממשיך צו קומען דארט אויף ראש השנה.
איך האב דאס אויסגעמעקט ווייל עס איז נישט ריכטיג, קיינער זאגט נישט אז ר' נחמן געפינט זיך ראש השנה די שוהל אין ירושלים, און נישט און אומאן, עס איז דא וואס האלטן אז מען דארף נישט פארן פון ארץ ישראל קיין אומאן, אבער נישט אז ר' נחמן איז בלויז אין ירושלים. די הכרזה פון ר' לוי יצחק בענדער "דער רבי איז דא" איז נישט געווען דער חידוש פון ר' לוי יצחק, אזוי האט נאך ר' נתן געטוען געקלאפט אין אומאן אין די טעג פון ראש השנה "דער רבי איז דא", און אויך אין די שפעטערדיגע דורות, --יודישער שרייבער 21:07, 23 אויגוסט 2011 (UTC)[ענטפֿער]