רעדן:אדמורים

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

דאס איז א ווייטערפירוג בלאט!

אראפגענומען דעם טעקסט, וואס מ׳קען אפשר אריינלייגן אין אנדערע ארטיקלען:


אדמור מיינט א רבי ווואס איז א ממשיך פון הנהגה ביי א דינאסטיע, גווענדליך רופט מען דאס נאר אזא איינער וואס זיין טאטע און זיידע זענען געווען רבי'ס איינער וואס ער איז אויסדערוועלט געווארען דורך א קהלה צו זיין דער רב איז נישט קיין אדמור נאר א רב, א רב וואס איז מתנהג בחסדיות רופען די תלמידים אן אדמור אבער די וועלט נעמט דאס נישט אן נאר ביי רבישע קונדער,

לאמיר דורכגיין געוויסע קהלות וחסידות

בעלזא, הגם די רביים פון בעלזא זענען געווען די שטאט'ס רבנים זייענדיג מתנהג בחסידות ווערען זיי אנגערופען רבי און אדמור זייענדיג דורות רבי'ס זינט דער שר שלום א תלמיד פון גדולי תלמידי הבעשטה"ק און די שטוב פון די רבנים ווערען געפירט מיט גינוני מלכות ווי א קעניג, אבער די רבי'ס חוץ וואס זיי פירען טישען און נעמען קוויטלעך זאגען זיי דרשות און פסקנן געוויסע שאלות אזוי ווי שטאט'ס רבנים.

גור, איז א רבי ווייל דורות זענען זיי רבי'ס און זיי האבען טויזענטער חסידים און זיי שטאמען פון פולין תלמידים פון פרשיסכע קוצק ביז די חוזה וואס איז א תלמיד פון רבי ר' אלימלך און ביז די מגיד און בעל שם טוב הקדוש די גור רביים זענען אדמורים נישט רבנים אפי' זענען געווען גרויסע ת"ח זענען זיי געווען רבי'ס נישט רבנים,

חב"ד, זענען געווען נאר אדמורים ווי אויך רופט מען זיי אן נשיאים זיי האבען געהאלטען לאנגע שמיסען טיפע חסידישע מאמרים און געשריבען בריעווען און תשובות לאלפים אבער זענען נישט רבנים נאר רביים ואדמורים אויף זייער אייגענארטיגע מהלך.

סאטמאר, בערך אזוי ווי בעלזא אבער סאטמאר איז די רבנות העכרע ווי רי ראביסטווע, מ'שטאמט פון דורות רבנים רבי'ס תלמיד החוזה ולמעלה בקודש, יא מ'נעמט קוויטלעך און מ'פירט טישען אבער די עיקר איז די רבנישע פונקציעס ווי האלטען דרשות שרייבען תשובות לערנען מיט בחורים עסקנות און צדקות זאגען דעה'ס און השקפה.די אדמורים לבית סאטמאר בויען אויף און אלע צענטערען גרויסע בתי מדרשים און ריזיגע מוסדות החינוך פאר די טויזענעטר תלמידים

פאפא -ערלוי -דושינסקי -וויען - זענען גרעסערע קהלות מיט א רבנות וואס די תלמידים זענען מחשיב די רב ווי א רבי אבער זיי זענען נישט אנגענימען אלץ אדמורים אין די וועלט נאר ביי זייערע תלמידים וחסידים

טשערנאביל- רוזשין- קארלין- זענען די רבי'ס כולו רבי, נישט רבנות נישט דרשות נישט מרביץ תורה זיין, נישט שרייבען תשובות, נאר אויפנעמען קוויטלעך, מתפלל זיין פאר יודען, פירען טישען, דינען די בוכ"ע און זייער ד' אמות מ'פארט צו די שטעט פון חסידים אריינבלאזען א ווארימקייט און חסידות,

באבוב, שטאטמאט פון צאנז אבער עס איז כולו רבי בעיקר פירען טישען דאוונען פארן עמוד און נעמען קוויטלעך

צאנז- קלויזענבורג, ענדליך צו סאטמאר נאר די רעביסטווע איז מער ווי ביי סאטמאר

סלאנים, איז די רבי'ס ווי ראשי חבורות אבער זייער שטארק אריינגעטון און די חסידים

נדבורנא, איז צענדליגער רבישע אייניקלעך וואס אלע פירען אן שילען מיט ווייניג חסידים, אבער די רביס גייען אן אזוי מיט טויזענטע חסידים מיט די לבוש און גנוני מלכות,

וויזשניץ - איז מער אויף די רוזשינע דרך מיט גנוני מלכות, אבער די רבי'ס זענען געווען אויכעט מער אויף די אונגאריעשר גייסט פון הרבצת תורה , זינגען נגונים, און זאגען דרשות,

אלכסנדר מודזיץ לובלין אמישניאוו וכו' זענען פולישע ראביסטיוועס וואס איז נאר רבי'ס מיט פראווענען טישען און נעמען קוויטלעך

תולדות אהרן - תולדות אברהם יצחק - שומרי אמונים - טאהש- ספינקא- דינאוו - מונקאטש, זענען אונגארישע רבי'שע דינאסטיעס וואס פירט זיך אויך ברבנות מיט דרשות און הרבצת התורה, און אויך מיט פראווענען טישען און נעמען קוויטלעך,

צווישען אדמורים זענען דא פארשידענע הנהגות, געוויסע פעלער איז די פחד זייער גרויס, די חסיד ציטערט פון די רבי ווי און גור בעלזא וכו' און אנדערע פלעצר איז דאס מער א ידידות בתוך עמי אנכי יושבת , אנדערע פלעצער מאכען דאס די גבאים און די הויף מענטשען אנדערע פלעצער איז די רבי אליינ'ס מטיל אימה יתירה, ס'דא מקומות ווי עס איז זייער לייכט,

למשל באבוב בימי מהר"ש ובנו מהרנ"ץ איז געווען א מחי' מ'האט גארנישט געמוזט טוען די רב איז געווען אייביג פרייליך פריינדליך און ווארעם ווי א טאטע היינט ביי רב"ץ איז א דיקטאטארשע הנהגה מפאדערט דאס און מפארלאנגט דאס די קענסט נישט שטיין די קענסט נישט גיין אלעס מוז זיין אויף די רבינס געשמאק,

ווייטער וויזשניץ בני ברק בימי הישועת משה איז געווען זייער א דיקטאטישע הנהגה היינט איז ממש לייכט, קענסט גיין ווי און ווען די ווילסט קיינער זאגט נישט דעה'ס,

אדער סקווירא ביסטו משעובד בלב ונפש פאר די החלטות פון די הויף האסט נישט קיין אייגענע רעכטען אויף גארנישט אפי' נישט אויף דיינע קינדער און קיין שום זאך צו שדוכים אדער ישיבות אלעס איז דא איין דעה,

דאס איז יעדע פלאץ אנדערשט דאס איז די כוח פון הנהגה און אדמורות