ריטשארד באטאן

פֿון װיקיפּעדיע

ריטשארד באטאן (ענגליש: Richard Botton) איז א חזן וועלכער האט געדינט די אמט אין צענטראל סינאגאג פון 1974 ביז 1998 ווען ער האט רעטייערט.

ער איז געבוירן אין די בראנקס, ניו יארק צו ספרדישע עלטערן. זיין מאמע איז געקומען פון אינסטאנבול און די טאטע פון סאלאניקי.

ער איז אויפגעוואקסן רעדנדיג לאדינא און ביי פינעף יאהר האט ער שוין געוואלט ווערן א חזן.

ער האט געלערנט חזנות אין די היברו יוניאן קאלידזש.

פון 1955 ביז 74' איז ער געווען חזן אין טעמפל עמנואל אין לאנג ביעטש, ניו יארק.

ער וואוינט היינט צו טאג אין קאנעטיקעט און איז א אקטיוויסט פאר זיין מוטער שפראך לאדינא, וואס ער האט אויך ארויסגעגעבן א מוזיק אלבאם פון פאלקס לידער אין די שפראך.

לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]