רבי לוי יצחק שניאורסאהן
כבוד קדושת רבי לוי יצחק שניאורסאהן (ח"י ניסן תר"מ - כ' מנחם אב תד"ש) איז געווען א חב"ד חסיד, א מקובל, דער רב פון יעקאטרינאסלאוו, און דער פאטער פונעם ליובאוויטשער רבי. ער איז געווען איינע פון די גרעסטע אידישע מנהיגים אין דעם סאָוועטישע רוסלאַנד, און איז ארעסטירט דורכ'ן קאמוניסט'ן פאר פארשפרייטען אידישקייט, און נפטר געווארן אין גלות.
לעבענסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן אין פודובראנקא, לעבן האמעל, צו זיין פאטער רבי ברוך שניאור - אור-איינקל פון דעם רבי'ן דעם צמח צדק פון ליובאוויטש און זיין מוטער זעלדא רחל. אין ה'תר"ס (1900) האט ער געהייראט מרת חנה יאנאווסקי, טאכטער פון הרב מאיר שלמה יאנאווסקי, רב פון ניקאלייעוו. ער האט באקומען סמיכה לרבנות פון גרויסע רבנים, אריינגערעכנט הרב חיים בריסק'ער.
פון ה'תרס"ב (1902) האט ער אקטיוו זיך באטייליגט אין עפנטלעכע ענינים אונטער דער פירונג פונעם רב'ין רש"ב פון ליובאוויטש. צווישן אנדערע, האט ער געהאלפן שיקן מצות צו אידישע סאלדאטן אין דער רוסלאנד-יאפאן מלחמה, און געזאמלט באווייזן צו פארטיידיגן מענדל בייליס ביי זיין פראצעס.
רב אין יעקאטערינאסלאוו
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ה'תרס"ח (1908), נאכן טויט פון דער חסידישער רב, רבי דוב זאב קאזעווניקאוו אין יעקאטערינאסלאוו, איז אויסגעבראכן א קאמף צווישן די חסידים און די מתנגדים וועלכע האבן געוואלט אן אנדערן רב. אונטער דער אנמוטיגונג פון דער רבי רש"ב, האבן די חסידים געוואלט באשטימען רבי לוי יצחק. ענדליך, אין ה'תרס"ט (1909), איז ער אריבערגעצויגן קיין יעקאטערינאסלאוו און אנגעהויבן דינען אלס רב פון די חסידים.
נאכן טויט פון הרב בנימין זאב זקהיים אין ה'תרע"ג (1913), איז רבי לוי יצחק געווארן דער הויפט רב פון די חסידים אין דער שטאט. נאכן טויט פון הרב געלמאן אין ה'תרפ"א (1921), איז רבי לוי יצחק אריבערגעצויגן צום צענטער פון דער שטאט און געדינט אלס דער אנערקענטער רב פון דער אידישער קהילה ביז ה'תרצ"ו (1936). טראץ די שטרענגע קאמוניסטישע רעגירונג, האט ער אנגעהאלטן מיט זיינע אקטיוויטעטן פארן פארשטארקן אידישקייט, הגם נישט אלס אן אפיציעלער רב.
ארעסט, גלות און פטירה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין ה'תרצ"ט (1939), איז רבי לוי יצחק ארעסטירט געווארן צוליב זיינע אקטיוויטעטן פאר פארשפרייטען אידישקייט, וואס זענען געווען פארבאטן אונטער די סאוועטישע געזעצן. נאך איבער א יאר אין טורמע, וואו מען האט אים אויסגעפרעגט און געפייניגט, איז ער פאראורטיילט געווארן און געשיקט געווארן אין גלות קיין טשילי אין קאזאכסטאן, וואו ער איז געבליבן אומגעפער פיר יאר. צוליב די שוועריגקייטן פון טורמע און גלות, איז ער קראנק געווארן. נאכן פארענדיקן די גלות צייט, איז ער אריבערגעצויגן, דורך השתדלות פון חסידים, קיין אלמא אטא, וואו ער איז באשטימט געווארן אלס רב אין דער ארטיגער שול. קורץ דערנאך איז ער קראנק געווארן אויף אן אומקורירבארער קראנקייט און איז נסתלק געווארן כ' אב ה'תש"ד (1944).
ער איז באגראבן אין דעם אידישן בית החיים אין אלמא אטא, און אויף זיין קבר איז אויפגעשטעלט געווארן א ציון, וועלכע איז רענאווירט געווארן נאכן פאלן פונעם קאמוניסטישן רעזשים. אום יארצייט פון זיין פטירה קומען אסאך מענטשן ארויף צו זיין קבר.
דער הויפט הקפות ניגון פאר שמחת תורה, וואס איז היינט באקאנט אין חב"ד, איז פארצייכנט געווארן פון רבי לוי יצחק און הייסט אויף זיין נאמען. רבי לוי יצחק האט געזאגט אז מקובל בידו אז דער ניגון האט מען געזינגען ביי די הקפות ביים אלטן רבי'ן.
זיין פרוי, רעבעצין חנה, איז ארויסגעפארן פון סאוועטן פארבאנד אין דער גרויסער חסידישער אנטלויף פון רוסלאנד קיין פראנקרייך אין ה'תש"ו (1946). אין ה'תש"ז (1947) איז זי אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו זי האט געלעבט נעבן איר זון דער לובאוויטשער רבי, ביז איר פטירה ו' תשרי ה'תשכ"ה (1964).
רוב פון זיינע כתבים זענען צוגענומען געווארן דורך די קא-גע-בע ביי זיין ארעסט. עטלעכע כתבים אין קבלה, וואס ער האט געשריבן בעש"ק זיין גלות, זענען געדרוקט געווארן דרך דעם רבי'ן , אין די ספרים "תורת לוי יצחק" (הערות בש"ס, צוויי חלקים) און "ליקוטי לוי יצחק" (הערות לתניא, לזוהר און איגרות צו זיין זון, פיר חלקים). פילע ביאורים צו זיינע כתבים זענען געזאגט און געשריבן געווארן דורך זיין זון במשך די יארן. א טייל פון זיי זענען געזאמלט געווארן אין די סעריע ספרים "תורת מנחם - תפארת לוי יצחק".
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זיי פרוי - רעבעצין חנה נ"ע (כ"ח טבת - ו' תשרי תשכ"ה), טאכטער פון רבי מאיר שלמה הלוי יאנאווסקי. זי האט מיט מסירת נפש געגאנגען מאכן טינט פון בעריס, אז איר מאן זאל קאנען שרייבען זיין חידושי תורה אין גלות.
- זיין עלטסטע זון - כבוד קדושת דער ליובאוויטשער רבי.
- צווייטע זון - החסיד רבי דובער (ג' כסלו תרס"ה - תש"א\תש"ב), געמארדערט בא די נאציס ימח שמם, אין איגרען, השם יקום דמו.
- דריטע זון - החסיד רבי ישראל אריה ליב (סיון תרס"ו - י"ג אייר תשי"ב), געווען א בקי אין חסידות, ארויפגעגאנגען אין ארץ ישראל, חתונה געהאט מיט מרת דבורה גינא, געמווט צו איינגלאנד, דארט איז ער געווען א פראפעסאר אין א יונועסערטי.
חיבורים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ליקוטי לוי יצחק – ג' כרכים, הוצאת ספרים קה"ת.
- תורת לוי יצחק – ב' כרכים, חידושים וביאורים בש"ס משנה וגמרא, הוצאת ספרים קה"ת.
עבודות און ליקוטים פון זיין תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תורת מנחם - תפארת לוי יצחק; ה' כרכים; ביאורים צו זיין תורה וואס זיין זון האט געזאגט, הוצאת ספרים קה"ת.
- ילקוט לוי יצחק על התורה – סעריע ספרים, רעדאקטירט דורך הרב דוד דובאוו, ביז ה'תשפ"ב זענען ארויס 5 בענדער, הוצאת ספרים קה"ת.
- ילקוט לוי יצחק מכתבי החתונה – א בוך רעדאקטירט דורך הרב דוד דובאוו וואס ערקלערט די בריוו פון רבי לוי יצחק צו דער חתונה פון זיין זון כ"ק אדמו"ר שליט"א.
- טיפה מן הים (ניצוצי לוי יצחק) – געדאנקען אראנזשירט און באארבעט פון דער תורה פון רבי לוי יצחק, ב' כרכים, פון הרב אליהו וואלף.
- בסוד לוי יצחק – הרב חיים הבר.
- פניני לוי יצחק – געזאמלטע פערל פון זיין תורה, רעדאקטירט דורך הרב אלתר אליהו פרידמאן.