חיים קאניעווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי חיים קאניעווסקי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב חיים קאניעווסקי
הגר"ח קנייבסקי בשמחת פורים.jpg
הרב חיים קאניעווסקי
געבורט 8 יאנואר 1928 (אלט 92)
ט"ו טבת ה'תרפ"ח
פּינסק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק, ישראל
באלאנג חרדים
באשעפטיגונג הלכה, אגדה, גמרא
זיינע רביס זיין פאטער הרב יעקב ישראל קאניעווסקי, הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, הרב ראובן כץ
חיבורים דרך אמונה, שונה הלכות און נאך)
זיווג בת-שבע קאניעווסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
הרב חיים קאניעווסקי אין בני ברק
2007
הרב קאניעווסקי אום פורים

הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי (געב׳ ט"ו טבת תרפ"ח) איז א ליטווישער רב וואס איז א גרויסער בקי ש״ס און פוסקים. ער איז א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן ט"ו טבת תרפ"ח אין פינסק, ליטא (דעמאלסט אין פוילן, היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער, רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון, און זיין מוטער, מרת פעשא מרים קארעליץ.

ער האט זיך ערווארבן א וועלטס היסטארישע זכרון פון יעדן ענין אין דער גאנצער תורה.

ער האט חתונה געהאט מיט בת-שבע אסתר אלישיב, אן טאכטער פון הרב יוסף שלום אלישיב, אום ו' כסלו ה'תשי"ב.

ער איז באקאנט אלס צדיק אויך, און מ'בענטשט זיך ביי אים. תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט שרייבן זיך צו אים, ווי ער ענטפערט צוריק מיט זיין אייגענארטיגע שטייגער קורץ און שארף מיט מראה מקומות, נאכצוקוקן, אויך איז ער גרייט א גאנצן טאג ביי זיין גמרא, וואו מען שטייט אין ליין אים צו פרעגן אין לערנען.

ער וואוינט אין בני ברק און איז א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער זענען:

  • רביצין חנה (נפטר געווארן י"ג אלול תשע"ד), ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן (זון פון הרב אהרן לייב שטיינמאן), ראש ישיבה אין ישיבת קהילות יעקב
  • רביצין לאה, ווייב פון הרב יצחק קאלאדעצקי
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבת שפת הים, רעדאקטאר פון די שריפטן פון זיין זיידע דער סטייפלער "קריינא דאיגרתא" און עטלעכע פון ​​זיין פאטער'ס ספרים. מחבר פון דעם ספר "מוסר אַב" (שו"ת עם אביו), און "תולדות יעקב"
  • רביצין רות, ווייב פון הרב יהושע צביון
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון תפארת ציון און קריית מלך אין בני ברק
  • רביצין ברכה, ווייב פון הרב זעליג בראווערמאן, ראש ישיבה פון דער סאדיגורער ישיבה
  • רביצין דינה בדנה, ווייב פון הרב אלעזר דוד עפשטיין, ר"מ אין ישיבת כנסת יצחק חדרה
  • רבי יצחק שאול, מחבר פון דעם ספר "בר גיבול" (אויף מלאכת לש), און "אהל עראי" (אויף מלאכת בונה)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]