ראדני קינג
| געבורט |
2 אפריל 1965 סאקראמענטא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
|---|---|
| טויט |
17 יוני 2012 (אלט 47) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
| מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
ראדני קינג (2טן אפריל 1965 - 17טן יוני 2012) איז א שווארצער מאן פון לאס אנזשעלעס, קאליפארניע, וואס איז אין יאר 1992 מיס צעשלאגן און צימזיק'ט געווארן דורך א גרופע כעס'יגע פאליציאנטן, נאך א הויכער גיך אויטא געיעג וואס האט געגרייכט צו 115 מפ"ש,
די פאליציאנטן וואס האבן אנגעגריפן קינג'ן זענען אלע געשטעלט געווארן פאר א געריכטליכער פראצעס,
אלע פאליציאנטן זענען גענצליך פרייגעשפראכן געווארן דורך א לאס אנזשעלעס זשורי,
די באפרייאונג האט ארויפגעברענגט דאס בייזבלוט פון די שווארצער המון, און עס האט אויסגעבראכן די טרויעריגע בארימטע לאס אנזשעלעס ראיאטן ווען א צעיושעטער המון שחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן פלינדעווען און ראבעווען פאר פיר טעג אין א צי.
בעת די ראיאטן איז ראדני געווען חרוב ונחרב, ער האט לעולם נישט געזוכט זאל ארויסקומען געוואלדאטן, און ער האט זיך אויס געדריקט די היסטארישע באקאנטע פראזע:
פארוואס זאלן מיר זיך נישט קענען אויסקומען?