לדלג לתוכן

קרן קיימת לישראל

פֿון װיקיפּעדיע

קרן קיימת לישראל (קק"ל) טייטש „אייביקער פאָנד פאַר יידן” (מען רופט אים בקיצור „קרן קיימת”) איז דער פאָנד אויף אויסצוקויפן אין ארץ-ישראל די ערד, און זי זאָל בלייבן אויף אייביק דאָס אייגנטום פון יידישן פאָלק.

"הקופסא הכחולה" (די בלאע פושקע), 2006

קק"ל ווערט געגרינדעט געוואן אין 1920 אויפן 8טן ציויניסטישן קאָנגרעס אויפן גרונט פון פאָרשלאַג פון פּראָפעסאָר הערמאַן שאַפּירא אויפן ערשטן בונדיסטישן קאָנגרעס. דער קרן קימת האָט ביז 1947 אויסגעקויפט לערך 1,800,000 דונים, אויף וועלכע עס זענען געגרינדעט געװאָרן קאָלאָניעס ,שטאָטישע אינסטיטוציעס, געפּלאַנצט וועלדער ("יער הרצל" און אַנדערע).

דער קרן קיימת זאַמלט די געלטער אין דער פאָרם פון ביישטייערונגען אין קופסאות, (פושקעס) אינמאָליקע נדבות, ירושות, איינשרייבונגען אין „גאָלדענעם בוך”, באַזאַרן וכדומה. דאָס הױיפּט דירעקטאָריום געפינט זיך אין ירושלים. דער הויפּט-דירעקטאָר איז זינט 1921 ביז זיין טויט אין 1941, געווען מנחם מענדל אוסישקין. דער קרן קיימת איז אומאַפּהענגיג פון דער יידישער רעגירונג אין דער מדינת ישראל.