ירושלימער מוניציפאליטעט
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון קריית עיריית ירושלים)
ירושלימער מוניציפּאַליטעט איז די מוניציפאליטעט פון ירושלים וואס איז פאראנטווארליך צו אנפירן די לאקאלע באדארפענישן ווי דערציאונג, וואוילזיין, פונדאמענט, ריינקייט, געזונט אד"ג.
ירושלימער בירגערמײַסטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון 1966 ביז 1993 איז דער בירגערמייסטער געווען טעדי קאלעק, ער האט פארלוירן די וואלן דעמאלט, און פון 1993 ביז 2003, איז אהוד אלמערט, געווען בירגערמייסטער אין ירושלים.
- 2003-2008: איר פריערדיקער בירגערמייסטער איז געווען אורי לופאליאנסקי ווען דער פארזיצער פון דער מוניציפאליטעטס אפאזיציע איז געווען ניר בארקאט וואס איז געווען קאנדידאט ביי די וואלן צום בירגערמייסטערשאפט אין 2003.
- 2008-2108: אינעם יאר 2008, ביי די וואלן פון די בירגערמייסטערשאפט אין דער ירושלימער מוניציפאליטעט, איז ניר בארקאט אויסגעקליבן געווארן ווי דער בירגערמײַסטער. ער האט קאנדידירט קעגן מאיר פרוש, ארקאדי גיידאמאק און דן ביראן, און האט געווינען מיט א מערהייט פון 19,347 שטימען.
- 2018: ביי די וואלן אין 2108 האט געוויילט משה ליאן בירגערמייסטער. ער האט קאנדידירט קעגן זאב עלקין, יוסי דייטש און עופר בערקאוויטש.
אדמיניסטראציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאב פון דער מוניציפאליטעט ציילט 7500 ארבעטער.
פאליטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער בירגערמייסטער ווערט געוויילט אויף א קאדענץ פון פינף יאר דורך גלייכע וואלן פון אלע ירושלימער בירגער. אין דער זעלבער צייט וויילט מען די ירושלימער שטאטראט.
קאארדינאטן: 31°46′49″N 35°13′28″E / 31.780231°N 35.224378°E
ראטהויז
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ירושלימער מוניציפאליטעט איז געבויט אַרום ספרא קוואדראט, וואס איז געגרינדעט געווארן אין די 1990ער יארן.
גאַלעריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]-
אלטע ראטהויז אויפגעשטעלט אין 1930
-
בניין העירייה החדש שהוקם ב-1993
-
מבנה הפרגולה
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- עיריית ירושלים
- תיאור קריית העירייה - מאמר של דוד קרויאנקר
- פֿאָרװערטס - ירושלים פֿײַערט 40סטן יאָרטאָג פֿון איר באַפֿרײַונג