לדלג לתוכן

קרובץ לפורים

פֿון װיקיפּעדיע
דער קרובץ לפורים אין סידור "אבודת ישראל" פון הרב זעליגמאן בער.

דער קרובץ לפורים איז א לאנגער פיוט געשריבן דורך אלעזר הקליר אין ארץ ישראל אין 7טן יארהונדערט. דער א פיוט איז א קרובץ[1] (א פיוט מיט סטראפעס פאר יעדער ברכה אין שמונה עשרה) וואס טייל אשכנזי יידן לייען פורים.

דאס פיוט כאראקטעריזירט דעם סטיל פון הקלירי. ער האט עס געשריבן מיט א ספעציעלער שפראך מיט שווערע לה"קדיקע ווערטער, און פארקיצורטע ווערטער (צב"ש "הֶגֶן הנגזר" פון ווארט "הגונה"). דער קרובץ נעמט אריין א סך אלוזיעס צו תנ"ך און מדרש (בפרט פון א"י). אויכעט, עס זיינען דא אכראסטיקאנען פונעם א"ב, פונעם נאמען פונעם דיכטער "אלעזר בירבי קיליר חזק," און אכראסטיקאנען פון צוויי פסוקים פון מגילת אסתר.

פעלן פון ברכת "צמח דוד"

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז דא א סטראפע אין קרובץ פאר אלע ברכות פון שמונה עשרה אחוץ "את צמח דוד." א סך רבנים האבן פרובירן קלאר מאכן דעם טעם אין אלערליי אופנים. א פנים, דער טעם איז פאקטיש אז אין ארץ ישראל מען פלעגט ניט ליינען "את צמח דוד" ווי א באזונערע ברכה; ס'איז געווען טייל פון "בונה ירושלים" (נ.ב., אנשי א"י פלעגן לייענען טאקע אכטצן ברכות אין שמונה עשרה!). אזוי שטייט געשריבן אין תוספות הרי"ד, מסכת תענית, י"ג ע"א: "וטעמא דמלתא שהיו כוללים של דוד בבונה ירושלים. וכך אתה מוצא בקריבות שנתקנו על ח"י ברכות בפורים וביום הושענא ובי"ז בתמוז ובי' בטבת, הוא כולל של דוד בבונה ירושלים."

  1. דאס ווארט שטאמט פון "קרובת" אינעם אשכנזישער הברה. ס'איז אויך געשריבן קרובוץ אין טייל ספרים.