קאשוי (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע

קאשוי איז א נאמען פון א חסידות וואס שטאמט פון דער שטאט קאשוי, סלאוואקיי.

דער פריערדיגער קאשויער רב, רבי רפאל בלום זצ"ל וועלכער איז געווען א תלמיד פון רבי שאול בראך פון קאשוי, נאך דער צווייטער וועלט קריג האט ער זיך באזעצט אין אמעריקע, אין וויליאמסבורג, און געציילטע יאר שפעטער האט ער געגרינדעט א היימישע שטעטל מיטן נאמען קאשוי אין בעדפארד היללס, וועסטשעסטער קאונטי, ניו יארק. דארט האט ער אויכעט אויפגעשטעלט זיין ישיבה. נאך זיין פטירה אין כ' אדר א ה'תשס"ה האבן זיינע חסידים באקרוינט רבי זיין עלטסטער זון רבי אליעזר חיים בלום פון מאנסי.