לדלג לתוכן

קאנגרעס פון וויען

פֿון װיקיפּעדיע

מוסטער:אינפאבאקס היסטארישע געשעעניש

קאנגרעס פון וויען (דייטש: Wiener Kongress, פראנצויזיש: Congres de Vienne) איז געווען אן אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטישע קאנפערענץ וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט וויען, בעיקר אינאייניג אין דעם האפבורג פאלאץ און אינ'ם בעלוועדערע פאלאץ, בשעת די אפיציעלע זיצונגען פון די קאמיטעס זענען פארגעקומען אין די שטובער פון דעם עסטרייכישן אויסערן מיניסטעריום געביידע אויפ'ן באלהויזפלאץ. [1] צווישן דעם 18טן סעפטעמבער 1814 (כ"ה אלול ה'תקע"ד) און דעם 9טן יוני 1815 (י"ז סיון ה'תקע"ה). דער קאנגרעס איז צוזאמגערופן געווארן נאך דער ערשטער פאל פון נאפאלעאן באנאפארט, מיטן ציל צו שאפן א נייע פאליטישע סדר אין אייראפע נאך די נאפאלעאנישע מלחמות, צוריקשטעלן א מאכט-באלאנס צווישן די גרויסע מלוכות, און פארמיידן אז איין מדינה זאל נאכאמאל באהערשן גאנץ אייראפע.[2] און האט זיך געענדיגט מיט'ן חתמ'ענען דעם שלוס-אקט דעם 9טן יוני 1815 (י"ז סיון ה'קע"ה).[3]

דער קאנגרעס ווערט באטראכט אלס איינע פון די וויכטיגסטע דיפלאמאטישע פארזאמלונגען אין דער מאדערנער היסטאריע. די באשלוסן וואס זענען דארט אנגענומען געווארן האבן באאיינפלוסט די פאליטישע מאפע פון אייראפע פאר עטליכע צענדליגער יארן, און דער סיסטעם פון אינטערנאציאנאלער צוזאמענארבעט וואס איז דארט אויסגעארבעט געווארן האט געבליבן א יסוד אין אייראפעאישע דיפלאמאטיע ביז דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין די יארן פארן קאנגרעס איז אייראפע געווען פארווארפן אין א סעריע מלחמות אונטער דער פירערשאפט פון נאפאלעאן באנאפארט. נאכן שלאַכט ביי לייפציג אין אקטאבער 1813 איז די פראנצויזישע הערשאפט אנגעהויבן צוזאמענפאלן, און אין אפריל 1814 האט נאפאלעאן אפגעזאגט פון זיין קייסערשאפט, ביי די אפמאך פון פאנטענבלא האט געענדיגט זיין ערשטע הערשאפט, און די באורבאן מאנארכיע איז צוריקגעשטעלט געווארן דורך קעניג לואי דער אכצנטער.[4] דערנאך האבן די זיגנדיקע כחות באשלאסן אז עס איז נויטיג איינצופירן א ברייטע אינטערנאציאנאלע פארהאנדלונג צו באשטימען די צוקונפט פון גאנץ אייראפע.[5]

לויטן אפמאך פון שאומאן, אונטערגעשריבן אין מערץ 1814, האבן עסטרייך, גרויסבריטאניע, רוסלאנד און פרייסן זיך פארפליכטעט זיך צו טרעפן אין וויען נאכן קריג כדי אויסצוארבעטן א קבוע'דיגן שלום.

די קאנפערענץ איז געפירט געווארן בעיקר דורך די פינף גרויסע מאכטן פון אייראפע:

אויסער די גרויסע מלוכות האבן זיך באטייליגט פארטוגאל, שפאניע, שוועדן, צענדליגער דייטשע שטאטן, איטאליענישע פירשטנטומער און נאך פילע קלענערע מדינות. אינגאנצן האבן ארום 200 דעלעגאציעס אנטיילגענומען אין די פארהאנדלונגען.[6]

די באטייליגטע ביים קאנגרעס

די וויכטיגסטע פערזענליכקייטן זענען געווען:

  • קלעמענס ווענצל לאטאר פון מעטטערניך, דער אויסערן מיניסטער פון עסטרייך, און פארזיצער פונ'ם קאנגרעס.
  • לארד קאסטלרעי, פארשטייער פון גרויסבריטאניע.
  • שארל מאריס דע טאלייראנד, פארשטייער פון פראנקרייך.
  • צאר אלעקסאנדער דער ערשטער פון רוסלאנד.
  • קארל אוגוסט פון הארדענבערג, פארשטייער פון פרייסן.

פארלאף פונעם קאנגרעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אפיציעלער עפענונג איז פארגעקומען דעם 18טן סעפטעמבער 1814. כאטש עס זענען אפגעהאלטן געווארן פיל פייערונגען, באלן און געזעלשאפטלעכע פארזאמלונגען, זענען די עיקר פארהאנדלונגען דורכגעפירט געווארן אין קלענערע קאמיטעטן און ארבעטס גרופעס.[7]

די וויכטיגסטע פראגעס וואס זענען דיסקוטירט געווארן האבן אריינגערעכנט:

  • די צוקונפט פון פוילן.
  • דער סטאטוס פון זאקסן .
  • די נייע ארגאניזאציע פון די דייטשע שטאטן.
  • די צוקונפט פון איטאליע.
  • אינטערנאציאנאלע נאוויגאציע אויף גרויסע טייכן.
  • דיפלאמאטישע כללים צווישן מלוכות.
  • דער האנדל מיט שקלאפן.

די שווערסטע מחלוקת ביים קאנגרעס אין די לעצטע חדשים פון 1814 איז געווען איבער די צוקונפט פון פוילן און דעם קעניגרייך פון זאקסן. דער רוסישער קייזער אלכסנדר האט געוואלט האלטן דאס מערהייט פונ'ם הערצאגטום פון ווארשע אונטער זיין קאנטראל, בשעת פרייסן האט געפלאנט אנצובינדן גאנץ סאקסאניע צו איר טעריטאריע אלס קאמפענסאציע. עסטרייך און ענגלאנד האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט צוליב דעם פחד פון א רוסישער און פרייסישער דאמינאנץ. טאלייראנד פון פראנקרייך האט אויסגענוצט דעם שפאלט און דעם 3טן יאנואר 1815 (י"ד טבת ה'קע"ה) האבן עסטרייך, פראנקרייך און ענגלאנד געחתמ'עט א געהיימען מיליטערישן בונד זיך צו פארטיידיגן קעגן די פאדערונגען פון רוסלאנד און פרייסן.[8]

דער פינאלער אקט פונעם קאנגרעס איז אונטערגעשריבן געווארן דעם 9טן יוני 1815 (י"ז סיון ה'תקע"ה). ער האט אנטהאלטן מער ווי הונדערט ארטיקלען, וועלכע האבן באשטימט די נייע פאליטישע סדר אין אייראפע.[9]

פון פוילן און סאקסאניע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוסלאנד האט באקומען דאס רוב פונ'ם הערצאגטום פון ווארשע אלס א באזונדער "קעניגרייך פון פוילן" אונטער'ן רוסישן קייזער עסטרייך האט צוריקגענומען די גאליציאנער געגנטער; פרייסן האט באקומען צוויי פינפטל פון זאקסן און גרויסע שטחים אינ'ם מערב טייל פון דייטשלאנד לעבן דעם ריין טייך, און קראקא איז געווארן אומאפהענגיג אלס די פרייע שטאט פון קראקא.[10]

דייטשלאנד, איטאליע און סקאנדינאוויע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
די נייע מאפע פון אייראפע
איטאליע נאכן אפמאך

די מער ווי צוויי הונדערט קליינע דייטשע שטאטן זענען רעדוצירט געווארן צו 39 שטאטן, וואס אז זיי זענען פאראייניגט געווארן אונטער דעם "דייטשן בונד" (Deutscher Bund) אונטער דער פירערשאפט פון עסטרייך.[11] אין איטאליע איז דער פאליטישער סדר צוריקגעשטעלט געווארן כמעט צו דער אלטער סיסטעם: פיעדמאנט האט איינגעשלונגען גענואה, טאסקאני און מאדענא זענען געגעבן געווארן פאר עסטרייכישע פירשטן, פארמא איז געגעבן געווארן פאר מארי לואיס (די געוועזענע ווייב פון נאפאלעאן), די וואטיקאן איז צוריקגעגעבן געווארן פאר'ן פויבסט, און נעאפאלי איז צוריק צו די באורבאן קעניגן. אין סקאנדינאוויע האט דענמארק פארלוירן נארוועגיע צו שוועדן, און שוועדישע פאמעראניע איז אריבער צו פרייסן.[12] די שווייץ האט באקומען א נייע קאנסטיטוציע און אן אפיציעלע אנערקענונג אלס א נייטראלע מדינה איבער די וועלט.[13]

די וויכטיגסטע באשלוסן האבן אויך איינגעשלאסן:

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • צוריקשטעלן פילע מלוכות וואס זענען אוועקגענומען געווארן דורכן נאפאלעאנישן רעזשים.
  • פארשטערקן פראנקרייך'ס שכנות כדי צו פארמיידן צוקונפטיגע אגרעסיעס.
  • אנערקענען די שטענדיקע נייטראליטעט פון שווייץ.
  • צוטיילן נייע גרעניצן אין איטאליע, פוילן און אנדערע טיילן פון אייראפע.
  • ארויסגעבן א דעקלאראציע קעגן דעם אינטערנאציאנאלן האנדל מיט שקלאפן.
  • איינפירן קבוע'דיגע כללים פאר דיפלאמאטישע פראטאקאלן.

כאטש דער קאנגרעס איז נישט געווען געווידמעט אידישע ענינים, האבן די דעלעגאטן אויך באהאנדלט די רעכטן פון אידן אין טייל דייטשע שטאטן. אין געוויסע ראיאנען זענען אידן אונטער דער פראנצויזישער הערשאפט באקומען געווארן ברייטערע בירגערליכע רעכטן, און דער קאנגרעס האט זיך פארנומען מיט דער פראגע צי די רעכטן זאלן ווייטער בלייבן אין קראפט.[14]

אין דעם פינאלן אפמאך זענען אריינגענומען געווארן באשטימונגען בנוגע די רעכטן פון אידן אין געוויסע טיילן פונעם דייטשן בונד, כאטש זייער אויספיר איז אסאך מאל איבערגעלאזט געווארן פאר די לאקאלע רעגירונגען.

דער קאנגרעס פון וויען האט איינגעפירט דעם באגריף פונעם "מאכט באלאנס", לויט וועלכן די גרויסע מלוכות זאלן האלטן איינע די אנדערע אין גלייכגעוויכט, כדי קיין איין מדינה זאל נישט ווערן צו שטארק. דער סיסטעם איז געווארן באקאנט אלס דער "קאנצערט פון אייראפע", און האט געדינט אלס א ראַם פאר קבוע'דיגע דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען צווישן די גרויסע מאכטן.[15]

די גרענעצן וואס זענען נקבע געווארן ביים קאנגרעס האבן געהאלטן אן גרויסע ענדערונגען פאר מער פון פערציג יאר, און די גאנצע סיסטעם פון דעם "קאנצערט פון אייראפע" האט משפיע געווען אויף דער אינטערנאציאנאלער פאליטיק פאר כמעט א הונדערט יאר, ביז צום אויסברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין יאר 1914.[16] דער קאנגרעס האט אויך געשאפן נייע דיפלאמאטישע נארמעס, אריינגערעכנט די רעגולאציעס פאר די ראנגען און פראטאקאלן פון דיפלאמאטן וואס זענען געווארן א יסוד פאר דעם אינטערנאציאנאלן געזעץ.[17]

שפעטערע היסטאריקער האבן געוויזן אז דער קאנגרעס האט בעיקר געשטיצט די אינטערעסן פון די הערשנדיגע מלוכות, און האט ווייניג אכט געגעבן אויף נאציאנאלע באוועגונגען און ליבעראלע שטרעמונגען. דאס האט שפעטער בייגעשטייערט צו די רעוואלוציעס פון 1830 און 1848, ווי אויך צו נאציאנאלע קאנפליקטן אין דייטשלאנד, איטאליע און פוילן.[18]

אין דער זעלבער צייט ווערט דער קאנגרעס היינט דורך פילע היסטאריקער באטראכט אלס א גרויסער דיפלאמאטישער דערפאלג, ווייל ער האט געשאפן א לאנגדויערנדיקן שלום צווישן די הויפט אייראפעאישע מאכטן נאך כמעט א פערטל יארהונדערט פון מלחמות.

רעפערענצן