לדלג לתוכן

קאמינקא

פֿון װיקיפּעדיע
קאמינקא
Ка́м'янка
אינפֿארמאציע
שטח 15.23 קוואדראט קילאמעטער
צאל איינוואוינער 11,741 (אין 2018)
קאארדינאטן 49°02′00″N 32°06′00″E / 49.033333333333°N 32.1°E / 49.033333333333; 32.1 קאארדינאטן: 49°02′00″N 32°06′00″E / 49.033333333333°N 32.1°E / 49.033333333333; 32.1 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קאמינקא (אוקראיניש: Кам'янка; רוסיש: Каменка,) איז א שטאט אין טשערקאסער גובערניע אין צענטראל מערב אוקראינע, וואו עס האט ביזן חורבן אייראפע עקזיסטירט א גרויסע אידישע קהילה.

קאמינקא האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אלס א שטאטי אין דעם 17טן יארהונדערט. די שטאט איז באקאנט צוליב דער טעטיגקייט פון פארשידענע קינסטלער און קולטור פערזענליכקייטן אין איר, צווישן זיי דער דיכטער אלעקסאנדער פושקין און דער קאמפאזיטאר פיאטער איליטש טשייקאווסקי, וועלכע האבן דארט פארברענגט און געשאפן אין דעם 19טן יארהונדערט.

אין יאר 1897 זענען אין דער שטאט געציילט געווארן 2,193 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט בערך א דריטל פון אירע איינוואוינער. אין אפריל 1919 האבן זעלנער פון דער ווייסער ארמיי דורכגעפירט א פאגראם קעגן די אידן פון דער שטאט, אין וועלכן בערך 70 אידן זענען אומגעקומען.

אין דער סאוועטישער תקופה האבן אסאך פון די אידישע איינוואוינער פארלאזט די שטאט. אין קמיאנקע האט אויך עקזיסטירט א יידישע שולע, וואו מען האט געלערנט אויף אידיש.

דעם 9טן אויגוסט 1941, בעת דער אפעראציע בארבאראסע, איז די שטאט איינגענומען געווארן דורך דער דייטשער ארמיי. די דייטשן האבן גלייך אנגעהויבן מיט פארשידענע אכזריות'דיגע אקטן און רציחות קעגן די אידישע איינוואוינער וואס האבן נישט באוויזן צו אנטלויפן. אין דעצעמבער 1941 זענען די ארום 400 אידן וואס זענען געבליבן אין דער שטאט צוזאמענגענומען געווארן אין א געטא וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דארט. אין געטא זענען אויף זיי ארויפגעלייגט געווארן פארשידענע גזירות, צווישן זיי די פליכט צו דורכפירן שווערע געצווונגענע ארבעט. צוליב די שווערע לעבנס באדינגונגען אין געטא זענען פילע פון אירע איינוואוינער אומגעקומען. דעם 4טן מערץ 1942 זענען אלע איינוואוינער פון געטא דערמארדעט געווארן.

צווישן די יארן 1880–1899 האט געדינט אלס רב פון דער שטאט הרב משה נחום ירושלמסקי. אין יאר 1899 איז אים נאכגעפאלגט אין דער רבנות הרב קלמן טבצ'ניק, וואס האט שפעטער עולה געווען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין תל אביב.