לדלג לתוכן

קאלפיק

פֿון װיקיפּעדיע
דער מונקאטשער רבי טראגט א קאלפיק
סטיטשינער רוב טראגט די קאלפיק פון זיין זיידע בעל המנחת יהודה זצ"ל ל"ג בעומר פ"ד ביי הכנסת ספר תורה צו זיין ביהמ"ד און בארא פארק
סטיטשינער רוב טראגט די קאלפיק פון זיין זיידע בעל המנחת יהודה זצ"ל ל"ג בעומר פ"ד ביי הכנסת ספר תורה צו זיין ביהמ"ד און בארא פארק

א קאלפיק אדער קאלפאַק איז א הויך היטל פון פעלץ וואס פלעג זיין ביז דער ערשטער וועלט מלחמה א וואכעדיגער מלבוש אין גאליציע, און בחורים פלעגן דאס טראגן שבת און יום טוב.

דער קאלפיק איז א ביסל ענדליך צו א ספאדיק, אבער ענדערעש פון דעם ספאדיק זיין פארב איז ברוין, און זיין פרייז איז טייערער, עס פירן זיך די רעבישע אייניקלעך צוגיין דערמיט, און אזוי אויך געוויסע רביס, אין יומי דפגרא און אין יארצייטן ביים טיש.

היינט גייען א קאלפיק נאר געוויסע רבישע אייניקלעך שבת פון דער בר מצווה אן ביז צו דער חתונה. צווישן זיי זענען אריינגערעכט אייניקלעך פון די פאלגנדע הויפן: בעלזא, וויזשניץ, סערעט וויזשניץ, סקווירא, בעלזא-מאכניווקא, רחמיסטריווקא-אמעריקע, טשערנאביל, ספינקא, מונקאטש (בלויז אין דער הורוויץ משפחה) און אין נאך א פאר חסידות'ן.

גאליציאנער רבנים (בלויז א טייל פון זיי) טוען אן א קאלפיק צו א סנדקאות אדער סידור קידושין.