קאַטעגאָריע רעדן:שטעט אין שווייץ

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

"שטעט אין שווייץ" איז נישט קיין אויסדרוק אויף יידיש. מען זאל אויסמעקן די קאטעגאריע. --פוילישער 00:03, 27 יאַנואַר 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פארוואס נישט אז עס איז דא אין אנדערע מדינות ווי למשל שטעט אין אמעריקע אדער שטעט אין ענגלאנד פארוואס זאל דאס נישט זיין אין שטעט אין שווייץ ווי אין ענגלישן וויקיפעדיע. מען מעקט נישט גארנישט דא אין א וויקיפעדיע אז איינער זאגט דאס אנדערשטער ווי אן אנדערער - אויב קען מען דאס מאכן פאר אן ווייטערפירונג.--יודל 00:24, 27 יאַנואַר 2008 (UTC)[ענטפֿער]

יידיש איז נישט ענגליש. אויף יידיש קען מען נישט זאגן "אין שווייץ" נאר "אין דער שווייץ". מען האלט נישט קיין בלעטער מיט גרייזיגע נעמען (אין דער ענגלישער וו"פ אויך נישט). --פוילישער 22:57, 27 יאַנואַר 2008 (UTC)[ענטפֿער]

עס ווערט נאך נישט גרייזיג ווייל דו זאגסט אזוי. מיר האבן דאס געשריבן אזוי ביז דו ביסט אנגעקומען דא האלטסט אז דיין מהלך איז בעסער לאמיר זיך דורכרעדן אבער מעקן סתם אזוי ווייל דו ווילסט. פארגעס!!!--יודל 23:01, 27 יאַנואַר 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך וועל שטעלן די פראגע אין תפוז יידיש פארומען און לאמיר זען וואס די מומחים זאגן וועגן דעם. לכאורה איז פוילישער גערעכט אז עס דארף קומען אן ארטיקל פאר א סובסטאנטיוו די זעלבע פראגע איז לגבי דעם וואס פוילישער שרייבט 'אין דעם יאר 2000' און נישט 'אין יאר 2000', דאס איז פאר מיר אינטרעסאנט צו פארשן. איך אליין האב אויך אנגעהייבן צו שרייבן 'אינעם יאר' ווי פוילישערס פארשלאג. אבער די שאלה איז צי מען מעג זיך ביי געוויסע פאלן אינגארירן פון שרייבן ארטיקלען. ►רוני◄ 00:29, 28 יאַנואַר 2008 (UTC)[ענטפֿער]