קאַטעגאָריע רעדן:מענער

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

אויסמעקן|שוין א חודש און די קאטעגאריע האט נאר איין ארטיקל און אפילו נישט איין אינטערוויקי(געשריבן דורך פוילישער אן אינטערשרייבן אויפן בלאט זייט)

מען מעקט נישט וועגן דעם. אפילו דער אינטערוויקי איז געווען דא געלייגט דורך מיר פאר דו האסט דאס אויסגעמעקט. עס איז דא פילע טעותים דא אין וויקיפעדיע וואס דו קענסט פאר דעם מעקן ווי צ.ב.ש. וויסנשאפטלערס מיט א ס' אדער נארד און נאך צענדליגע ביטע אויפהערן רודף'ן אנדערע באנוצער. דאס אז עס האט נישט קיין ארטיקלן מערערע איז נישט קיין טעות דער וויקיפעדיע איז נאך זייער ארים און לייג צו א פלייצע שרייב נאך ארטיקלן ווי איידער מעקן דא--א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע 15:01, 25 פעברואר 2009 (UTC)


נישט וואר. ווען האב איך אויסגעמעקט די אינטערוויקי. איך גלייב נישט אז ס'איז אפילו געווען דא א פאסיגע אינטערוויקי.

צי די וויקיפעדיע איז ארעם איז נישט וויכטיק. אויב קיינער וויל נישט שרייבן קיין ארטיקלען פאר דער קאטעגאריע, לוינט זיך נישט די קאטעגאריע. --פוילישער 19:08, 25 פעברואר 2009 (UTC)

שוין האלב נישט וואר מיינט אז דער אנדער האלב איז יא וואר: דו האסט אויסגעוועלט צו אויסמעקן אן אינטערוויקי דא קען זיין עס איז נישט געווען ריכטיג דעריבער האסטו געמעגט פארעכטן נישט מעקן כדי דערנאך צו שרייבן אז דו ווילסט מעקן דאס גאנצער ווייל דער אינטערוויקי איז געמעקט דורך דיר.
צו דער וויקיפעדיע איז ארעם איז זייער וויכטיג צו אונזער שמועס דא: ווייל אנשטאט זיך פארנומען צו מעקן וואס איז ארעם קען מען דאך פאר דעם זעלבן כוח און צייט אביסל בארייכערן און פארבעסערן?
דו לייגסט אראפ אן הנחה אז קיינער וויל נישט דאס בארבייטן דאס איז אויסגעטראכט און אויסגענאגט פון דיין פינגער איך האב אבסאלוט יא בדעה צו שרייבן נאך ארטיקלן וואס באלאנגן דא. --א דאנק. אייערס מיט עהרע און ליבע י.י. 15:16, 26 פעברואר 2009 (UTC)