צרורות

פֿון װיקיפּעדיע

צרורות איז א היזק וואס געשעט דורך א בהמה, אבער נישט דורכן גוף פון דער בהמה, נאר דורכן כוח פון דער בהמה, למשל דורך שטיינער וואס די בהמה ווארפט אין מיטן גיין.

דער דין איז אז די בעלים צאלן האלבן נזק ביי צרורות. דאס איז א הלכה למשה מסיני. אבער נישט אלע תנאים האלטן דערפון, למשל סומכוס[1] און רבי אלעזר.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ב"ק י"ז ע"א.