געהאקטע לעבער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון צומאלענע לעבער)
געהאקטע לעבער

געהאַקטע לעבער איז אַ ייִדישע שפּײַז פֿון מיטל און מיזרח־אײראָפּע. מע פּרעגלט לעבערס פֿון עופות אדער רינדער מיט ציבעלעך און מען האקט די לעבער מיט אַ מעסער. מען צעמאלט דערצו אַ געקאָכטע אײ און װירצט מיט זאַלץ און פֿעפֿער און אַ ביסל שמאַלץ.